שפּראַך־פּיטשעווקעס

אַזוי באַשרײַבט דאָס פּאָפּולערע ייִדישע ליד די געפֿילן פֿון אַ פֿאַרליבטן ייִדישן בחור. אָבער די קאָנסטרוקציע "בײַ מיר", "בײַ דיר" און אַזוי ווײַטער רופֿט אָפֿט אַרויס שוועריקייטן בײַ סטודענטן, בפֿרט ענגליש-רעדנדיקע. איז לאָמיר זיך אַ ביסל פֿאַנאַדערקלײַבן אין דעם ענין.

אין דער דאָזיקער קאָנסטרוקציע בלײַבט עפּעס ניט דערזאָגט. לכל-הפּחות, אַזוי זעט עס אויס. כאָטש אַ ייִדיש-רעדער ווייסט, בדרך-כּלל, וואָס מע וויל זאָגן. למשל, "בײַ מיר ביסטו שיין" מיינט, אַז דײַן שיינקייט פֿיל איך אין מײַן האַרצן.

"דער גאַסט וווינט בײַ מיר". אין דעם פֿאַל, ווערט ניט דערזאָגט (אָבער אַלע פֿאַרשטייען עס), אַז דער גאַסט האָט זיך אָפּגעשטעלט בײַ דעם מענטשן אין דער היים — אין זײַן דירה צי הויז.

"בײַ אונדז נוצט מען ניט דאָס וואָרט ׳בלום׳. בײַ אונדז זאָגט מען ׳קווייט׳." דאָ גייט די רייד וועגן אַ סבֿיבֿה — למשל, אַ משפּחה, צי אַ באַפֿעלקערונג פֿון אַ געגנט, וואָס רעדט אַ כאַראַקטערישן נוסח פֿון ייִדיש.

אָבער מע דאַרף עס ניט פּלאָנטערן מיט "בײַ אונדז באַקומט זיך עס בשום-אופֿן ניט", וואָס מיינט פּשוט: מיר זײַנען ניט בכּוח עס צו טאָן.

גאָר אַנדערש איז, פֿאַרשטייט זיך, אויך מיט דער פֿראַזע: "ער האָט גענומען בײַ מיר געלט און איז פֿאַרשוווּנדן געוואָרן". דאָס איז שוין אַ שטיקל טראַגעדיע.

לייענט איבער און פֿאַרטײַטשט דעם קורצן טעקסט:

"בײַ מיר איז איצט אַ לעבן ווי אַ לעקעך. איך וווין בײַ מײַן מאַמען. בײַ איר וווינט אויך אַן אַלטע חבֿרטע אירע, ראָזע. בײַ אונדז האָט זיך געשאַפֿן אַזאַ מינהג: שבת אויף דער נאַכט זיצן מיר זאַלבעדריט בײַם טיש און לייענען אַ ייִדישן טעקסט. די מאַמע און ראָזע דערמאָנען זיך אָפֿט, ווי אַזוי מען האָט בײַ זיי גערופֿן אויף ייִדיש פֿאַרשיידענע זאַכן."

"געפֿינען" און "געפֿינען זיך" — מיינט ניט דאָס זעלבע

אויף טריט און שריט לייענט מען אָדער הערט מען אויף ייִדיש אַזעלכע פֿראַזעס ווי:

"מײַנע פֿרײַנד געפֿינען זיך איצט אין ניו-יאָרק".

"די עפֿנטלעכע ביבליאָטעק אין ניו־יאָרק געפֿינט זיך אויף דער 42סטער גאַס."

"מצרים געפֿינט זיך אין אַפֿריקע."

"וווּ געפֿינסטו זיך? איך זוך דיך און קען ניט געפֿינען."

זייער אָפֿט הייבן אָן סטודענטן "זוכן" אַן איבערזעצונג, ווײַל עס פֿאַרפֿירט זיי דאָס וואָרט "געפֿינען".

לאָמיר פֿאַרגעדענקען, אַז "געפֿינען זיך" האָט, אין תּוך אַרײַן, גאָרנישט צו טאָן מיט "געפֿינען": געפֿינען אַן אוצר, געפֿינען אַ מאַן, געפֿינען (ניט דאָ געדאַכט) דעם טויט... "געפֿינען זיך" ווײַזט נאָר אָן אויף דעם אָרט, וואָס אַן אָביעקט פֿאַרנעמט אין עפּעס אַ רוים.

"נעמען" מיינט ניט נאָר "כאַפּן"

אַן ענגליש-רעדער קען זיך דערלויבן ניט צו פֿאַרשטיין דעם באַטײַט פֿון "אינפֿיניטיוו". אַזאַ בלויז אין לינגוויסטישע קענטענישן שטערט ניט צו האָבן חתונה און פֿירן געשעפֿטן. אָבער אַז מע לערנט זיך ייִדיש, קען מען זיך אָן דעם ניט באַגיין.

טאָמער ווייסט איר נאָך ניט וואָס דאָס איז אַזוינס, זײַט אַזוי גוט און שטעלט זיך דאָ אָפּ. צו זײַן זיכער, אַז איר קענט אידענטיפֿיצירן אינפֿיניטיוון, געפֿינט פֿיר אינפֿיניטיוון אין די ווײַטערדיקע פֿראַזעס:

"שׂרה קען רעדן ייִדיש. אָבער איר איז שווער צו לייענען אַ ייִדישע צײַטונג. זי וויל פֿאָרשן די אַמעריקאַנער ייִדישע געשיכטע. זי מוז אַרבעטן מיט אַרכיוו־מאַטעריאַלן און מיט דער פּרעסע."

צו פֿאַרשטיין דעם באַטײַט פֿון "נעמען", מוז מען גלײַך דערקענען אינפֿיניטיוון. אויב אַן אינפֿיניטיוו באַווײַזט זיך נאָך "נעמען", הייסט עס, אַז "נעמען" האָט דעם באַטײַט פֿון "אָנהייבן":

"ער נעמט דערציילן אַ לאַנגע מעשׂה, און מע קען אים ניט אָפּשטעלן."

ווי איר פֿאַרשטייט, האָט עס ווייניק צו טאָן מיט דער קלאָץ-קשיא פֿון אַ ייִדיש ליד: "וווּ נעמט מען אַ ביסעלע מזל, וווּ נעמט מען אַ ביסעלע גליק?" פֿאַר וואָס האָט "נעמען" גאָר אַן אַנדער באַטײַט אין אָט די שורות? זייער פּשוט: ווײַל אין דעם פֿאַל האָבן מיר ניט קיין אינפֿיניטיוון.

"אומזיסט" איז ניט אומבאַדינגט "אָן געלט"

גיט אַ קוק אויפֿן ערשטן זײַטל פֿון אונדזער צײַטונג און איר וועט ניט געפֿינען קיין פּרײַז. "ווײַטער" ווערט פֿאַרשפּרייט אומזיסט. דאָס הייסט, אַז מע דאַרף ניט צאָלן קיין געלט. מיר שרײַבן וועגן דעם ניט כּדי דערמאָנען אײַך וועגן אונדזער ברייטהאַרציקייט, נאָר כּדי אילוסטרירן ווי מע נוצט דאָס וואָרט "אומזיסט".

אָבער "אומזיסט" האָט זייער אָפֿט גאָר אַן אַנדער באַטײַט: "אָן אַ גרונד" צי "אָן אַ דערפֿאָלג".

לייענט איבער און פֿאַרטײַטשט דעם טעקסט: "מע האָט אונדזער שכן דן גאָרדאָן אומזיסט באַשולדיקט און געמאַכט פֿאַר אַ גנבֿ. די זאַכן, וועלכע ער האָט גענומען, פֿלעגט מען דאָך צעגעבן אין גאַנצן אומזיסט. ער האָט זיי ניט געגנבֿעט. מיר, זײַנע שכנים און פֿרײַנד, האָבן אים פֿאַרטיידיקט. אונדזער מי איז ניט געווען אומזיסט. דנס רעפּוטאַציע איז ווידער אַ מאָל ריין. מענטשן האָבן ניט קיין טענות צו אים."

אין די זעלבע קאָנטעקסטן קען מען געוויינלעך נוצן אויך דאָס וואָרט "בחינם" [בעכינעם], וואָס איז אַ סינאָנים פֿון "אומזיסט".