פֿאַרשײדנס

אַן עטיקעט־וועגווײַזער ווי אַזוי צו ניצן בליצפּאָסט

די בליצפּאָסט (e-mail, בלע״ז) איז אַ מחיה. דורך איר קען מען שרײַבן אַ מענטשן אויף דער אַנדערער זײַט וועלט, און מיט אַ מינוט שפּעטער באַקומען פֿון אים אַן ענטפֿער; מע קען אַרויסשיקן אַ בריוו אַפֿילו 2:00 בײַ נאַכט, און וויסן, אַז דער מענטש וועט עס איבערלייענען, ווען ער וועקט זיך אויף; אָדער מע קען אַרויסשיקן אַ מעלדונג צו דרײַ, צען, אָדער עטלעכע הונדערט מענטשן מיט איין מאָל.

טאַקע צוליב דעם וואָס די בליצפּאָסט קומט אויס אַזוי גרינג צו ניצן, קען מען אָבער אויך גרינג אַרײַנפֿאַלן — דאָס הייסט, מאַכן אַ געזעלשאַפֿטלעכן פֿעלער. כּדי צו העלפֿן די מענטשן אויסמײַדן די טעותן, האָב איך דאָ צונויפֿגעשטעלט אַ וועגווײַזער, אַ רשימה כּללים וועגן דעם עטיקעט פֿון שרײַבן אַ בליצבריוו, אויפֿן סמך פֿון מײַן אייגענער פּראַקטיק (ווי אויך, צום באַדויערן, מײַנע אייגענע טעותן).

פֿאַראַן מענטשן, וואָס האָבן ליב צו שרײַבן אויפֿן קאָמפּיוטער בלויז מיט גרויסהאַנטיקע אותיות, ווײַל אַזוי קלאַפּט זיך אויס גרינגער און גיכער. מע גיט בלויז אַ קוועטש דעם קלאַוויש, וואָס בײַט דעם רעגיסטער צו גרויסהאַנטיקע אותיות (caps lock), און אַלץ ווערט געשריבן מיט גרויסהאַנטיקע אותיות. נו, וואָס איז די פּראָבלעם? אין דער אינטערנעץ־וועלט, איז אָנגענומען, אַז דאָס שרײַבן מיט גרויסהאַנטיקע אותיות איז אַן אויסדריק פֿון פּראָטעסט, אָדער אַפֿילו כּעס. אויב דאָס איז נישט אײַער כּוונה, מײַדט אויס אַזוי אויסצוקלאַפּן אײַערע בריוו.

און אויב איר זענט שוין יאָ ברוגז מיט עמעצן, איז אַ בליצבריוו בשום־אופֿן נישט דער מיטל דאָס אויסצודריקן, סײַדן איר ווילט דעם צווייטן מענטש אויך ברוגז מאַכן. אַפֿילו ווען מע מיינט, אַז מע האָט אָנגעשריבן אַ דיפּלאָמאַטישן בריוו, וועט דער לייענער מסתּמא זיך באַליידיקן. די סיבה דערפֿאַר איז, ווײַל ווען דער אָנגעברוגזטער מענטש קען נישט זען דאָס פּנים פֿונעם מענטשן וואָס ער קריטיקירט, גיט עס אים מוט אַרויסצוזאָגן זײַן מיינונג אַ סך שאַרפֿער — אָדער סאַרקאַסטישער — ווי ער וואָלט עס געטאָן פּנים־אל־פּנים, אָדער טעלעפֿאָניש. און פֿאַרקערט, צוליב דעם וואָס דער לייענער קען נישט זען דאָס פּנים אָדער הערן דאָס קול פֿונעם אָנגעברוגזטן — קלינגט די קריטיק אַ סך האַרבער און מער קאַלט־בלוטיק.

אַ בײַשפּיל דערפֿון האָב איך געהאַט פֿאַרגאַנגענע וואָך, ווען איך האָב אָנגעשריבן אַ בריוול מײַנעם אַ באַקאַנטן. איך בין געווען אַ ביסל אַנטוישט וועגן אַ זאַך, וואָס ער און אַ גרופּע אַנדערע מענטשן האָבן געטאָן, אָבער כ׳האָב זיך באַמיט עס אויסצודריקן אויף אַן איידעלן אופֿן, ווײַל דער מענטש איז פֿאָרט אַ פֿרײַנד און איך וויל אים נישט אויפֿרייצן. מיר האָט זיך געדאַכט, אַז מײַן בריוו איז גאַנץ דיפּלאָמאַטיש, אָבער לייענענדיק זײַן טיילווײַז־אַגרעסיוון ענטפֿער, האָב איך דערפֿילט, אַז אפֿשר בין איך נישט געווען גענוג איידל.

ווען איך האָב דאָס בריוול געוויזן מײַן מאַן, האָט ער געזאָגט, אַז ס׳איז מסתּמא געווען אַ טעות צו שרײַבן אַז דאָס וואָס ער און די אַנדערע מענטשן האָבן געטאָן איז געווען "אַ ביסל אַנטוישנדיק". דאָס וואָרט "אַנטוישנדיק" רופֿט אַרויס טיפֿע עמאָציעס, און דערפֿאַר וואָלט מסתּמא געווען בעסער ווען איך שרײַב, אַז זייער אַקציע איז געווען "אַ ביסל איבערראַשנדיק": דאָס וואָרט "איבערראַשן" איז ווייניקער נעגאַטיוו ווי "אַנטוישן".

ווי זשע האָב איך פֿאַרענטפֿערט די פּראָבלעם? הגם איך בין נאָך אַלץ נישט געווען צופֿרידן פֿון זײַן ענטפֿער, האָב איך אים סײַ ווי אָנגעשריבן אַ דאַנק־בריוול פֿאַר אויפֿקלערן דעם ענין. דאָס האָט אים מסתּמא באַרויִקט, אַז מיר זענען נאָך אַלץ פֿרײַנד, און מיט עטלעכע טעג שפּעטער האָב איך אים טעלעפֿאָנירט און ווײַטער געפֿירט דעם שמועס מיט אַ רויִקן, העפֿלעכן טאָן, ביז מיר האָבן ביידע אַ ביסל בעסער פֿאַרשטאַנען יעדנס קוקווינקל — אַ זאַך וואָס איז אַ סך לײַכטער צו דערגרייכן דורך אַ מענטשלעכן טעלעפֿאָן־שמועס, ווי דורך דער קאַלטער אָן־פּנימדיקער בליצפּאָסט.

אַפֿילו אויב איר האָט נישט בדעה צו קריטיקירן דעם מענטשן צו וועמען איר שרײַבט, נאָר בלויז צו געבן אים אַן עצה, לייענט איבער דאָס בריוול עטלעכע מאָל, איידער איר שיקט עס. שטעלט זיך פֿאָר, וואָס וואָלט איר געפֿילט, ווען איר באַקומט אַזאַ בריוו. זעט, אַז דער טעקסט זאָל זײַן דרך־ארצדיק, וואַרעם און באַשיידן (אָנהייבן, למשל, אַזוי: "איך ווייס נישט, אויב מײַן אײַנפֿאַל איז אַ גוטער, אָבער..." אָדער שליסן אַזוי: "נו, וואָס טראַכסטו פֿון מײַן געדאַנק?")

אַגבֿ, געוויסע מענטשן מיינען, אַז מע קען זאָגן עפּעס קריטישס אָדער סאַרקאַסטישס, אַזוי לאַנג ווי מע שטעלט אַרײַן אַ שמייכלענדיק פּנים — (: — אָבער דער אמת איז, ס׳העלפֿט נישט. ווען עמעצער גיט מיר אַ פּאַטש אין פּנים, און דערנאָך — אַ קוש — וועל איך שפּעטער געדענקען בלויז דעם פּאַטש...

אַן אַנדער, נאָך מער געפֿערלעכער טעות מיט בליצפּאָסט, קאָן טרעפֿן ווען מע פֿירט אַ שמועס מיט מער ווי איין מענטש מיט אַ מאָל. אויפֿן עקראַן געפֿינען זיך צוויי ברירות ווי צו ענטפֿערן אויף אַ בריוו: קוועטשן reply (ענטפֿערט) אויב איר ווילט שיקן אײַער בריוול בלויז צום שרײַבער פֿונעם לעצטן בריוול, אָדער reply all (ענטפֿערט אַלעמען), אויב איר ווילט עס שיקן צו אַלע מענטשן, וואָס באַטייליקן זיך אין דעם שמועס.

איך ווייס פֿון אַ פֿאַל, וווּ אַ פֿרוי האָט באַקומען אַ מעלדונג וועגן אַ מוזיקאַלישער אונ­טערנעמונג פֿון אירער אַ חבֿרטע. די חבֿרטע האָט געהאַט געשיקט די מעלדונג נישט בלויז צו איר, נאָר צו אַלע אירע באַקאַנ­טע אין דער ייִדישער מוזיק־וועלט. הכּלל, די לייענערין פֿונעם בריוו האָט געוואָלט דערציילן דער חבֿרטע וועגן אַ מאַן, וואָס זי האָט זיך אין אים פֿאַרליבט בעת אַ ייִדישן מוזיק־פֿעסטיוואַל — און דערציילט האָט זי עס מיט אַלע פּיטשעווקעס. על־פּי־טעות, האָט זי אָבער אָנגעקוועטשט reply all, און דערבײַ גוט פֿאַרווײַלט דעם גאַנצן עולם! כ׳האָף, אַז זי האָט קיין מאָל נישט אויסגעפֿונען איר טעות, און אַזוי אויסגעמיטן די בושה.

ס׳איז דאָ אַן אַנדער קנעפּל, וואָס מע דאַרף זיך דערפֿון היטן — דאָרט וווּ עס שטייט forward (שיקט ווײַטער). איר פֿירט אַ קאָרעספּאָנדענץ, למשל, מיט אַ גוטן פֿרײַנד, איר טיילט זיך מיט פּליאָטקעס וועגן דעם, וועגן יענעם, אָדער איר רעדט זיך אַראָפּ פֿון האַרצן וועגן עפּעס אַן ענין. דערנאָך שיקט אײַער פֿרײַנד אײַך אַ טשיקאַווע מעשׂה אָדער וויץ, וואָס געפֿעלט אײַך, און איר ווילט עס שיקן ווײַטער. די פּראָבלעם איז, אַז ווען איר שיקט איבער דעם וויץ צו די אַנדערע מענטשן, וועלן זיי במילא אויך לייענען אַלע פּליאָטקעס, וואָס איר האָט אַרומגעשמועסט אין די פֿריִערדיקע בריוו, ווײַל די גאַנצע קאָרעספּאָנדענץ געפֿינט זיך אויף דער זעלבער זײַט. הייסט עס, אויב איר האָט אינעם שמועס געהאַט אָנגעשריבן עפּעס נישט־שיין וועגן עמעצן — און עס נישט אָפּגעמעקט — וועלן די אַנדערע, און אפֿשר דער מענטש אַליין, דאָס אויך איצט לייענען. פֿאַרשטייט זיך, אַז דאָס קאָן ממש חרובֿ מאַכן אַ חבֿרשאַפֿט...

ס׳איז בכלל גוט זיך צו באַ­גרענעצן מיט forwarding (ווײַ­טער שיקן) מאַטעריאַל, ספּעציעל אין שײַכות מיט די קייטן־בריוו ווי, למשל, פּאָליטיש־געשטימטע אַר­טיקלען, פּעטיציעס, און ספּעציעל — וויצן. אפֿשר מיינט איר טאַקע, אַז די וויצן זענען קאָמיש, אָבער דאָס פֿאָדערט נישט, אַז אַנדערע וועלן אויך אַזוי מיינען. מיר איז אַזוי נימאס געוואָרן צו קריגן די קייטן־בריוו — בײַ מיר איז עס גלײַך ווי מיסטפּאָסט (junk mail) — אַז איך האָב מײַנע בליצפֿרײַנד געלאָזט וויסן, זיי זאָלן מיר שיקן בלויז די זאַכן, וואָס ווענדן זיך צו מיר פּערזענלעך. איינע אַ באַ­קאַנטע, וואָס פֿלעג מיר שיקן ממש יעדן טאָג וויצן, קאַריקאַטורן, קאָמישע ווידעאָס, אאַז״וו, האָט מיך טאַקע געפֿאָלגט, ווען איך האָב זי געבעטן עס אָפּשטעלן. נאָר וואָס דען? איצט פֿאַרוואַרפֿט זי מײַן מאַן מיט דעם "מיסט".

פֿאַרשטייט זיך, אויב עמעצער שיקט אַ בליצבריוו בלויז צו אײַך, קאָנט איר נישט זײַן זיכער, אַז דער שרײַבער פֿונעם בריוול וויל, אַז איר זאָלט עס ווײַטער שיקן, בפֿרט, אויב איר ווילט עס צעשיקן צו אַ גאַנצער רשימה מענטשן. פֿרעגט בײַ אים אַ דערלויבעניש, איידער איר שיקט ווײַטער.

און נאָך איין זאַך: ווען איר שיקט אַרויס אַ בליצבריוו צו אַ סך מענטשן, בפֿרט, אויב זיי קענען זיך אפֿשר נישט, ניצט נישט די CC־ברירה (CC באַטײַט "קאָפּיעס"), נאָר גיכער די BCC ("בלינדע" קאָפּיעס). פֿאַר וואָס? נישט יעדער וויל אויסגעבן זייער בליץ־אַדרעס צו פֿרעמדע לײַט; נישט דווקא ווײַל זיי האָבן מורא פֿאַר זיי, נאָר ווײַל זיי ווילן פּשוט נישט ווערן אַ קרבן פֿון נאָך מער מיסטפּאָסט.