צוויי גרויסע, סופּער־געשעענישן האָט די וואָך איבערגעלעבט אַמעריקע: דעם "סופּערבאָל" און דעם "סופּערדינסטיק". אויב דער ערשטער "סופּער" איז פֿאַרבונדן מיט ספּאָרט, איז דער צווייטער "סופּער" געקניפּט און געבונדן מיטן רעזולטאַט פֿונעם אָנגייענדיקן קאַנדידאַטן־געיעג צו די פּרעזידענטישע וואַלן. אָבער אַמעריקע איז אַזאַ לאַנד, וווּ פּאָליטיק און ספּאָרט קאָנען גיין האַנט בײַ האַנט (אָדער פֿוס בײַ פֿוס) און דערהויבן ווערן אין די אויגן פֿונעם פֿאָלק צו איין מדריגה, ווײַל סײַ ספּאָרט און סײַ פּאָליטיק שטעקן אָן מיט אַזאַ אַזאַרט, אַז מע פֿאַרגעסט אַ געוויסע צײַט אין אַלע צרות, וואָס אויך אין אַמעריקע פֿעלן זיי נישט אויס.
פֿונדעסטוועגן, איז דער סופּער־פּאַראַד אין ניו־יאָרק, דעם לעצטן דינסטיק, לכּבֿוד דעם געווינער, די "דזשײַענטס"־מאַנשאַפֿט (Giants) — אַ פֿרייד, וואָס דויערט ווייניקסטן אַ יאָר צײַט, ביז דעם צווייטן "סופּערבאָל"; דער "סופּערדינסטיק" פֿון די קאַנדידאַטן פֿון ביידע פּאַרטייען, וואָס קומט פֿאָר איינצײַטיק אין 24 שטאַטן, קאָן באַשטימען די פֿרייד און לייד פֿון אַמעריקע אויף די נאָענטסטע פֿיר יאָר.
ווי באַוווּסט, האָבן זוכה געווען זיך צו באַטייליקן אין דעם פּאָליטישן פֿאַרמעסט 5 קאַנדידאַטן: צוויי פֿון דער דעמאָקראַטישער פּאַרטיי און דרײַ פֿון דער רעפּובליקאַנער פּאַרטיי. פֿאַר וואָס דווקא אין קאַליפֿאָרניע ווערט באַשטימט דער גורל פֿון די פּרעזידענט־וואַלן פֿון ביידע פּאַרטייען? אין אַמעריקע איז שוין אַזוי אָנגענומען, אַז "ווי עס שטימט אָפּ קאַליפֿאָרניע, אַזוי שטימט אָפּ גאַנץ אַמעריקע". אויף פּראָסט מאַמע־לשון מיינט עס: "וואָס פֿאַר אַ גוט־מאָרגן, אַזאַ גוט־יאָר!"
דער גראַד פֿון אָנגעשטרענגטקייט, מיט וועלכער דער גאַנצער געיעג איז צוגעקומען צו דעם "דינסטיק", איז דווקא בײַ די דעמאָקראַטישע קאַנדידאַטן געווען אָנגעגליט ביזן העכסטן צייכן. קודם־כּל, צוליב דעם, וואָס די שאַנסן בײַ ביידע קאַנדידאַטן, סײַ הילאַרי קלינטאָן און סײַ באַראַק אָבאַמאַ, האָבן זיך כּמעט אויסגעגלײַכט.
די שאַרפֿקייט צו דער אינטריגע גיט אויך צו די נײַע אומגעוויינלעכע סיטואַציע, וואָס האָט זיך געשאַפֿן צו דעם "סופּערדינסטיק". דהײַנו: צום ערשטן מאָל אין דער געשיכטע פֿון אַמעריקע קאַנדידירט צו פֿאַרנעמען דעם שפּיץ פֿון דער מאַכט אַ פֿרוי און אַ שוואַרצער. פֿון איין זײַט, קאָן עס פֿאַרטײַטשט ווערן ווי דער העכסטער מוסטער פֿון דעמאָקראַטישע דערגרייכונגען אין דער וועלט; פֿון דער אַנדערער זײַט, האָט די "אומגעוויינטלעכקייט" פֿון דער סיטואַציע אַרויסגעבראַכט נאָך בולטער די סתּירות אין דער אַמעריקאַנער געזעלשאַפֿט, וואָס גייט איצט שטימען נישט סתּם פֿאַר אַ קאַנדידאַט פֿון דער דעמאָקראַטישער פּאַרטיי מיט זײַן אייגענער פּראָגראַם; נאָר פֿאַר אַ שוואַרצן קאַנדידאַט און פֿאַר אַ קאַנדידאַטקע. אַפֿילו די סטאַטיסטיקער האָבן אין אַלע זייערע סטאַטיסטישע ידיעות אויסגעטיילט אַ נײַעם פּונקט: וויפֿל פֿרויען האָבן געשטימט פֿאַר הילאַרי קלינטאָן, און וויפֿל שוואַרצע האָבן געשטימט פֿאַר באַראַק אָבאַמאַ.
צי איז אַזאַ "אַזאַרט" באַרעכטיקט אין אַ פּרעזידענטן־קאַמפּיין בכלל?!
און נאָך: אויב הילאַרי קלינטאָן האָט שוין דורכגעמאַכט אירע "פּאָליטישע אוניווערסיטעטן" און גענאָסן פֿון די לעקציעס בײַ איר מאַן, ביל קלינטאָן, דער צוויי און פֿערציקסטער פּרעזידענט, און דערנאָך ווי אַ סענאַטאָרין פֿון שטאַט ניו־יאָרק, איז באַראַק אָבאַמאַ אַ פּנים־חדשות אין די קאָרידאָרן פֿונעם אַמעריקאַנער עסטאַבלישמענט.
יאָ, די אַמעריקאַנער האָבן טאַקע ליב אַ "נײַ פּנים", בפֿרט אין פּאָליטיק, אָבער זיי האָבן מורא פֿאַר אומדערוואַרט־נאָוואַטאָרישע ענדערונגען. אָבאַמאַ פּראָקלאַמירט אין זײַן פּראָגראַם נײַע עטישע פּרינציפּן פֿון רעגירן; קודם־כּל, דורכזיכטיקע פֿון אַלע מאַכט־צווײַגן. דאָס מיינט, אַז אַלץ וואָס עס ווערט באַשלאָסן "אויבן", מוז זײַן אָפֿן פֿאַר די מאַסן. נישט קיין נײַער פּרינציפּ, באַזונדערס, בײַ די סאָציאַל־דעמאָקראַטן פֿון אַן אייראָפּעיִשן שניט.
די אַנאַליטיקער שטרײַכן אויך אונטער, אַז אין אָבאַמאַס רעטאָרישער פּראָגראַם קאָן מען געפֿינען אַ סך לאָזונגען, ענלעך צו די לאָזונגען פֿון די לינק־געשטימטע סאָציאַל־דעמאָקראַטישע פּאַרטייען, ווי למשל: "פֿאַר אַן אַלגעמיינער און צוטריטלעכער דערציִונג!", "פֿאַר אַן אַלגעמיינער מעדיצינישער באַדינונג!", "פֿאַר אַ יושרדיקער סאָציאַלער פֿאַרזיכערונג!" וכּדומה. קלינגעוודיקע ווערטער, וואָס נישט איין פּאָפּוליסטישער פּאָליטיקער האָט זיי שוין פֿריִער געלאָזט אין גאַנג בעת אַ וואַלן־קאַמפּיין...
דער "סופּערדינסטיק" האָט זיך פֿאַרענדיק מיט אַ וואָכעדיקן מיטוואָך. דער "סופּער־געיעג" גייט אָן ווײַטער, און דורכצופֿירן פֿײַערלעכע פּאַראַדן פֿאַר די געווינער, ווי נאָכן "סופּערבאָל" איז נאָך נישט געקומען די צײַט.