אַ צייכענונג פֿונעם אוראָבאָראָס, ווי אַ טייל פֿון אַן אַלכעמישן סימבאָל פֿונעם 18טן יאָרהונדערט |
מיט 110 יאָר צוריק, אין פֿרילינג 1898, האָט זיגמונד פֿרויד צוגעגרייט צום דרוק זײַן בוך וועגן דעם פּסיכאָלאָגישן באַדײַט פֿון חלומות. במשך פֿון טויזנטער יאָרן האָבן די מענטשן זיך ערנסט באַצויגן צו זייערע חלומות, און פֿלעגן זוכן אין זיי ענטפֿערס אויף פֿאַרשיידענע לעבנס-פֿראַגעס, פֿאָרויסזאָגונגען פֿון צוקונפֿט און אַנדערע מינים געהיימע אינפֿאָרמאַציע. צוליב פֿרוידס בוך, וואָס ווערט הײַנט פֿאַררעכנט ווי אַ קלאַסישע פּסיכאָלאָגיע-שטודיע, האָבן די פּסיכאָלאָגן אָנגעהויבן פֿאָרשן דעם אָפּטײַטשן פֿון חלומות און דעם פֿענאָמען פֿון חלומען גופֿא ווי אַן ערנסטע וויסנשאַפֿטלעכע דיסציפּלין.
קאַרל יונג, די אַנדערע שליסל-פֿיגור אין דער געשיכטע פֿון מאָדערנער פּסיכאָלאָגיע, האָט צוריקגעבראַכט אין דער אַקאַדעמישער וועלט פֿאַרשיידענע כּמו-מיסטישע אַספּעקטן פֿון חלומות, אַרײַנגערעכנט די אוראַלטן אַלכעמישע און אַסטראָלאָגישע סימבאָלן. יונגס נאָכפֿאָלגער האָבן פֿאַרטיפֿט זײַן טעאָריע. די הײַנטיקע ווערק אין יונגיאַנער פּסיכאָלאָגיע קלינגען צומאָל ווי אַ געמיש פֿון וויסנשאַפֿט און אָקולטיזם, דערפֿאַר ווערן זיי אָפֿט באַטראַכט צווישן די הויפּטשטראָמיקע "טרוקענע" פּסיכאָלאָגן-ביהעוויאָריסטן ווי אויסטערלישע "יוצא-דופֿנדיקע" טעאָריעס; פֿונדעסטוועגן, האָט די חלומות-אינטערפּרעטאַציע זיך פֿעסט אײַנגעוואָרצלט אין דער מאָדערנער וויסנשאַפֿט, אַ דאַנק פֿרוידס און יונגס רעוואָלוציאָנערע אידעען.
חלומות, די השפּעה פֿון אַלקאָהאָל און נאַרקאָטישע שטאָפֿן, עקסטרעמע לעבנס-איבערלעבענישן און אַנדערע אומגעוויינטלעכע פּסיכאָלאָגישע דערפֿאַרונגען, האָבן געשפּילט אַ גרויסע ראָלע אין דער וועלט-ליטעראַטור און קונסט; וויזיעס, האַלוצינאַציעס און שטאַרקע עמאָציעס ברענגען צומאָל אַרויס פֿונעם מענטשלעכן אומבאַוווּסטזײַן אַזעלכע סוזשעטן און אימאַזשן, וואָס דער געוויינטלעכער לאָגישער שׂכל וואָלט זיך צו זיי נישט דערטראַכט. למשל, מערי שעליס ראָמאַן "פֿראַנקענשטיין" איז געשאַפֿן געוואָרן אויפֿן סמך פֿון אַ קאָשמאַר. ראָבערט לויִס סטיווענסאָנס באַקאַנטע דערציילונג וועגן "דאָקטער דזשעקיל און מיסטער הײַד" איז אויך געווען פֿאַרבונדן מיט חלומות און נאַרקאָטיקן. אין זײַן עסיי "אַ קאַפּיטל וועגן חלומות", האָט סטיווענסאָן געשריבן, אַז דער שלאָפֿנדיקער מוח איז "אַ קליינער רעאַטער", וואָס שפּילט כּסדר פֿאַרשיידענע וווּנדערלעכע סצענעס.
ס׳איז אינטערעסאַנט, אָבער, אַז די חלומות האָבן אויך דירעקט משפּיע געווען אויפֿן וויסנשאַפֿטלעכן געדאַנק, ווי אַ קוואַל פֿון אינטויִציע און באַגײַסטערונג; אַ צאָל געשיכטעס וועגן גרויסע אַנטדעקונגען אין פֿיזיק און כעמיע קלינגען צומאָל אַליין ווי גוטע בײַשפּילן פֿון יונגיאַנער פּסיכאָלאָגיע. רענע דעקאַרט, דער גרינדער פֿון דער מאָדערנער וויסנשאַפֿטלעכער מעטאָדאָלאָגיע, האָט אַנטדעקט זײַן פֿילאָסאָפֿישן צוגאַנג צו וויסנשאַפֿט אין אַ ריי חלומות. אין זײַנע ווערק, האָט דעקאַרט געשריבן, אַז די וועלט פֿון זײַנע חלומות זעט אויס אַזוי לעבעדיק, אַזוי ענלעך צו דער אַרומיקער ווירקלעכקייט, אַז ס׳איז שווער צו וויסן אויף זיכער, צי די גאַנצע וועלט איז נישט אַ גרויסער חלום. ס׳איז פּאַראַדאָקסיש, אַז די אַנטוויקלונג פֿון דעקאַרטס דואַליסטישער פֿילאָסאָפֿיע, וועלכע פֿירט דורך אַ שאַרפֿע ליניע צווישן דעם שׂכל און דער אַרומיקער וועלט, און דינט נאָך אַלץ ווי דער יסוד פֿונעם וויסנשאַפֿטלעכן ראַציאָנאַליזם, איז געווען גופֿא פֿאַרבונדן מיט חלומות און ספֿקות וועגן דער עקזיסטענץ פֿון דער אָביעקטיווער ווירקלעכקייט.
פֿרידריך אאַוגוסט קעקולע, אַ דײַטשישער כעמיקער פֿונעם 19טן יאָרהונדערט, דער הויפּט-גרינדער פֿון דער טעאָריע פֿון כעמישע סטרוקטורן, האָט געפֿאָרשט, ווי אַזוי די זויערשטאָף-אַטאָמען אין בענזאָל פֿאַרבינדן זיך אין מאָלעקולן. בענזאָל, אַן אָרגאַנישער כעמישער שטאָף, וואָס שטעלט מיט זיך פֿאָר אין געוויינטלעכע צימער-באַדינגונגען אַ זיס-שמעקעדיקע ברענעוודיקע פֿליסיקייט, אַנטהאַלט אין זיך די זעלבע צאָל פֿון וואַסערשטאָף און זויערשטאָף-אַטאָמען; די אַטאָמען קאָנען זיך פֿאַרבינדן בלויז אויף אַ געוויסן אופֿן איינער מיטן צווייטן, דערפֿאַר האָט קעקולע, צוערשט, נישט געקאָנט פֿאַרשטיין, ווי אַזוי די זעלבע צאָל אַטאָמען פֿון וואַסערשטאָף און זויערשטאָף קאָנען זיך צונויפֿשטעלן אין איין מאָלעקול.
נאָך עטלעכע יאָר פֿאָרשונגען, האָט קעקולע זיך אַמאָל אײַנגעדרימלט און דערזען אַ וויזיע פֿונעם אוראָבאָראָס — אַ שלאַנג, וואָס עסט איר אייגענעם עק. דאָס איז אַן אוראַלטער אַלכעמישער סימבאָל, וואָס באַצייכנט דעם ציקלגאַנג פֿון די זאַכן אינעם אוניווערס, ווי אויך ענדלאָזיקייט און פֿאַראייניקונג פֿון הפֿכים. קאַרל יונג האָט געהאַלטן, אַז דער אוראָבאָראָס-סימבאָל איז טיף פֿאַרבונדן מיטן עצם-געדאַנק פֿון כעמישע פּראָצעסן, און באַהאַלט זיך אין די טיפֿענישן פֿונעם מענטשלעכן אומבאַוווּסטזײַן.
ווען קעקולע האָט באַטראַכט זײַן וויזיע, האָט ער משער געווען, אַז אין דער בענזאָל-מאָלעקול קאָנען די זויערשטאָף-אַטאָמען זײַן אויך פֿאַרבונדן אין אַ רינג. די ווײַטערדיקע פֿאָרשונגען האָבן געוויזן, אַז זײַן השערה איז טאַקע ריכטיק.
אינעם יאָר 1869, האָט דער באַרימטער רוסישער וויסנשאַפֿטלער דמיטרי מענדעלעיעוו רעפּרעזענטירט זײַן פּעריאָדישע סיסטעם פֿון כעמישע עלעמענטן; הגם מענדעלעיעוו האָט לאַנג געוווּסט, אַז די כעמישע עלעמענטן קאָנען קלאַסיפֿיצירט ווערן לויט אַ געוויסן סדר, האָבן זײַנע קאָלעגן איבערגעגעבן, אַז דעם גאַנצן וואַריאַנט פֿון דער טאַבעלע האָט ער צוערשט דערזען אין אַ חלום.
אַ טייל היסטאָריקער האַלטן, אַז מענדעלעיעווס קאָלעגן האָבן אויסגעטראַכט די חלום-מעשׂה, כּדי צוצוגעבן זײַן אַנטדעקונג אַ "ראָמאַנטישן" טעם. אין דער אמתן, אָבער, איז די געשיכטע פֿון דער פּעריאָדישער סיסטעם גענוג מיסטעריעז אָן מענדעלעיעוון. אין 1864 — דאָס זעלביקע יאָר, ווען קעקולע האָט אַנטדעקט דעם בענזאָל-רינג — האָט דער ענגלישער כעמיקער דזשאָן ניולענדס אָנגעהויבן פּובליקירן אַ ריי אַרטיקלען, אין וועלכע ער האָט געמאָלדן, אַז די אייגנשאַפֿטן פֿון כעמישע עלעמענטן חזרן זיך איבער ווי נאָטן אין אַ מוזיקאַלישער אָקטאַווע. די מיסטיקער אַרום דער וועלט האָבן במשך פֿון טויזנטער יאָר געטראַכט, אַז די וועלט שטייט אויפֿן יסוד פֿון "אָקטאַוועס"; די וויסנשאַפֿטלער האָבן, אָבער, אויסגעלאַכט ניולענדסעס השערה, וואָס האָט געקלונגען פֿאַר זיי צו מיסטיש און אינטויִטיוו. די רעדאַקציע פֿונעם זשורנאַל, וווּ ער האָט פֿאַרעפֿנטלעכט זײַנע אַרטיקלען, האָט געגעבן ניולענדסן אַ עצה "צו פּרוּוון סאָרטירן די עלעמענטן אויך לויט זייערע נעמען". אינעם 20סטן יאָרהונדערט, האָבן די וויסנשאַפֿטלער אויסגעפֿונען, אַז דער "מיסטישער" נומער אַכט שפּילט טאַקע אַ וויכטיקע ראָלע אין דער קלאַסיפֿיקאַציע פֿון עלעמענטן, צוליב די אייגנשאַפֿטן פֿון די עלעקטראָנען, פֿאַרבונדן מיט דער געאָמעטריע פֿונעם אוניווערס; און דאָ טרעפֿן מיר ווידער אָן אויף אַ חלום-מעשׂה.
נילס באָר, דער באַרימטער פֿיזיקער, אַן אַסימילירטער דענישער ייִד, וועלכער האָט אַנטדעקט די סטרוקטור פֿון עלעקטראָן-אָרביטעס אין די אַטאָמען, האָט לאַנג געפֿאָרשט די אייגנשאַפֿטן פֿון די עלעקטראָנען. אַמאָל האָט ער דערזען אין אַ חלום, ווי די זון איז אָפּגעקילט געוואָרן, און די פּלאַנעטן זענען אַראָפּגעפֿאַלן פֿון זייערע אָרביטעס; דער חלום האָט אים געהאָלפֿן צו אַנטדעקן, אַז די עלעקטראָנען דרייען זיך אַרום דעם אַטאָם-יאָדער. צוערשט, האָט נילס אָבער נישט געקאָנט פֿאַרשטיין, פֿאַרוואָס שטראַלן די עלעקטראָנען אַרויס אַ ריי קלאָרע ליניעס אינעם ליכט-ספּעקטער. שפּעטער האָט ער דערזען אין אַ חלום אַ רײַט-פֿאַרמעסט, אין וועלכן די פֿערד זענען געלאָפֿן אַרום פֿיקסירטע ליניעס. דער חלום האָט געהאָלפֿן באָרן צו אַנטדעקן די יסודות פֿון קוואַנט-מעכאַניק.
ערווין שרעדינגער, דער באַרימטער עסטרײַכישער פֿיזיקער, וועלכער האָט אַנטדעקט אַ צאָל אַנדערע וויכטיקע קוואַנט-פֿענאָמענען, האָט זיך שטאַרק אינטערעסירט מיט וועדאַנטאַ — אַ געביט פֿון דער אַלט-אינדישער מיסטישער פֿילאָסאָפֿיע, וואָס באַטראַכט דעם גאַנצן אוניווערס ווי אַ "געוועב" פֿון פּולסירנדיקע כּוחות, וואָס שטאַמען פֿון דער ג-טלעכער אייניקייט, און ווערן אַסאָציִיִרט מיט קלאַנגען און אותיות. אין דער הײַנטיקער פֿיזיק ווערן די עלעמענטאַרע טיילעכלעך, פֿון וועלכע עס באַשטייט דער גאַנצער אוניווערס, אויך באַטראַכט ווי אַ פּאַראַדאָקסיש געמיש פֿון ענערגיע-כוואַליעס און מאַטעריע. שרעדינגער האָט דערציילט, אַז זײַן אינטערעס צו וועדאַנטאַ האָט געשפּילט אַ וויכטיקע ראָלע אין זײַנע וויסנשאַפֿטלעכע פֿאָרשונגען.
ס׳איז כּדאַי צו באַמערקן, אַז די קאָנצעפּציע פֿון אותיות און קולות, פֿון וועלכע די גאַנצע וועלט איז געשאַפֿן געוואָרן, קלינגט גאַנץ ייִדישלעך און שטימט מיט קבלה; סײַ די ייִדישע מקובלים, סײַ די אינדישע יאָגן, באַטאָנען, אַז די מיסטיקער נעמען אויף די וועלט דווקא אויף אַזאַ אופֿן. הגם שרעדינגער אַליין האָט נישט געחלומט, אויף וויפֿל מיר ווייסן, פֿון קיין קוואַנט-כוואַליעס, האָט דער אינדישער מיסטיציזם באַגײַסטערט אים אין זײַנע וויסנשאַפֿטלעכע פֿאָרשונגען.
צום סוף, איז כּדאַי צו דערמאָנען אַן אַנדערן וויכטיקן "פּערסאָנאַזש" פֿון דער מאָדערנער וויסנשאַפֿט — אַלבערט אײַנשטיין. דער גרויסער פֿיזיקער האָט דערציילט, אַז אין זײַן יוגנט פֿלעגט ער טרוימען וועגן רײַטן איבערן אוניווערס אויף אַ ליכט-שטראַל; צוליב זײַנע יוגנט-פֿאַנטאַזיעס, האָט אײַנשטיין זיך שטאַרק פֿאַראינטערעסירט מיט וויסנשאַפֿט, כּדי צו לייזן זײַנע טרוימערישע פֿראַגעס. דער גרויסער פֿיזיקער פֿלעגט זאָגן, אַז פֿאַנטאַזיעס זענען וויכטיקער ווי וויסנשאַפֿט, ווײַל זיי האָבן נישט קיין גרענעצן.
אַ טייל מענטשן מיינען, אַז די טרוקענע, פּינקטלעכע וויסנשאַפֿט האָט גאָרנישט צו טאָן מיט פֿאַנטאַזיע, חלומות און מיסטיק. אין דער אמתן, אָבער, זענען אַלע געביטן פֿונעם מענטשלעכן באַוווּסטזײַן וווּנדערלעך פֿאַרבונדן איינער מיטן צווייטן; ווי פֿרידריך אויגוסט קעקולע פֿלעגט זאָגן זײַנע קאָלעגן: "לאָמיר זיך לערנען צו חלומען, מײַנע פֿרײַנד — אפֿשר, דעמאָלט וועלן מיר אויסגעפֿינען דעם אמת; לאָמיר, אָבער, נישט אויסזאָגן אונדזערע חלומות, איידער מיר פּרוּוון זיי נישט אויס מיטן קלאָרן שׂכל".