אין די מלחמות, אינטיפֿאַדעס און שלום־פּראָצעסן האָבן פֿאַר ישׂראל געהאַט אַ גרויסע וויכטיקייט אירע באַציִונגען מיט די פֿאַראייניקטע שטאַטן פֿון אַמעריקע, וואָס האָט אָנערקענט ישׂראל 11 מינוט נאָכדעם ווי זי איז פּראָקלאַמירט געוואָרן. די דאָזיקע באַציִונגען זײַנען פֿאַרשיידנאַרטיקע און פֿילזײַטיקע. זיי פֿאַרמאָגן היסטאָרישע, קולטורעלע און רעליגיעזע, פּאָליטישע און זיכערהייט־קאָמפּאָנענטן און זענען כאַראַקטעריזירט דורך אַ בונד צווישן ישׂראל און דעם אַמעריקאַנער ייִ
דנטום, וואָס שליסט אײַן פֿאַמיליע־קאָנטאַקטן און פֿרײַנדשאַפֿט. עס זײַנען פֿאַראַן אַ סך קאָנטאַקטן צווישן די אינסטיטוציעס פֿאַר הויכער בילדונג און וויסנשאַפֿט, וואָס פֿאַרמאָגן אויך געשעפֿטלעכע און קאָמערציעלע עלעמענטן, ווי אויך יורידישע, קאָנסטיטוציאָנעלע און פּאָליטיש־דיפּלאָמאַטישע באַציִונגען צווישן ביידע מדינות.
די באַציִונגען צווישן די צוויי מדינות מיט אַזאַ אונטערשייד אין זייער גרייס און כּוח קענען נישט זײַן קיין סימעטרישע. דעריבער איז פֿאַרשטענדלעך ישׂראלס אָפּהענגיקייט פֿון אַמעריקע. אָבער די אינטערעסן פֿון אַמעריקע זענען אַלגעמיין־וועלטלעכע און ראַיאָניקע, און זי זוכט צו געפֿינען דעם באַלאַנס צווישן בילאַטעריאַלע און די ראַיאָניקע אינטערעסן. דער דאָזיקער באַלאַנס איז פֿאַקטיש דער עצם פֿון די פּאָליטישע באַציִונגען צווישן אַמעריקע און ישׂראל זינט איר אַנשטייונג.
אַ וויכטיקער פֿונדאַמענטאַלער עלעמענט אין דער אַמעריקאַנער אויסערן־פּאָליטיק איז דער מאָראַלישער קאָמפּאָנענט. דער אַמעריקאַנער געפֿיל איז, אַז די פֿאַראייניקטע שטאַטן מוז אַקטויִרן אויף דער וועלט־אַרענע נישט נאָר ווי אַ גרויסמאַכט, וואָס האָט אירע אינטערעסן, נאָר אויך ווי אַ מאָראַלישער כּוח, און דער דאָזיקער געפֿיל איז אַ וויכטיקער פֿאַקטאָר אין דער אַלגעמיינער אַמעריקאַנער פּאָליטיק, ווי אויך אין גרונט פֿון איר צוגאַנג צו ישׂראל.
דער געוועזענער אַמעריקאַנער אויסערן־מיניסטער, הענרי קיסינדזשער, האָט פּרובירט דאָס דעפֿינירן מיט די ווערטער, אַז "די גרויסקייט פֿון אַמעריקע באַשטייט נישט נאָר אין איר פֿיזישן כּוח, נאָר אויך אין איר מאָראַלישן באַדײַט. זינט אַמעריקע איז אַנטשטאַנען, האָט זי זיך געמאָלדן ווי עפּעס מער ווי אַ כּוח. דאָס געפֿיל פֿון אַ מאָראַלישן שליחות איז שטענדיק געווען צווישן די טרײַבקראַפֿטן פֿון אירע מעשׂים. איר אימפּולס איז די אָנערקענונג, אַז מיר, אַמעריקאַנער, זענען די פֿאַרטיידיקער פֿון אוניווערסאַלע ווערטן, די ווערטן פֿון פֿרײַהייט און פּראָגרעס".
כאָטש נישט אַלע מאָל איז לײַכט צו אָנערקענען דעם מאָראַלישן פֿאַקטאָר אין אַמעריקעס פּראַקטישער פּאָליטיק, איז קלאָר, אַז אָן דעם דאָזיקן קאָמפּאָנענט — וועלכער גייט דורך ווי אַ פֿונדאַמענטאַלע ליניע אין וואַשינגטאָנס באַציִונג צו ישׂראל — קען מען נישט פֿאַרשטיין די געשיכטע פֿון די באַציִונגען צווישן ביידע לענדער. עס זענען פֿאַראַן אַזעלכע, וואָס טענהן, אַז נאָר די ענגע וואַלן־אינטערעסן ליגן אין יסוד פֿונעם צוגאַנג פֿון די אַמעריקאַנער פּרעזידענטן און די מיטגלידער פֿון ביידע קאָנגרעס־הײַזער צו דער ייִדישער באַפֿעלקערונג. געוויינלעך, אין אַ דעמאָקראַטישן פֿיל־עטנישן לאַנד ווי אַמעריקע, מוז יעדע אַדמיניסטראַציע זיך רעכענען מיטן ווילן פֿון די קאָמפּאָנענטן פֿון דער באַפֿעלקערונג. אָבער איין באַדינג איז פֿאַראַן פֿאַר דעם — אַז דער דאָזיקער ווילן איז נישט קעגנזעצלעך צו די לעבנסוויכטיקע קיום־אינטערעסן פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן.
ערבֿ די דעבאַטן אין דער "יו־ען" אין 1947 אַרום דער רעקאָמענדאַציע פֿון דער קאָמיסיע צו צעטיילן ארץ־ישׂראל אויף צוויי מדינות — אַ ייִדישע און אַן אַראַבישע — איז דער אַמעריקאַנער אַנשטאַלט פֿאַר פּאָליטישער זיכערהייט געווען קעגן אַזאַ רעקאָמענדאַציע. דעמאָלט האָט פּרעזידענט, הערי טרומאַן, פּערזענלעך באַשלאָסן פֿאַר דעם חלוקה־פּלאַן און פֿאַרן באַלדיקן אָנערקענען די ייִדישע מדינה, ווי ס׳איז פֿאַרשריבן אין זײַן טאָגבוך: "די ייִדישע פּראָבלעם איז אַ פֿונדאַמענטאַלע מענטשלעכע פּראָבלעם, און קיין שום פּאָליטישע איבערלייגונגען האָבן נישט געקאָנט בײַקומען די וואָג פֿון דעם נאַציאָנאַלן אינטערעס". ווען טרומאַן האָט זיך איבערצײַגט, אַז דאָס שאַפֿן אַ ייִדישע אומאָפּהענגיקע מדינה איז אַ נאַציאָנאַלער אינטערעס פֿון אַמעריקע, האָט ער אויף דעם געלייגט זײַן גאַנצן געוויכט.
הערי טרומאַן, וועלכער איז געוואָרן פּרעזידענט נאָכן טויט פֿון פֿראַנקלין דעלאַנאָ רוזוועלט אין יאָר 1945, האָט געדינט צוויי קאַדענצן, און בײַם סוף פֿון זײַן פּרעזידענטשאַפֿט האָבן זיך אָנגעקניפּט די ערשטע קאָנטאַקטן צווישן די געהיים־דינסטן פֿון ביידע לענדער, וועלכע עקזיסטירן ביזן הײַנטיקן טאָג. נאָך טרומאַנען איז אין יאָר 1953 געקומען אין "ווײַסן הויז" גענעראַל דווײַט אײַזענהאַוער. זײַן אויסערן־מיניסטער, דזשאַן פֿאָסטער דאַלעס, האָט אין די יאָרן 1953—1955 געפֿירט אַ קילע פּאָליטיק קעגן ישׂראל. קיין מאָראַל איז דאָרט נישט געווען, אָבער אינטערעסן — יאָ. דאַלעס האָט געהאָפֿט, אַז די אָפּגעקילטע באַציִונגען מיט ישׂראל, דאָס שאַפֿן אין יאָר 1955 דעם באַגדאַד־בונד צווישן טערקײַ, איראַק, פּאַקיסטאַן, איראַן און ענגלאַנד, און דאָס נישט פֿאַרקויפֿן ישׂראל דירעקט קיין געווער, וועלן ברענגען די אַמעריקאַנער גוטע רעזולטאַטן אין דער אַראַבישער וועלט. אָבער די דאָזיקע פּאָליטיק פֿון דאַלעסן האָט זיך צעשיט אויף ברעקלעך נאָך דער סיני־מלחמה, און די אַמעריקאַנער אַדמיניסטראַציע האָט אָנגעהויבן זיך רעכענען מיט די זיכערהייט־פּראָבלעמען פֿון ישׂראל. אײַזענהאַוער האָט טאַקע געצוווּנגען ישׂראל זיך צוריקצוציִען פֿון סיני און איבערגעבן אירע דערגרייכונגען אין דער מלחמה אין די הענט פֿון די "יו־ען"־סאָלדאַטן, אָבער בײַם סוף פֿון זײַן קאַדענץ האָט אײַזענהאַוער צוגעזאָגט, אַז ישׂראל וועט באַקומען "האָק"־ראַקעטן, כּדי זיך צו פֿאַרטיידיקן קעגן די נײַע רוסישע "מיג"־עראָפּלאַנען, וואָס עס האָבן באַקומען עגיפּטן און סיריע.
עס האָט זיך אָנגעהויבן אַ טענדענץ אין דער אײַזענהאַוער־אַדמיניסטראַציע צו פֿאַרבעסערן די באַציִונגען מיט ישׂראל. די דאָזיקע טענדענץ האָט ממשיך געווען דזשאָן קענעדי, וועלכער איז געוואָרן פּרעזידענט אין יאָר 1961. אין 1962 האָט קענעדי באַשלאָסן צו פֿאַרקויפֿן געווער דירעקט צו ישׂראל. דאָס איז געווען אַ וויכטיקער פּראָ־ישׂראלדיקער שריט. פֿון יאָר 1947 ביז דעם דאָזיקן שריט האָט אַמעריקע אָנגעהאַלטן אַן אַבֿסאָלוטן עמבאַרגאָ אויף שיקן געווער קיין ישׂראל, און דער דאָזיקער באַשלוס איז געווען נישט בלויז אַ וויכטיקער פּרעצעדענט, נאָר אויך אַ וויכטיקע ענדערונג אין דער אַמעריקאַנער באַציִונג צו ישׂראל. דער באַשלוס צו פֿאַרקויפֿן געווער דירעקט צו ישׂראל איז געווען אַ קלאָרער סיגנאַל, אַז די פֿאַראייניקטע שטאַטן וועלן נישט מסכּים זײַן מיט אַן אומבאַלאַנס, וואָס וועט באַשעדיקן ישׂראל און, אַז אַמעריקע איז אַנטשלאָסן אויסצומײַדן אַן אינערלעכע אַנטוויקלונג אין ישׂראל, זי זאָל זיך פֿילן איזאָלירט.
צווישן די מאָטיוון אָנצונעמען דעם דאָזיקן באַשלוס איז געווען, פֿון איין זײַט, די אַנטוישונג פֿון דער אַמעריקאַנער אַדמיניסטראַציע פֿון די אַזוי־גערופֿענע אַראַבישע "רעוואָלוציאָנערע" רעזשימען; און פֿון דער אַנדער זײַט, דאָס נישט גורם צו זײַן, אַז ישׂראל זאָל געצוווּנגען ווערן אַרויפֿצוגיין אויפֿן וועג פֿון אַן איטענסיווער אַנטוויקלונג פֿון נוקלעאַרן כּוח.
דער אמת איז, אַז די נוקלעאַרע פּאָליטיק פֿון ישׂראל האָט גענוג אויפֿגערעגט קענעדיס אַדמיניסטראַציע און דערמיט פֿאַרוואָלקנט אירע באַציִונגען מיט ישׂראל, ביז ישׂראל האָט געמוזט מסכּים זײַן, אַז די אַמעריקאַנער אינספּעקטאָרן זאָלן דורכפֿירן פּעריאָדישע רעוויזיעס אויף דעם רעאַקטאָר אין דימונה.
אין נאָוועמבער 1963 איז קענעדי דערמאָרדעט געוואָרן און עס איז געקומען אינעם "ווײַסן הויז" לינדאָן דזשאַנסאָן, וועלכער האָט אינגאַנצן פֿאַרלאָזט די פּאָליטיק פֿון נאָכגיין נאָך די אַראַבישע "רעוואָלוציאָנערע" רעזשימען. בײַ זײַן צווייטן באַזוך אין אַמעריקע, אין יאַנואַר 1968, האָט פּרעמיער־מיניסטער לוי אשכּול מצליח געווען צו באַקומען פֿונעם פּרעזידענט דזשאַנסאָן אַ פֿאַרגרעסערטע צאָל "סקײַהאָק"־ און "פֿאַנטאָם"־עראָפּלאַנען; ווי אויך אַ דעקלאַראַציע, אַז אַמעריקע וועט אָפּהיטן דעם באַוואָפֿענונג־באַלאַנס צווישן ישׂראל און די אַראַבער. דזשאַנסאָן איז מסכּים געווען צו אַ געהיימער טראַנזאַקציע, אַז דײַטשלאַנד זאָל פֿאַרקויפֿן ישׂראל אַמעריקאַנער טאַנקען.
אַגבֿ, דזשאַנסאָן איז געווען דער ערשטער אַמעריקאַנער פּרעזידענט, וואָס האָט אײַנגעלאַדן אַ ישׂראלדיקן פּרעמיער־מיניסטער אויף אַן אָפֿיציעלן באַזוך קיין אַמעריקע. אין פֿאַרלויף פֿון דזשאַנסאָנס קאַדענץ ווי פּרעזידענט איז פֿאָרגעקומען די זעקס־טאָגיקע מלחמה, נאָך וועלכער ישׂראל האָט זיך געפֿונען אין איינער פֿון אירע שענסטע שעהען: מיט געשיצטע גרענעצן, אַ זיגערישער אַרמיי, קאָלאָסאַלן פּרעסטיזש אויף דער גאַנצער וועלט, און ליבשאַפֿט און גאווה פֿונעם גאַנצן ייִדישן פֿאָלק.
נאָך דזשאַנסאָנען איז אין 1969 געקומען פּרעזידענט ריטשאַרד ניקסאָן. זײַן אויסערן־מיניסטער, וויליאַם ראָדזשערס, האָט פֿאָרגעשלאָגן ישׂראל אַ פּלאַן פֿאַר לייזן דעם ישׂראל־אַראַבישן קאָנפֿליקט. אָבער ישׂראלס פּרעמיער־מיניסטער, גאָלדע מאיר, האָט אָפּגעוואָרפֿן דעם פּלאַן און זיך אויסגעדדריקט, אַז ווער עס וועט אָננעמען דעם ראָדזשערס־פּלאַן, וועט זײַן אַ פֿאַררעטער.
אין פֿאַרלויף פֿון ניקסאָנס קאַדענץ איז פֿאָרגעקומען די יום־כּיפּור מלחמה, אין וועלכער די עגיפּטער און סיריער האָבן איבערראַשט די ישׂראלדיקע באַפֿעלקערונג דעם 6טן אָקטאָבער 1973. פּונקט יום־כּיפּור נאָכמיטאָג, ווען די ייִדן זענען געווען אין די שילן, געדאַוונט און געפֿאַסט, האָבן זייערע מיליטער־כּוחות אַטאַקירט אין סיני און אין רמת־הגולן. אַ טאָג פֿאַר דעם, דעם 5טן אָקטאָבער, האָט ישׂראל באַקומען אַ ידיעה, אַז די משפּחות פֿון די רוסישע ראַטגעבער אין סיריע פּאַקן זייערע זאַכן און פֿאַרלאָזן סיריע, האָט דער קאָמענדאַנט פֿון דער ישׂראלדיקער אַרמיי, גענעראַל דוד אלעזר, פֿאָרגעשלאָגן גאָלדע מאיר אָנצוהייבן פֿריִער, מיט אַ פּרעווענטיווער מלחמה קעגן סיריע. גאָלדע מאיר האָט נישט אָנגענומען דעם פֿאָרלשאָג. זי האָט באַשלאָסן, אַז ס׳דאַרף זײַן אַבסאָלוט קלאָר פֿאַר דער וועלט, אַז די אַגרעסאָרן זענען בפֿירוש די אַראַבער, כּדי ישׂראל זאָל באַקומען פֿון פּרעזידענט ניקסאָן די נייטיקע מיליטערישע הילף. די הילף איז געקומען מיט אַן אַמעריקאַנער לופֿט־באַן און ישׂראל האָט געזיגט אויך אין דער דאָזיקער מלחמה.
ווען ריטשאַרד ניקסאָן האָט אין יאָר 1974 רעזיגנירט, האָט זײַן אָרט פֿאַרנומען דזשעראַלד פֿאָרד, וועלכער איז געווען פּרעזידענט בלויז דרײַ יאָר און האָט פֿולהאַרציק געשטיצט די עקזיסטענץ פֿון ישׂראל און איר זיכערקייט. פֿאָרד איז געווען דער אַמעריקאַנער פּרעזידענט, וואָס האָט אין יאָר 1976 צוגעזאָגט דעם פּרעמיער־מיניסטער יצחק ראַבין, אַז אַמעריקע וועט זיך באַציִען מיטן פֿולן אויפֿמערק צו ישׂראלס פּאָזיציע בנוגע דער פּראָבלעם פֿון רמת־הגולן. פֿאָרד האָט אונטערגעשטראָכן, אַז יעדע לייזונג פֿון דער דאָזיקער פּראָבלעם דאַרף זיך באַזירן אויף ישׂראלס בלײַבן דאָרט.
אין יאָר 1977 איז אויסגעקליבן געוואָרן דזשימי קאַרטער ווי דער אַמעריקאַנער פּרעזידענט, און אין פֿאַרלויף פֿון זײַן קאַדענץ זענען, דעם 17טן סעפּטעמבער 1978, אונטערגעשריבן געוואָרן די צוויי קעמפּ־דייוויד דאָקומענטן — אַ שלום־פֿאָרשלאָג צווישן עגיפּטן און ישׂראל, און אַ פֿאָרלשאַג פֿאַר אַ שלום מיט די פּאַלעסטינער. דער ערשטער דאָקומענט איז רעאַליזירט געוואָרן, און דעם 26סטן מערץ 1979 איז אונטערגעשריבן געוואָרן דער ישׂראל־עגיפּטישער שלום־אָפּמאַך. אפֿשר אַ ביסל אַ קאַלטער, אָבער פֿאָרט אַ שלום.
דעם צווייטן פֿאָרשלאַג פּרובירט מען צו רעאַליזיקן שוין 29 יאָר, אָבער דערווײַל זעט מען קיין סוף נישט צום ישׂראל־פּאַלעסטינער קאָנפֿליקט. ווען איך בין געווען דער ישׂראל־אַמבאַסאַדאָר אין רומעניע אין די צײַטן פֿונעם אונטערשרײַבן דעם אָפּמאַך אין קעמפּ דייוויד, האָט דזשימי קאַרטער אויסגעזען אין מײַנע אויגן ווי אַ "העלד" פֿונעם שלום־פּראָצעס. און דעריבער איז מיר געווען זייער שווער צו פּובליקירן אין "פֿאָרווערטס" פֿון 16טן מערץ 2007 מײַן אַרטיקל: "צום אויספֿאַרקויף — אַ געוועזענער פּרעזידענט", אין וועלכן איך קריטיקיר זייער שאַרף די הײַנטיקע באַציִונג פֿון קאַרטערן צו מדינת־ישׂראל, ווי עס קומט צום אויסדרוק אין זײַן לעצטנס פּובליקירטן בוך " פּאַלעסטינע, שלום נישט אַפּאַרטהייד". נאָך קאַרטערן האָט דעם העכסטן אַמט אין אַמעריקע פֿאַרנומען ראָנאַלד רייגען אין יאָר 1981.
רייגען האָט געדינט צוויי קאַדענצן, ביזן יאָר 1989, אין וועלכן די באַציִונגען מיט ישׂראל זענען געווען וואַרעמע. רייגען איז געווען באַטראַכט ווי אַ פֿרײַנד פֿון ישׂראל. אָבער דווקא מיט אים איז אויסגעבראָכן אַ קריזיס, ווען ער האָט איבערגעשיקט, דעם ערשטן סעפּטעמבער 1982, צו מנחם בעגינען זײַן פּלאַן צו לייזן דעם קאָנפֿליקט מיט די פּאַלעסטינער; קאָפּיעס פֿון דעם זעלבן פּלאַן האָט ער געשיקט אויך די קעניגן פֿון יאָרדאַניע און סאַודיע. אין זײַן פּלאַן האָט רייגען אויסגעדריקט, פֿון איין זײַט, זײַן קעגנערשאַפֿט צום שאַפֿן אַן אומאָפּהענגיקע פּאַלעסטיער מדינה, און פֿון דער אַנדער זײַט — זײַן קעגנערשאַפֿט, אַז ישׂראל זאָל אַנעקסירן די אָקופּירטע שטחים. ער האָט פֿאָרגעשלאָגן, אַז נאָך פֿינף יאָר פֿון פֿולער אויטאָנאָמיע, זאָלן די פּאַלעסטינער אָנערקענט ווערן ווי אַ זעלבסטפֿאַרוואַלטונג אין פֿארבינדונג מיט יאָרדאַניע. ירושלים דאַרף דערווײַל בלײַבן אַ פֿאַראייניקטע שטאָט, אָבער וועגן איר ענדגילטיקן סטאַטוס דאַרף באַשלאָסן ווערן אין אונטערהאַנדלונגען.
רייגען האָט צוגעגעבן, אַז די פֿאַראייניקטע שטאַטן האָבן קיין שום כּוונה נישט צו פֿאַרלאַנגען פֿון ישׂראל זיך צוריקצוציִען צו אירע גרענעצן פֿון פֿאַר דער זעקס־טאָגיקער מלחמה, און זײַן פּלאַן דערמעגלעכט אויסצוטוישן טעריטאָריעס. בעגינען האָט זייער פֿאַרדראָסן, וואָס פּרעזידענט רייגען האָט געשיקט קאָפּיעס פֿון זײַן פּלאַן אויך צו די קעניגן פֿון יאָרדאַניע און סאַודיע; און ווען דער אַמעריקאַנער אַמבאַסאַדאָר, סאַמועל לויִס, האָט איבערגעגעבן בעגינען רייגענס בריוו, האָט בעגין זיך אויסגעדריקט, אַז דאָס איז זײַן טרויעריקסטער טאָג זינט ער איז געוואָרן פּרעמיער־מיניסטער. אויפֿן אַנדערן טאָג, אויף אַ זיצונג דעם 2טן סעפּטעמבער, האָט די ישׂראלדיקע רעגירונג באַשלאָסן אָפּצוּוואַרפֿן רייגענס פּלאַן, און בעגין האָט גלײַך געשיקט וועגן דעם אַ בריוו קיין וואַשינגטאָן. די ישׂראל־רעגירונג האָט אָנגערופֿן דעם פּלאַן ווי אַ זייער שווערע אָפּווענדונג פֿון די קעמפּ־דייוויד אָפּמאַכן. ווען רייגען האָט באַקומען בעגינס נעגאַטיוון ענטפֿער, האָט ער זיך אָפּגעזאָגט פֿון זײַן פּלאַן.
(סוף אין קומענדיקן נומער)