שאלות און תּשובֿות אין "הלכות ליבע"

טײַערע חזנטע,

מײַן מאַמע איז אין אירע 80ער יאָרן. זי איז עובֿר־בטל און וווינט אין אַ מושבֿ־זקנים. איך וווין פֿינף מינוט פֿון איר און קום צו גאַסט עטלעכע מאָל אַ וואָך. אירע ברודער און שוועסטער און איך פֿאַרזיכערן, אַז זי האָט אַלץ וואָס זי דאַרף. שוין יאָרן ווי איך פֿאַרנעם זיך מיט אירע לעגאַלע און פֿינאַנציעלע ענינים. ווען איך בין געווען יונג, איז מײַן מאַמע געווען מײַן נאָענטסטע חבֿרטע; איך האָב נאָר געוואָלט פֿאַרברענגען מיט איר. צום באַדויערן, איז איר הײַנטיקע שטימונג אַ פֿאַרביטערטע. איך ווייס, אַז זי קען זיך נישט העלפֿן, אָבער זי שרײַט אויף מיר, באַקלאָגט זיך כּסדר און איז אַ שווערער מענטש.

איך האָב אַ געפֿיל, אַז כ׳בין אַ שלעכטע טאָכטער, ווײַל איך העלף דער מאַמען, נישט לשם גוטסקייט, נאָר צוליב אַ שולד־געפֿיל. זײַט אַזוי גוט, און העלפֿט מיר.

אַ געטרײַע טאָכטער


טײַערע געטרײַע טאָכטער,

לאָמיר, צו ערשט, אויפֿקלערן עפּעס. איר העלפֿט אײַער מאַמען צוליב אַ סך סיבות. ווײַל איר פֿילט זיך שולדיק איז אפֿשר איינע פֿון זיי; התחײַבֿות — איז נאָך איינע און ליבע איז זיכער אַ דריטע.

אין דער תּורה שטייט "כּבוד אבֿ": איר גיט אָפּ כּבֿוד אײַער מאַמען יעדן טאָג, ווען איר האַלט אַן אויג אויף אירע פֿיזישע באַדערפֿענישן. איר גיט זיך אָפּ מיט אירע פּערזענלעכע באַדערפֿענישן, ווען איר גייט צו גאַסט. וועגן די געפֿילן, וואָס מע פֿילט צו דער מאַמען, שטייט נישט געשריבן אין דער תּורה, נאָר ווי מע באַהאַנדלט זיי.

עס איז שווער צו טאָן מיצוות ווען מע אָנערקענט זיי נישט. איר דאַרפֿט וויסן, אַז ערגעץ אין אײַער מאַמעס נשמה, האָט זי אײַך ליב און האַלט פֿון אײַך, אַפֿילו ווען איר ווילט נישט קומען צו גאַסט, און דאָס איז דער עיקר.


טײַערע חזנטע,

איך טרעף זיך מיט אַ מיידל שוין איין חודש און זי האָט פּלוצעם פֿאַרלוירן איר טאַטן. איך וויל זי טרייסטן, אָבער איך האָב מורא, אַז זי וועט זיך אָנהאַלטן אין מיר צו פֿיל. לעצטנס, האָב איך ספֿקות וועגן אונדזער באַציִונג. זאָל איך בלײַבן מיט איר, אָדער זי פֿאַרלאָזן, זי זאָל זיך געבן אַן עצה מיט אירע געפֿילן אָן מיר?

שטעקן־געבליבן


טײַערער שטעקן־געבליבן,

איר וואָלט געדאַרפֿט ממשיך זײַן אײַער באַציִונג ווי אַ מענטש און ווי אַ פֿרײַנד. נישט געקוקט אויפֿן סטאַטוס פֿון אײַער באַציִונג, און וואָס וועט ווערן פֿון איר שפּעטער, איז אויסגעקומען, אַז איר זענט אַ טייל פֿון איר לעבן אין מיטן פֿון דער טראַגעדיע. זײַט אַ טרייסט פֿאַר איר אין איר טרויער. שפּעטער וועט איר אויסאַרבעטן די אַלגעמיינע באַציִונג.


טײַערע חזנטע,

איך בין פֿאַרליבט אין מײַן באַלעבאָס און איך קען עס מער נישט אויסהאַלטן. איך בין געוואָרן די כּפּרה נאָך אים פֿונעם ערשטן בליק. מיר האָבן זיך באַקענט בײַ מײַן אינטערוויו מיט דרײַ וואָכן צוריק. למען־ האמת בין איך געגאַנגען אויפֿן אינטערוויו צו באַקומען אַ פּאָזיציע ווי אַ חשבון־פֿירער, אָבער ווען ער האָט מיר פֿאָרגעלייגט די אַרבעט ווי זײַן סעקרעטאַרשע, האָב איך דאָס אָנגענומען, נאָר ווײַל איך האָב געוואָלט זײַן לעבן אים. מיר דאַכט, אַז ער האָט די זעלביקע געפֿילן וועגן מיר.

איך בין געווען אַרבעטסלאָז אַ יאָר לאַנג און דאָס איז געווען די ערשטע פּאָזיציע וואָס איך האָב געקענט באַקומען. איך דאַרף די פּרנסה צו באַצאָלן מײַנע הוצאָות. זאָל איך פֿאַרלאָזן די פּאָזיציע און אים ליבן פֿון דער ווײַטנס, אָדער זאָל איך ריזיקירן לשם ליבע?

קראַנק פֿון ליבע

טײַערע "קראַנק פֿון ליבע"

פֿירט זיך פּראָפֿעסיאָנעל. עס איז נאָר דרײַ וואָכן! אויב איר בלײַבט פֿאַרליבט אין אים נאָך דעם ווי אײַער פֿינאַנציעלער מצבֿ האָט זיך פֿאַרבעסערט, זאָלט איר צוגיין צו אים און רעדן וועגן דעם ענין.

* * *
איר האָט שאלות אין "הלכות־ליבע?" שיקט אַ בריוו — אויף ייִדיש אָדער ענגליש — צו חזנטע סלעק: HazzanAri@yahoo.com
אָדער
Cantors Office
10400 Wilshire Blvd
Los Angeles, CA 90024