דעם לעצטן סעמעסטער האָב איך אַרײַנגעקריגן אַ שיינע צאָל אַוואַנסירטע ייִדיש־סטודענטן אין מײַן קלאַס. אַ טייל פֿון ישׂראל, אַ טייל פֿון מײַנע "ייִדיש פֿאַר מיטעלע קלאַסן," און ס'רעשט אומגעריכטע חבֿרה. צווישן די בחורים און מיידלעך האָבן זיך שטאַרק אויסגעצייכנט צוויי בחורים — איינער פֿון דער פֿרומער מחנה און דער צווייטער פֿון די פֿרײַדענקער. אָט מיט די צוויי פֿון זיי וועל איך אײַך באַקענען, ווײַל זיי זײַנען ערנסטע און נעמען אויף ייִדישע ליטעראַרישע טעקסטן זייער ערנסט.
איינער פֿון זיי איז יוסי לעשעס, אַ פֿרומער יונגער־מאַן, וואָס אַנשטאָט אַ קאַפּעלע, טראָגט ער אַ "בייסבאָל־היטל". זײַנע אויגן זײַנען שטענדיק אָנגעצונדן מיט באַוווּנדערונג, ווי ער וואָלט ערשט דערגאַנגען אַ סוד וואָס וועט פֿאַר אים עפֿענען טיר און טויער. און כאָטש ער האָט מיט מיר שוין גענומען אַ דרײַ סעמעסטערס, איז זײַן ייִדיש אויסגעשליפֿן געוואָרן אין דער היים און אין דער ישיבֿה. ער צייכנט זיך שטאַרק אויס אין אַקאַדעמישע, וויסנשאַפֿטלעכע און הויך מאַטעמאַטישע לימודים אין קאָלומביע. זײַנע פֿעיִקייטן האָבן גאָרנישט קיין גרענעץ. וויל איך זיך טאַקע טיילן מיט אײַך, ווײַל איך ווייס אַז מײַנע לייענער וועלן האָבן גרויס הנאה פֿון סטודענטן וואָס קענען זיך אויסדריקן אויף ייִדיש, וואָס קענען טראַכטן און אַנאַליזירן אַזאַ וויכטיק ווערק ווי חיים גראַדעס "מײַן וויכּוח מיט הערש ראַסײַנער." ס'איז נישט קיין גרינג שטיקל ליטעראַריש ווערק אַדורכצואַקערן, באַקענען זיך מיט דער מוסר־ישיבֿה און אירע רבנים, זייער סטיל פֿון קנעלן די עטישע און מאָראַלישע ווערטן מיט די ישיבֿה־בחורים, און חיים ווילנער (גראַדע) איז טאַקע געווען איינער פֿון זיי. דער רבי זײַנער, ר' אַבאַ, שטייט איבער אים און מיט "אַ כריפּענדיק, הייזעריק און טרוקן קול" שרײַט ער אויס:
"חיים ווילנער — גיט אַ תּקיעת־כּף,
קיין מאָל אין אַ ביכל נישט אַרײַנצוקוקן...
(...) די ביכלעך זײַנען חזיר־טרייף,
און ווי אַ מענטש זאָל שטאַרק נישט זײַן,
ווערט ער קאַליע פֿון טרייף־פּסולס."
(פֿון בוך מוסרניקעס
"אַ טויטע האַנט," זײַט 16)
און אין דעם גייט עס טאַקע. חיים איז קאַליע געוואָרן פֿון די טרייף־פּסולס, פֿון דער ייִדישער און וועלטלעכער ליטעראַטור. און אין זײַן וויכּוח שפּאַרט ער זיך מיט זײַן אַמאָליקן ישיבֿה־חבֿר, הערשן, מיט דער דילעמע, וועלכע אידעע איז געווען אויסגעהאַלטן אין צײַט פֿון חורבן — די געטלעכע אָדער די וועלטלעכע. יוסי לעשעס שרײַבט אין זײַן אַרבעט, אויף ייִדיש טאַקע, אָט וואָס:
ווײַל זיי זײַנען געווען אַלטע חבֿרים אין דער נאַוואָראָדקער ישיבֿה. איז עס אפֿשר אַ וויכּוח, אָבער ניט קיין קריג. זייער שקלא־וטריא (איבערלייגונג אָדער פֿאַרהאַנדלונג) איז כּמעט אַלץ וועגן ייִדישקייט און וועלטלעכקייט. הערש ראַסײַנער איז מסביר זײַן צד פֿון תּורה־ייִדישקייט, און חיים לייגט פֿאָר דעם צד פֿון וועלטלעכקייט. ס'איז נישט סתּם אַ וויכּוח, ווײַל מ'קען זען די זעלבע רייד צווישן ישיבֿה־בחורים וואָס זײַנען געבליבן אין ישיבֿה, און חבֿרה וואָס זײַנען אַוועקגעגאַנגען פֿון ישיבֿה און פֿון ייִדישקייט און געגאַנגען אין וועלטלעכקייט.
חיים האַלט, אַז דער כּוח אין מענטש איז אַן אײַנגעבוירענער כאַראַקטער, ווײַל ער זאָגט צו הערשן אַז אין די לאַגערן איז דער שלעכטער געוואָרן נאָך ערגער. ד"ה, אַז אין נסיון דערזעט מען סײַ זיך און סײַ אַנדערע נאַקעט, דהײַנו, אַז ווען איינער האָט זיך דערזען 'נאַקעט,' איז זײַן נאַטור נישט בײַגעשטאַנען, נאָר ס'איז בלויז אַרויסגעקומען זײַן אײַנגעבוירענער כאַראַקטער. הערש האַלט אַז דער כּוח אין מענטשן איז אין גאָט. ער זאָגט אַז גאָט העלפֿט מענטשן וואָס העלפֿן זיך אַליין. ווי עס שטייט אין דער תּורה 'וּבֿרכתּיך בכל אשר תּעשׂה,' אַז אַ ברכה פֿון הימל קומט נאָר נאָך דעם וואָס דער מענטש טוט עפּעס אַליין. הערש דערקלערט אַז דאָס האַרץ און די מחשבֿה דאַרף זײַן ערשט גרייט דערצו, ווײַל הערש ראַסײַנער יוכיח אַז אַ מענטש קען ווערן אַנדערש, און ווען איינער וויל באמת בײַטן זיך, דעמאָלט העלפֿט אים דער אייבערשטער. איך בין מסכּים מיט הערשן ווען ער זאָגט אַז מיר טאָרן נישט מוחל זײַן דעם דײַטש, און אַפֿילו דער קדוש אַליין וואָלט נישט געטאָרט מוחל זײַן דעם מערדער. נישט פֿאַר זיך און נישט פֿאַר זײַנע קינדער, וואָרעם מוחל זײַן די רוצחים איז אַ פֿרישע רציחה. הערש איז פֿאַרפֿלאַמט מיט פֿרומקייט און ער גלייבט באמונה־שלמה, אַז 'תּורה מסיני ניתנה', אַז די תּורה קומט פֿון גאָט אַליין, און עס איז נישט אַ מענטשלעכער דאָקומענט. חיים זעט נישט די תּורה ווי אַ הייליקן דאָקומענט. ווען ער איז געווען אַ ישיבֿה־בחור האָט ער געלערנט אַ סך תּורה, אָבער שפּעטער ווען ער איז געגאַנגען אין וועלטלעכקייט האָט ער געלערנט אַ סך פֿילאָסאָפֿיע און מיט דער צײַט האָט ער געהאַט ספֿקות אויב דער אייבערשטער האָט געגעבן די תּורה. ער האַלט אַז עס איז אַ מענטשלעכער דאָקומענט. איך בין מסכּים מיט הערשן אַז דער מענטש איז אָנמעכטיק אַנטקעגן גאָט. מ'קען זאָגן אַז די פֿרומע ייִדישע וועלט איז חרובֿ געוואָרן צוליב ביידע טעמים, ווײַל די השׂכּלה האָט געעפֿנט די אויגן פֿון די ייִדן צו וועלטישע חכמות און מדע (וויסנשאַפֿט). דאָס האָט אָפּגעשוואַכט די אמונה אין גאָט. נאָך מער, אַ סך פֿרומע ייִדן זײַנען געבליבן שטעקן ערגעץ צווישן צײַט און רוים און אין גאַנצן אָפּגעריסן פֿון דער וועלט, אָבער מענטשן ווי חיים האָבן געוואָלט זײַן אַ חלק פֿון דער וועלט.
די אומות־העולם פֿירן נישט קיין וויכּוח וועגן דעם ייִדישן חורבן אין זייערע שריפֿטן. אָבער ייִדן פֿירן יאָ אַ וויכּוח וועגן דעם ייִדישן אומקום. דער ייִדישער חורבן איז געווען און וועט אייביק בלײַבן אַ וויכּוח אין ייִדישע שריפֿטן. די קריסטלעכע וועלט פֿירט נישט קיין וויכּוח וועגן ייִדישן חורבן אין וואַטיקאַן אָדער אין די קלויסטערס. אפֿשר איז עס ווײַל זיי שעמען זיך איצט פֿון דעם וואָס זיי האָבן געשוויגן אין צײַט פֿון דעם חורבן. אפֿשר אויך ווײַל זיי האָבן נישט געליטן אין די לאַגערן, און דערפֿאַר קענען זיי זיך נישט אויפֿכאַפּן מיט אַ מאָל פֿון דרעמל און פֿירן אַ וויכּוח. איך מיין אַז עס וועט שטענדיק בלײַבן אַ וויכּוח צווישן פֿרומע ייִדן און די וועלטלעכע ייִדן. אפֿשר ווײַל יעדער צד איז זיכער אַז זיי זײַנען גערעכט. פֿרומע ייִדן וועלן זיך קיין מאָל נישט אָפּזאָגן פֿון דער תּורה, מיצוות און אמונה אין גאָט, און די וועלטלעכע ייִדן וועלן שטענדיק האַלטן אַז עס איז גוט צו פֿירן אַ וועלטלעך לעבן און אַז אָפּצוזאָגן זיך פֿון דער וועלט איז נישט קיין עצה. אָבער מיט דער צײַט וועלן מער ייִדן פֿאַרשטיין, סײַ פֿרומע און סײַ וועלטלעכע, אַז מ'קען הנאה האָבן פֿון ביידע וועלטן."
דער צווייטער בחור האַלט גאָר פֿאַרקערט. ער קומט פֿון חיפֿער אוניווערסיטעט. ער איז אַן ערנסטער ישׂראלדיקער יונגער־מאַן, לאָזט נישט פֿאַלן קיין שטויבעלע אויף דער מדינה. אָבער ווען עס קומט צו ייִדישער ליטעראַטור איז ער נבֿהל־ונשתּומם, שטאַרק איבערגענומען, הייסט עס. ער שרײַבט:
"דאָס קריגן זיך וועגן ייִדישקייט באַשטיין פֿון צוויי מעגלעכקייטן, צוויי מחנות פֿון אידעאַלן וווּ די וואָפֿן זײַנען ווערטער. וואָס עס קען דעם מענטשן מאַכן בעסער איז בלויז דער מענטש אַליין. דער מענטש האָט אין זיך דעם כּוח צו באַשליסן צווישן גוט און שלעכט. אין אונדזער מיטאָלאָגיע, האָט דאָס ערשטע פּאָרפֿאָלק געגעסן פֿונעם עץ־הדעת. זינט דעמאָלט האָט יעדער איינער אַן אַחריות צו ווערן בעסער. צו זײַן אין אַ טויטלאַגער איז עפּעס וואָס איך קען קיין מאָל נישט באמת פֿאַרשטיין, אָבער עס דאַכט זיך מיר אַז עס טראָגט אַן אויטאָמאַטישן סאָרט פֿון השפּעה אויפֿן פּרט.
לויט הערשן קומט אויס, אַז אַ ייִד איז אָדער אַ סעקולערער, וואָס דאָס מיינט, אַז ער איז געגאַנגען אין דײַטשע דרכים, אָדער ער איז רעליגיעז. אין דער מעשׂה האָבן מיר די צוויי סאָרטן, אַ גלייביקער ייִד אָדער אַ סעקולערער דײַטש. דער באַרימטער העברעיִשער פּאָעט נתן אַלתּרמן (אַלטערמאַן) האָט אין 1944 געשריבן וועגן 'דמעות החפֿים מחטא...' (די טרערן פֿון די אומשולדיקע). אָבער זײַנע 'חפֿים מחטא' זײַנען געווען די גוטע מצרים וואָס האָבן אויכעט געליטן פֿון גאָטס נקמה, צוזאַמען מיט די רשעים. אַ דײַטש וואָס איז ווי לוט — 'צדיק בסדום,' קען מען מבֿטל זײַן? זײַנען זיי אויכעט רוצחים? מײַן באָבע ז"ל, וואָס איז אַנטלאָפֿן פֿון דײַטשלאַנד אין 1933 מיט איר משפּחה, פֿלעגט תּמיד זאָגן 'ימח־שמם,' איידער זי האָט בלויז דערמאָנט זייער נאָמען. קען איך, איר אייניקל, אָפּמעקן דאָס לחלוטין פֿון מײַן זכּרון ווען איך רעד אַפֿילו מיט אַ יונגן דײַטש? פֿאַקטיש קען איך נישט.
הערש זעט די תּורה ווי אַ הייליק־געטלעכן דאָקומענט וואָס קלײַבט אויס פֿאַר דעם מענטשן צווישן טובֿ ורע, די 'איינציקע מציאות פֿון לעבן' — אַזוי רופֿט הערש די ווירקלעכקייט. חיים זעט די תּורה אויף אַ מער רעלאַטיוון אופֿן. אַוודאי אין פֿאַרגלײַך מיט הערשן. אפֿשר זעט חיים די תּורה ווי הייליק אינעם עסטעטישן ליטעראַריש־קינסטלערישן זין פֿונעם באַגריף 'הייליק.' אָבער נישט דאָס איינציקע. לויט הערשן איז דער מענטש אָנמעכטיק אַנטקעגן גאָט. ער מוז זיך נוהג זײַן לויט גאָטס דינים. חיים, ווי אַ סך אַנדערע, האָט בכלל נישט אַזאַ גרויסן בטחון ווי הערש.
די השׂכּלה האָט נישט חרובֿ געמאַכט די פֿרומע ייִדישע וועלט. דאָס איז אַ מיאוסער שקר. ס'איז ריכטיק אַז די השׂכּלה האָט געקעמפֿט קעגן די פֿרומע. אָבער ווי אַ רעזולטאַט דערפֿון זײַנען די פֿרומע געוואָרן אַנדערש. זיי ווילן יאָ בלײַבן שטעקן ווי פֿריִער. ס'איז אָבער נישט קיין חורבן — דאָס האָט געטאָן נאָר איינער — דער דײַטש. די ייִדן, ווי געוויינטלעך, האָבן שׂונאי־ישׂראל. אין אונדזער צײַט איז איראַן (אַמאָליקע פּערסיע) דער הויפּט־שׂונא־ישׂראל. זייער פֿירער לייקנט אָפּ דעם חורבן און פֿאַרבעט אַנדערע עמלקים צו אַ קאָנפֿערענץ אין טעהעראַן. זיי האָבן באַהאַנדלט די טעמע 'דער מיטאָס — ייִדישער חוברן.' מײַן מיינונג איז, אַז מען זאָל זיך מער לערנען וועגן דער קולטור וואָס איז חרובֿ געוואָרן איידער קאָנצענטרירן זיך ס'רובֿ אויפֿן חורבן. די פֿרומע מוזן נישט מאַכן קיין שלום מיט די וועלטלעכע ייִדן, אָבער זיי טאָרן נישט פֿאַרגעסן כּלל־ישׂראל. ס'קומט אָן שרעקלעך צו שרײַבן וועגן דעם אַז די חרדים טראַכטן אַז דער חורבן איז אַ רעזולטאַט פֿון ייִדן וואָס האָבן נישט געהאַלטן פֿון קיין מיצוות, ד"ה וועלטלעכע ייִדן. זיי האָבן נישט גענוג געקושט די מזוזה און דעריבער האָבן אונדז די ימח־שמם דערהרגעט. שרעקלעך.
דער ענטפֿער איז חינוך. חינוך און נאָך אַ מאָל חינוך. איך האָב געהערט וועגן אַ סך מענטשן, וואָס האָבן פֿאַרלוירן זייער אמונה מחמת דעם חורבן. גאָט האָט אונדז נישט געהאָלפֿן אין די אויוונס און אין די לאַגערן. איז פֿאַרוואָס דאַרפֿן מיר דאַנקען אים יעדן טאָג? אַ חרדי ווי הערש גלייבט אַפֿילו מער — על־כן אפֿשר יאָ. דער מרחק צווישן די מחנות האָט זיך צעוואַקסן. דער חורבן האָט פֿאַראייניק ס'רובֿ ייִדן אין ישׂראל. די חרדים וואָס זײַנען נישט קיין ציוניסטן האָבן פֿון דעסטוועגן הנאה פֿון ישראלס אינסטיטוציעס. דער אויפֿקום פֿון מדינת־ישׂראל איז געווען דער גרעסטער נס פֿון אונדזער תּקופֿה."
אָט האָט איר די הײַנטיקע חיימס און הערשן. זייער בליק אויף ייִדישקייט און אויף דער וועלט איז משה קאַפּויער. אָבער די וועלט בײַט זיך.
מיט אַ געוויסער צײַט צוריק האָב איך געהאַט אַ סטודענט, בנימין שטראַוס האָט ער געהייסן. ער איז געווען אַ הויכער און אַ ברייטפּלייציקער יונגער־מאַן. אַז ער איז אַרײַנגעפֿאַלן אין אַן עקסטאַז פֿלעגט ער מיך כאַפּן אין זײַנע געזונטע אָרעמס און אויפֿהייבן אין דער לופֿטן פֿאַר פֿרייד. אָט דער יונגער־מאַן איז אַרויסגעקומען פֿון אַ מאָדערנער אָרטאָדאָקסישער משפּחה. וואָס אַן אמת פֿאַרנעמט זיך זײַן פֿאָטער מיט אַ זשורנאַל וואָס הייסט, דאַכט זיך מיר, "דזשודאַיִקאַ". מיט איין וואָרט, דער בחור האָט זיך גענומען אָפּשאַרן פֿון דער פֿרומער וועלט און גענומען זיך חבֿרן מיט דער וועלטלעכקייט. בײַם לייענען גראַדעס "וויכּוח" האָט ער נישט געוווּסט גענוי מיט וועמען אײַנצושטימען, מיט הערשן אָדער חיימען. ער האָט זיך געוואַקלט אין זײַנע איבערצײַגונגען, פֿרום — פֿרײַ... פֿרום — פֿרײַ... דעם זעלבן סעמעסטער איז ער אַוועקגעפֿאָרן קיין ישׂראל אויף פּסח. אין ירושלים האָט געוווינט זײַנס אַ שוועסטער מיט אַ חבֿרה קינדערלעך. ווען בנימין איז צוריקגעקומען, האָט ער זיך אויפֿגעשטעלט אין זײַן גאנצער הייך און בריהשאַפֿט און דערקלערט:
"לערערין! איך בין אַוועקגעפֿאָרן קיין ירושלים בין איך געווען חיים, און בין צוריקגעקומען הערשל!"