מע האָט אַ מאָל צונויפֿגעשטוקעוועט אַזאַ וואָרט: "מאה-דעה", און עס אַרײַנגעשטעלט אין דעם "ייִדיש-ענגלישן ווערטערבוך" מיטן טײַטש the Establishment. אָבער קיין אויסכאַפּעניש איז אויף דעם וואָרט קיין מאָל ניט געווען, ווײַל, ערשטנס, איז עס ניט קיין טאָג-טעגלעכער באַגריף און, צווייטנס, האָבן, בכלל, נאָר געציילטע קינסטלעך-אויסגעאַרבעטע ווערטער דאָס מזל פֿון פֿאַרפֿעסטיקן זיך אין דער שפּראַך.
הקיצור, "עסטעבלישמענט" איז, סײַ-ווי-סײַ, פֿאַרבליבן מער אָנגענומען און, דערפֿאַר, ווערט גענוצט אין דעם דאָזיקן עדיטאָריאַל. די רייד גייט, פֿאַרשטייט זיך, וועגן דער איצטיקער וואַל-קאַמפּאַניע אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן.
עפּעס ענלעכס האָט מען שוין געזען מיט פֿיר יאָר צוריק. דעמאָלט איז האַואַרד דין געוואָרן דער אַנטי-"עסטעבלישמענט"-קאַנדידאַט. יונגע־לײַט האָבן אים ברייט, און ברייטהאַרציק, אונטערגעהאַלטן, שאַפֿנדיק אַ גאַנץ עפֿעקטיווע נעץ, דורך אינטערנעץ בתוכם, וואָס האָט גענומען ווײַזן סימנים פֿון אַ מאַסן-באַוועגונג. די איצטיקע קאַמפּאַניע פֿון באַראַק אָבאַמאַ זעט אויס נאָך שטאַרקער און עפֿעקטיווער. אים האַלטן אונטער זייער אַ סך מענטשן, בפֿרט די וואָס ווערן ניט געמאָסטן דורך דער פֿאָרמל פֿון הילאַרי קלינטאָנס חסידים: "50 אָדער 50", ד״ה — עלטער פֿון 50 אָדער מיט אַ יערלעכער הכנסה נידעריקער פֿון 50,000 דאָלאַר. עס זעט אויס, אַז די יוגנט און די פֿאַרמעגלעכע (און זיכערער אין זיך) ווילן האָבן ווי זייער פּרעזידענט אַ ראַדיקאַל אַנדערע פֿיגור.
טאָמער שפּיגלט טאַקע אָפּ דער אימאַזש פֿונעם פֿאַוואָריט אין דער פּרעזידענט-קאַמפּאַניע די שטימונג פֿון דער געזעלשאַפֿט, קען מען זאָגן, אַז אַמעריקע געפֿינט זיך אין אַ גוטער פֿאָרעם. ס׳איז אמת, אַז עס פֿאַרדריסט, אַז אַ חוץ סאָציאַלע פֿאַקטאָרן, האָבן אַ ממשותדיקע השפּעה אויך "שבֿט"־מאָטיוון. דער אַפֿריקאַניש-אַמעריקאַנער עולם איז אָפֿט מאָל גרייט צו שטיצן באַראַק אָבאַמאַ ניט בלויז ווײַל זיי האַלטן אים פֿאַר אַ מענטשן מיט אַ בעסערן פּרעזידענטישן פּאָטענציאַל, נאָר אויך ווײַל ער איז אַן אייגענער. אַדרבא, די היספּאַנישע אַמעריקאַנער ווײַזן די נטיה צו שטימען קעגן אָבאַמאַ, ווײַל זיי ווילן ניט האָבן קיין שוואַרצן פּרעזידענט. בכלל, קיין קאָליר-בלינדע וואַלן וועלן הײַיאָר זיכער ניט זײַן.
אַזוי צי אַזוי — אָבער דער ענטוזיאַזם אַרום אָבאַמאַ ווײַזט בולט דער גאַנצער וועלט, אַז דאָס לאַנד האָט דערגרייכט אַ ניוואָ, מיט וועלכן מע קען זיך גרויסן. צוריק גערעדט, טאָמער וועט דאָס רעדל זיך אַ דריי טאָן פֿונדעסטוועגן אַנדערש, און דעם אויבנאָן וועט פֿאַרנעמען הילאַרי קלינטאָן, קען מען זיך גרויסן גאָר ניט ווייניקער. שוין אָפּגעשמועסט פֿון דעם, אַז איר פּראָגראַם איז אפֿשר אַפֿילו לאָגישער און בעסער באַגרינדעט. אָבער עס שאַפֿט זיך צו מאָל אַן אײַנדרוק, אַז דער עולם וויל, דער עיקר, אַ כאַריזמאַטישן פֿירער.
נאָך ניט לאַנג צוריק האָט זיך געדאַכט, אַז די קלינטאָן-קאַמפּאַניע האָט פֿאַרנומען דעם גאַנצן דרך-המלך, וועלכער וואָלט געפֿירט דירעקט אין "ווײַסן הויז". בפֿרט נאָך, אַז די קלינטאָנס וואָלטן זיך בלי-ספֿק ניט פֿאַרבלאָנדזשעט אין די קאָרידאָרן פֿונעם בנין, וואָס זיי קענען ווי אויסנווייניק. די געלטער האָבן זיך ממש געשאָטן אין דעם קלינטאָן-בודזשעט. מכּוח באַראַק אָבאַמאַ האָט מען אויך גערעדט, אָבער מער ווי וועגן אַ חריפֿותדיקן יונגן פּאָליטיקער, וועמעס פֿאָרשטעלונג האָט געקענט מאַכן דעם צענטראַלן ספּעקטאַקל — קלינטאָנס — נאָך אינטערעסאַנטער.
איצט זעען מיר אַ לחלוטין אַנדערע סיטואַציע. אָן קלינטאָנס אייגענע מיליאָנען האָט איר קאַמפּאַניע גענומען בוקסעווען. אָבער, דער עיקר, האָט זיך געשאַפֿן מער אָדער ווייניקער אַ באַלאַנס פֿון די וויילער, וואָס ביידע דעמאָקראַטישע קאַנדידאַטן האָבן שוין אָנגעזאַמלט פֿאַר דער לעצטגילטיקער אָפּשטימונג. איצט איז שוין גאָר ניט קלאָר, ווער פֿון די צוויי דעמאָקראַטישע קאַנדידאַטן איז אַ ליבלינג פֿון דעם "עסטעבלישמענט". ניט נאָר די קענעדיס, אָבער אויך אַנדערע פּאַטריציערס פֿון פּאָליטיק, קולטור און געשעפֿטן אַנאָנסירן בקול-רם, אַז זיי שטיצן אָבאַמאַ. און די געלטער האָבן אויך פֿאַרקערעוועט אין זײַן ריכטונג. אַזוי, אַז די קלינטאָנס נייטיקן זיך הײַנט-צו-טאָג אין אַן אייגענער מאַסן-באַוועגונג פֿון שטיצער.
מע רעדט שוין וועגן אַ מעגלעכקייט, אַז דער גורל פֿון דער גאַנצער קאַמפּאַניע וועט געלייזט ווערן דורך די אַזוי-גערופֿענע "סופּער-דעלעגאַטן". דאָס איז טאַקע דער פּאַרטיייִשער "עסטעבלישמענט", אַ מין צענטראַלער קאָמיטעט מיט אַ פּאָליטביוראָ. די דאָזיקע סמעטענע טראָגט ניט דאָס אַחריות פֿון די געוויינטלעכע, ניט־"סופּער"־דעלעגאַטן, וועלכע מוזן דאָך שטימען לויט די באַשטימטע אָנזאָגן. אַזעלכע סופּער-לײַט שאַפֿן אַרום צוואַנציק פּראָצענט פֿון אַלע דעלעגאַטן. עס ווילט זיך ניט גלייבן, אַז זיי וועלן גיין קעגן דעם שטראָם און מאַכן אַ תּל פֿון דער גאַנצער דעמאָקראַטישער פּראָצעדור.
אַזאַ קאַמפּאַניע איז נאָך אין אַמעריקע ניט געווען. דאָס הייסט, אַ פּנים, אַז אַמעריקע גופֿא האָט זיך זייער שטאַרק געביטן און דאָס איז, דאַכט זיך, אַ שינוי צום גוטן.