שאלות און תּשובֿות אין "הלכות ליבע"
פֿון חנה סלעק (לאָס־אַנדזשעלעס)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

טײַערע חזנטע,

מײַן מאַמע איז אין אירע 80ער יאָרן. זי איז עובֿר־בטל און וווינט אין אַ מושבֿ־זקנים. איך וווין פֿינף מינוט פֿון איר און קום צו גאַסט עטלעכע מאָל אַ וואָך. אירע ברודער און שוועסטער און איך פֿאַרזיכערן, אַז זי האָט אַלץ וואָס זי דאַרף. שוין יאָרן ווי איך פֿאַרנעם זיך מיט אירע לעגאַלע און פֿינאַנציעלע ענינים. ווען איך בין געווען יונג, איז מײַן מאַמע געווען מײַן נאָענטסטע חבֿרטע; איך האָב נאָר געוואָלט פֿאַרברענגען מיט איר.

פֿאַרשײדנס

אַן עטיקעט־וועגווײַזער ווי אַזוי צו ניצן בליצפּאָסט

די בליצפּאָסט (e-mail, בלע״ז) איז אַ מחיה. דורך איר קען מען שרײַבן אַ מענטשן אויף דער אַנדערער זײַט וועלט, און מיט אַ מינוט שפּעטער באַקומען פֿון אים אַן ענטפֿער; מע קען אַרויסשיקן אַ בריוו אַפֿילו 2:00 בײַ נאַכט, און וויסן, אַז דער מענטש וועט עס איבערלייענען, ווען ער וועקט זיך אויף; אָדער מע קען אַרויסשיקן אַ מעלדונג צו דרײַ, צען, אָדער עטלעכע הונדערט מענטשן מיט איין מאָל.