רעצעפּטן
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון שׂרה־רחל שעכטער

דאָס איז אַ טראַדיציאָנעלע גריכישע זופּ, וואָס איז גרינג צוצוגרייטן, און איז זייער באַטעמט. מע קען זי מאַכן אויף אַ גאַנצער וואָך און נישט נימאס ווערן דערפֿון. ווי יעדער רעצעפּט מיט פֿאַסאָ­ליעס (בעבלעך), דאַרף מען זיי, קודם־כּל, ווייקן איבערנאַכט אין אַ שיסל קאַלט וואַסער אָדער, אויב איר האָט נישט קיין צײַט, זידט די פֿאַסאָליעס אין וואַסער צוויי מינוט, דעקט צו דעם טאָפּ און לאָזט זיי שטיין 1 שעה.

1 טעפּל טרוקענע ווײַסע פֿאַסאָליעס
5 טעפּלעך יויך (אָדער וואַסער מיט פּאַרעווער הינדל־יויך־פּראָשיק)
1 גרויסע ציבעלע, צעשניטן
4 ציינדלעך קנאָבל, צעהאַקט
2 מערן, אָפּגעשיילט און צעשניטן
2 שטענגלעך סעלעריע, צעשניטן
1 טעפּל צעשניטענע, אָפּגעשיילטע פּאָמידאָרן (פֿון אַ פּושקע)
1־2 לעפֿל פּאָמידאָרן־פּאַסטע
2 לעפֿל איילבערט־בוימל
1 לעפֿעלע אָרעגאַנאָ
זאַלץ און שוואַרצער פֿעפֿער
1/4 טעפּל צעשניטענע פּעטרישקע

נאָכן אײַנווייקן די פֿאַסאָליעס, זיפּט זיי אָפּ מיט אַ דורכשלאַק. שיט זיי אַרײַן אין אַ טאָפּ מיט די 5 טעפּלעך יויך אָדער וואַסער, און לאָזט זיי מליִען בערך אַ האַלבע שעה. גיט אַרײַן די ציבעלע, קנאָבל, מערן און סעלעריע און קאָכט נאָך אַ שעה. גיט צו די פּאָמידאָרן, פּאָמידאָרן־פּאַסטע, בוימל, אָרעגאַנאָ, זאַלץ און פֿעפֿער און קאָכט נאָך 45 מינוט. גאַרנירט די זופּ מיט דער פּעטרישקע און דערלאַנגט צום טיש.