ייִדיש־וועלט, טעאַטער, געשיכטע
פֿון משה לאָיעוו (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
פֿון רעכטס: נ. אַלטמאַן, אַ. גראַנאָווסקי, י. ראַבינאָוויטש, מאָסקווע, 1923
פֿון רעכטס: נ. אַלטמאַן, אַ. גראַנאָווסקי, י. ראַבינאָוויטש, מאָסקווע, 1923

געוויינלעך, ווען מען זאָל ניט געווען שרײַבן וועגן דעם מאָסקווער ייִדישן מלוכה־טעאַטער (גאָסעט), האָט מען אים געלויבט אין טאָג אַרײַן. אַוודאי, האָט ער דאָס פֿאַרדינט. ער איז געווען דער בעסטער און פֿירנדיקער ייִדישער טעאַטער אינעם געוועזענעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. זײַנע פֿאָרשטעלונגען, דערונטער די, וועלכע ס'האָט געשטעלט דער גרינדער און הויפּט־רעזשיסאָר פֿונעם טעאַטער אַלעקסיי גראַנאָווסקי, און אין וועלכע ס'האָבן געשפּילט דער אויסנעמלעכער בינע־קינסטלער שלמה מיכאָעלס און אָפֿט אויך דער צווייטער טאַלאַנטפֿולער אַקטיאָר בנימין זוסקין — האָבן געהאַט גרויס דערפֿאָלג און זײַנען געווען דער עכטער בײַשפּיל פֿאַר אַנדערע ייִדישע טעאַטערס.

און דאָך, האָבן זײַנע פֿאַרערער, אַפֿילו די טעאַטראַלע קריטיקער, וועלכע האָבן אים געלויבט, ניט געוווּסט, אַז זײַן לאַגע איז נאָך פֿון אָנהייב באַשטימט געוואָרן ווי אַ האָפֿענונגסלאָזע.

אַזוי שרײַבט אין זײַן עסיי וועגן דעם "גאָסעט" דער באַ­וווּסטער רוסישער טעאַטער־פֿאָרשער וולאַדיסלאַוו איוואַנאָוו.

און נאָך שרײַבט ער, אַז "דער ייִדישער טעאַטער אין רוסלאַנד איז אַ טראַגישע טעמע, אין וועלכער ס'זײַנען פֿאַראַן בלויז אייניקע גליקלעכע זײַטלעך, אָנהייבנדיק פֿון די האַלב־פּראָפֿעסיאָנעלע וואַנדער־טרופּעס ביז דעם אויפֿשוווּנג אין דער קונסט פֿון די צוויי טעאַטערס: 'הבימה' און 'גאָסעט.' אין אונדזער באַוווּסטזײַן זײַנען אָט די צוויי טעאַטערס גע­שטאַנען בײַנאַנד און גאַנץ פֿרידלעך. אָבער דאַן, אין די 1920ער יאָרן האָט אַלץ אַפּעלירט צו אַנטשיידנדיקייט און קעגנ­שטעליקייט.

"די הבימה־לײַט האָבן אויסגעקליבן די עבֿרית־שפּראַך און דערמיט אויסגעקליבן די ביבלישע היסטאָריע און געטרוימט אומצוקערן זיך אויף דער ביבלישער ערד.

"די אַרטיסטן פֿונעם 'גאָסעט' האָבן אויסגעקליבן די ייִדישע שפּראַך, די שפּראַך פֿונעם צעזייטן פֿאָלק, און דאָס הייסט אויך, דאָס צעזייט לעבן. דער מאַטעריאַל פֿון זייער קונסט איז געוואָרן דאָס לעבן פֿונעם שטעטל, ווי אַ גע­וווּנטשענע נאַטור".

פֿאַרשטייט זיך, אַז די "הבימה" איז געווען אַכזריותדיק געשלאָגן פֿאַר "רעאַקציאָנערע" פּרוּוון, אַפֿילו דאָס אָננעמען זיך פֿון סטאַניסלאַווסקין, שאַליאַפּינען, גאָרקין, טאַיִראָוון און פֿיל אַנדערער טוער פֿון דער רוסישער קולטור, אַפֿילו דאָס אַרײַנמישן זיך פֿון לענינען, סטאַלינען, קאַמענעוון האָבן ניט געקאָנט אײַנברעכן די פֿײַנטלעכע באַציִונג צו די טעאַטערס דורך די ייִדישע פּאַרטיי־ און מלוכה־פּערזענלעכקייטן. אַזאַ איז געווען די מאַכט פֿונעם אַפּאַראַט, אַז אַפֿילו די פֿירער פֿון דער רעוואָלוציע זײַנען ניט געווען אין אים די הערשער.

דער "גאָסעט", וועלכער האָט, דווקא, גענאָסן פֿון דער אונטערשטיצונג פֿון די זעלבע אָרגאַנען, איז אין יאָר 1920 איבערגעפֿירט געוואָרן פֿון פּעטראָגראַד קיין מאָסקווע, כּדי קעגנצושטעלן דעם "עכטן" טעאַטער פֿון די פּראָלעטאַרישע מאַסן דער טריפֿהער "הבימה".

שוין אינעם יאָר 1922 האָט מען דעם טעאַטער שיִער ניט פֿאַרמאַכט צוליב פֿינאַנציעלע סיבות. דער "גאָסעט", ווי די מערהייט אַנדערע מאָסקווער און פּעטראָגראַדער טעאַטערס, וועלכע האָבן פֿאַרהיט דעם סטאַטוס פֿון מלוכישע, זײַנען איבערגעפֿירט געוואָרן אויף אַ "זעלבסט־אויסהאַלט" — אָן דער רעכט צו באַנוצן זיך מיט אַ וועלכער ס'ניט איז שטיצע מצד דער מלוכה. אָבער אין אונטערשייד פֿון אַנדערע טעאַ­טערס, האָט דער ייִדישער טעאַטער נישט געדאַרפֿט אומקערן די פֿריִערדיקע חובֿות.

אין אַ חודש אַרום איז אין דער פֿאַרוואַלטונג פֿון מלוכישע און אַקאַדעמישע טעאַטערס פֿון דעם קאָמיסאַריאַט*) פֿאַר פֿאָלקס־בילדונג אויפֿגעקומען אַ מיינונג ווי אַזוי צו לייזן די פּראָבלעם פֿונעם "גאָסעט". ס'זײַנען דערגאַנגען קלאַנגען, אַז דער פֿאָלקאָמראַט**) פֿון אוקראַיִנע האָט באַשטימט אָרגאַניזירן אין אוקראַיִנע אַ מלוכישן ייִדישן טעאַטער. דאָס קאָן זײַן אַ מעגלעכקייט ראַדיקאַל פּטור צו ווערן פֿונעם "גאָסעט". אָט די קלאַנגען האָבן אַלעמען אינעם קאָמיסאַריאַט דערמוטיקט.

די מאַשין האָט אָנגעהויבן אַרבעטן. ס'האָט זיך אָבער אַרויסגעוויזן, אַז דער קאָמיסאַריאַט פֿאַר פֿאָלקס־בילדונג פֿון אוקראַיִנע האָט שוין דורכגעפֿירט אַלע צוגרייטונגס־אַרבעטן, כּדי צו דערעפֿענען איר אייגענעם ייִדישן טעאַטער און פֿון דער מאָסקווער מתּנה האָט מען זיך אָפּגעזאָגט.

דער מאָסקווער קאָמיסאַריאַט פֿאַר פֿאָלקס־בילדונג האָט זיך מיט דעם ניט באַגנוגנט. און ווידער האָבן זיך פֿאַשפּרייט קלאַנגען וועגן דעם, אַז ווײַסרוסלאַנד איז גרייט צו נעמען צו זיך דעם טעאַטער, און נאָך האָט מען געפּרוּווט אָנהענגען דעם טעאַטער אַנדערע שטעט פֿון אוקראַיִנע, ס'זײַנען געמאַכט געוואָרן עפֿנטלעכע אַרויסטרעטונגען וועגן אַריבערפֿירן אָדער אין גאַנצן ליקווידירן דעם טעאַטער.

איבערפֿירן אָדער אין גאַנצן ליקווידירן דעם טעאַטער זײַנען גלײַכבאַטײַטיק, האָט באַמערקט אין זײַן מעלדשריפֿט דער קינסטלערישער אָנפֿירער פֿונעם טעאַטער אַלעקסיי גראַנאָווסקי. אויך טשעמערינסקי, דער סעקרעטאַר פֿון דעם צענטראַלן ביוראָ פֿאַר דער ייִדסעקציע פֿון דער קאָמפּאַרטיי, איז אַרויסגעטראָטן מיט אַ שאַרפֿער ווענדשריפֿט קעגן די אַלע ליקווידאַטאָרס פֿון דעם טעאַטער. ער האָט געמאָלדן, אַז דער באַטײַט פֿונעם "גאָסעט" ווי אַ צענטראַלע אייגנאַרטיקע אַנשטאַלט, וועט צוזאַמען מיטן איבערפֿירן אים פֿאַרלירן דעם אמתדיקן בונד מיט די קוואַלן, וועלכע האָבן אים געשאַפֿן און, ניט אויפֿגעהערט אים צו שטיצן.

אָבער די לאָגישע פּאָלעמיק פֿון טשעמערינסקין און גראַנאָווסקין זײַנען געבליבן קול־קורא במידבר. די ליקווידאַ­טאָרישע קאָמיסיע פֿונעם סאָוועטישן קאָמיסאַריאַט פֿאַר פֿאָלקס־בילדונג האָט פֿאָרגעזעצט איר אַרבעט.

דעם 18טן אָקטאָבער 1927 האָט דער קליינער סאָווע­טישער פֿאָלקס־קאָמיסאַריאַט, אונטערן צייכן "דאָס טאָר ניט פֿאַרעפֿנטלעכט ווערן", אָנגענומען אַ באַשלוס צו "אָנער­קענען די נייטיקייט פֿון אַריבערפֿירן דעם ייִדישן מלוכה־טעאַטער פֿון מאָסקווע אין איינער פֿון די גרעסטע צענטערס פֿון אוקראַיִנע אָדער ווײַסרוסלאַנד, וווּ עס געפֿינען זיך ברייטע ייִדישע מאַסן". ווי מיר זעען, האָט מען דעם "תּחום־המושבֿ", וועלכן די פּראָוויזאָרישע רעגירונג האָט אינעם יאָר 1917 אָפּגעשאַפֿט, פּלאַנירט איצט ערטערווײַז צו רעסטאַוורירן פֿאַרן "גאָסעט".

אינעם יאָר 1928 איז די טרופּע אַוועקגעפֿאָרן אויף גאַסטראָלן קיין אויסלאַנד. די אַרטיסטן האָבן ניט געוווּסט, וואָס ס׳וואַרט אויף זיי בײַם אומקערן זיך און געגרייט זיך צום ערגסטן. די פֿראַגע וועגן דער עקזיסטענץ איז געבליבן אָן אַן ענטפֿער. אין די צווישבאַציִונגען מיט דער סאָוועטישער מאַכט איז בײַם טעאַטער ניט געווען קיין גוטע צײַטן. ס'וועט ניט זײַן קיין גרויסע איבערטרײַבונג צו זאָגן, אַז דעם "גאָסעט" האָט מען געהאַלטן בײַם הרגענען די גאַנצע צײַט פֿון זײַן עקזיסטענץ ביז מען האָט אים ניט דערהרגעט אין גאַנצן.

* * *

דאָ איז כּדאַי נאָך צו דערמאָנען, פֿאַרוואָס איז אַלעקסיי גראַנאָווסקי, דער גרינדער פֿונעם טעאַטער, דער אויסנעמלעכער רעזשיסאָר, איז נאָך דעם, ווי עס האָבן זיך דערפֿאָלגרײַך פֿאַרענדיקט די גאַסטראָלן פֿונעם טעאַטער אין אויסלאַנד, זיך ניט אומגעקערט צוזאַמען מיט דער טרופּע קיין מאָסקווע? און נאָך: צי איז אמת, אַז ער האָט נאָך ביזן אַרויספֿאָרן אויף די גאַסטראָלן קיין אויסלאַנד, באַשטימט דאָרט צו בלײַבן?

ווי עס דרינגט אַרויס פֿון די דערמאָנונגען פֿון זײַן פֿרוי אַלכּסנדראַ אַזאַרך־גראַנאָווסקי איז דאָס ניט אמת. ער האָט אַרויסגעפֿירט דעם טעאַטער אויף גאַסטראָלן קיין אויסלאַנד און זיך געקליבן מיט אים זיך צוריק אומצוקערן.

די באַשטימונג צו בלײַבן איז בײַ אים אויפֿגעקומען שוין בײַם סוף פֿון די גאַסטראָלן. ער האָט פֿאַרשטאַנען, אַז אומקערן זיך איז שוין אוממעגלעך: מסירות קיין מאָסקווע זײַנען פֿון אויסלאַנד געפֿלויגן אָן אַ שיִער. אין זיי האָט מען געגעבן צו וויסן דער טעאַ­טראַלער אָנפֿירערשאַפֿט, אַז די קריטיקער רופֿן דעם טעאַטער ניט "סאָוועטישער", נאָר גראַ­נאָווסקיס טעאַטער, גראַנאָווסקיס דערפֿאָלג. גראָד אין דער צײַט האָט מען פֿאָרגעלייגט דעם טעאַטער אויסגעצייכנטע באַדינגונגען ער זאָל פֿאָרן קיין אַמעריקע. לאַנג ניט געטראַכט, האָט גראַנאָווסקי אונטערגעשריבן דעם אָפּ­מאַך, וואָס איז דאַן געווען אויסשליסלעך אַ לוינעוו­דיקער פֿאַרן סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. דאָס הייסט, אַז אַמעריקע צאָלט אויס אַלע הוצאות און גיט דעם טעאַטער אַ גרויסן געלט־רווח. אמת, דערבײַ איז געווען אַ פּונקט, אַז אויב דער אָפּמאַך וועט ניט אויסגעפֿילט ווערן, וועט דער טעאַטער באַדאַרפֿן באַצאָלן אַ גרויסן קנס.

"מיר", שרײַבט ווײַטער גראַנאָווסקיס פֿרוי, "האָבן זיך געגרייט צו דער רײַזע, זײַענדיק גרויס מיט דעם, וואָס אונדזערע גאַסטראָלן אין אייראָפּע זײַנען געווען עכט דערפֿאָלגרײַכע, נאָך מערער: טריִומפֿאַלע! און מיט אַ מאָל זײַנען געקומען צו פֿאָרן פֿון מאָסקווע, פֿונעם קאָמיסאַריאַט פֿאַר פֿאָלקס־בילדונג, דרײַ מענטשן, מיט אַ באַפֿעל: די רגע אָנלאָדן די דעקאָראַציעס, און אַלע אַקטיאָרן, צוזאַמען מיט גראַנאָווסקין, באַדאַרפֿן זיך תּיכּף אומקערן קיין מאָסקווע. די קאָמיסיע האָט מאָטיווירט דאָס אַלץ דערמיט, אַז אין דעם דאָקומענט, וואָס גראַנאָווסקי האָט באַקומען פֿאַרן אַרויספֿאָר אויף די גאַסטראָלן קיין אייראָפּע, איז געווען אַזאַ פּונקט: 'האָט ניט דאָס רעכט פֿון אונטערשרײַבן אָפּמאַכן אין יעטוועדער שטאָט אין אייראָפּע.' דאָס וואָרט 'אַמעריקע' איז דאָרט ניט געשטאַנען. אַזוי אַז ער האָט כּלומרשט עובֿר געווען אויף דעם געזעץ, לויט וועלכן מען האָט אים און דעם טעאַטער אַרויסגעלאָזט קיין אויסלאַנד".

אַזוי ווי דער קנס איז געווען זייער גרויס און די פּערספּעקטיוו פֿון די גאַסטראָלן אין אַמע­ריקע, וואָלטן געבראַכט דעם טעאַטער גוטע אויסזיכטן אויף ווײַטער, האָט גראַנאָווסקי זיך געוואָנדן אין דער סאָוועטישער אַמבאַסאַדע, מאָטיווירנדיק זײַן פּראָטעסט אַזוי: "פֿאַרוואָס זאָל דער טעאַטער ניט פֿאָרן קיין אַמעריקע, ניט פֿאַרווירקלעכן אָט די אויסערגעוויינלעכע גאַסטראָל־טורנע?"

דאָס איז געווען אַ מין געריכט איבער גראַנאָווסקין, וועלכער האָט זיך באַליידיקט און אָפּגעזאָגט זיך אומצוקערן צוריק קיין מאָסקווע.

דער פֿאָרזיצער פֿון אָט דעם כּלומרשטן געריכט איז געווען דער קאָמוניסט און טעאַטער־רעזשיסאָר ערווין פֿיסקאַטאָר. ער האָט פֿולקאָם באַרעכטיקט גראַנאָווסקין, און באַטאָנט, אַז גראַנאָווסקי האָט געשטרעבט ווײַטער באַרימט צו מאַכן דעם סאָוועטישן טעאַטער. אָבער אין מאָסקווע האָט מען דעם גורל פֿונעם טעאַטער באַשטימט אַנדערש. מיט אים זײַנען געבליבן זײַן ברודער און דער אַקטיאָר גערטנער.

אָט דאָס זײַנען די סיבות פֿון דער פּלו­צעמדיקער קאַטאַסטראָפֿע. דער טעאַטער איז געבליבן אָן זײַן טאַלאַנטירטן רעזשיסאָר.

*) קאָמיסאַריאַט — מיניסטעריום
**) פֿאָלקאָמראַט — דער קאָמוניסטישער ראַט (רעגירונג)