טעאַטער
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אין דרויסן האָט געבריט אַ פֿראָסט, האָב איך אָנגעטאָן מײַן שווערע שובע, אײַנגעוויקלט זיך אין אַ שאַל, אײַנגענורעט זיך אין אַ וואָלענעם הוט, און הײַדאַ קאָשקעלע ראַנע. דאָס הייסט אויף ליטעראַרישן לשון: באַלד אין דער פֿרי, זיך אַרויסגעלאָזט פֿון ריווערדייל קיין מאַנהעטן. איך האָב געכאַפּט דעם ריווערדייל־עקספּרעס־אויטאָבוס אויפֿן ראָג גאַס, און אַראָפּ אין שטאָט אַרײַן באַנײַען מײַנע פֿאַרדרימלטע טעאַטראַלע אינסטינקטן. דאָרט, אינעם הילטאָן־טעאַטער, אויף דער 43־סטער גאַס, האָט מען עלף אַ זייגער אין דער פֿרי אַדורכגעפֿירט אַ פֿאָרלייענונג פֿון אַ מוזיקאַלישער פּיעסע, וואָס איז געגאַנגען אונטערן טיטל: "געלעכטער איז אַ וויכטיקער ענין" (Laughing Matters). און אַזוי ווי די פּיעסע האָט צו טאָן מיטן לעצטן ייִדישן חורבן, איז ווי פּאַסט זיך דערצו געלעכטער? — וועט איר פֿרעגן. אָבער בײַ אונדז‘ ייִדן‘ פֿרעגט מען נישט קיין שאלות, ווײַל אַז מען פֿרעגט אַ שאלה איז עס טריף.

בײַ אַ געפּאַקטן זאַל מיט בראָדוויי־פּראָ­דוצענטן, באַרימטע אַקטיאָרן און אַקטריסעס, אַרײַנגערעכנט אַ שלל מיט טעאַטער־מענטשן, האָט זיך גערוכעוועט דער עולם מיט דער­וואַרטונג. אויף דער בינע, בײַ אַ צענדליק לייען־שטענדערס, האָבן זיך באַוויזן אַ 25 אַקטיאָרן, צווישן זיי אַ מיידעלע פֿון אַ יאָר עלף אָדער צוועלף און אַ קלענערע, פֿון אַ יאָר זיבן־אַכט. די לייענונג האָט זיך אָנגעהויבן מיט געזאַנג. זיי האָבן מיט זיך פֿאָרגעשטעלט אַ טרופּע פֿאַר־מלחמהדיקע וואַר­שעווער ייִדישע אַקטיאָרן, וועלכע האָבן אין זייער געזאַנג געמאָלן סצענעס פֿון יענעם געזונטן, פֿולבלוטיקן ייִדישן טעאַ­טער־רע­פּערטואַר, אַרײַנגערעכנט דעם "דיבוק". אָבער אָט דעם דאָזיקן "דיבוק" האָט מען צו­געשניטן אין גאַנצן אַנדערש. מען האָט דעם דיבוק פֿאַרקערעוועט אויף דער צוויי­טער זײַט פֿון דער מטבע און אים פֿאַר­וואַנדלט אין אַ פּאַראָדיע, און דער עולם האָט זיך געהאַלטן בײַ די זײַטן. אָט דאָס האָט מיט זיך פֿאָרגעשטעלט, ווי די מחברים האָבן עס אַוועקגעשטעלט, די לײַכטע קליינקונסט פֿון יענער צײַט.

די פּיעסע האָט מען געהאָפֿטן און גע­שטיקעוועט מיט פֿעדעם פֿון תּקופֿות. דער עיקר, קומט פֿאָר די אַקציע אין פֿאַרשיידענע צײַטן. אָט רוכעוועט זיך מיט ייִדיש לעבן פֿון פֿאַר דער מלחמה, פֿול מיט לעבנסגײַסט און יונגן ענטוזיאַזם, און אָט צעקרישלט זיך אַלץ און ווערט פֿאַרצוקט פֿונעם חורבן. צום סוף, לאַנדן מיר אין אַמעריקע. אויפֿן קאַלענדאַר זײַנען מיר אין די זיבעציקער יאָרן, ווען די אָפּגעראַטעוועטע רייזל (רענדי גראַף), וועלכע שטעלט שוין מיט זיך פֿאָר אַ באָבע, שמועסט זיך אויס מיט איר אייניקל רעד (היידי בליקענסטאַף). און דאָס וואָס די באָבע האָט נישט געקענט פֿאַרטרויען איר אייגענער, אָנגעבלאָזענער און שטאַרק פֿאַר­נומענער טאָכטער דזשעני (דעווין פּעדעל), זאַפּט אײַן דאָס אייניקל מיט גרויס נײַגער און ליבשאַפֿט. די באָבע שווימט אין צײַט, זי מישט איר ווירקלעכקייט מיטן נעכטן, די פֿאַר­גאַנגענהייט מיטן הײַנט. דאָס קינד ווערט פֿאַרכאַפּט פֿון איר קלוגער, קאָמיש־טראַ­גי­שער און אײַנ­געשפּאַרטער באָבען, פֿון איר אַמאָליק רײַך לעבן אין וואַרשעווער ייִדישן טעאַטער, צווישן דעם ענטוזיאַזם פֿון דער אַמאָליקער אַק­טיאָרן־משפּחה, צווישן סטאַבילער און צײַטווײַליקער עקזיסטענץ; אַ לעבן וואָס איז געווען אויף נאַש־בראַט מיט אָרעמ­קייט, אַ לעבן פֿון פֿרייד און געזאַנג, שעפֿע­ריש­קייט און פֿאַרווײַלונג, ליידן און האָפֿענונג.

די אַקטיאָרן וואָס שפּילן אויס די צענד­ליקער ראָלעס, רופֿן זיך מיט אמתע ייִדישע נעמען, ווי חיים און משה, דאָבריש, פּינסקער, קרינסקי, גיטל און רחלע. אַ סך מאָל לאַפּעט אַרויס דער הומאָר דורך וואָרצלען אײַנגעגראָבענע אין פּײַן און שרעק. דער עיקר, איז עס אַ ייִדישער הומאָר. דאָ און דאָרט הערט מען אַ ייִדיש ליד. דאָ זינגט מען "אויפֿן פּריפּעטשיק", ווי עס וואָלט געווען גאָר אַ סענטימענטאַל שלאָפֿליד. זעט אויס, אַז די מחברים האָבן זיך משתּדל געווען צוצוקומען צו ייִדיש־ליטעראַרישע און טעאַ­טראַלישע מקורים. בכלל איז די פּיעסע אַן איבערזיכט איבער ייִדישער געשיכטע, געשיכטע פֿון ייִדישע פֿילמען און אַפֿילו אַן אָנצוהערעניש צום אונטערגרונט־באַוועגונג "עונג־שבת" אין דער וואַרשעווער געטאָ; עמנואל רינגלבלומס באַהאַלטענע שריפֿטן אין מילך־קאַנען, וועלכע מען האָט באַגראָבן אין געטאָ אין צײַט פֿון דער מלחמה.

איך האָב געזען צווישן עולם ווי מענער פֿאַרגיסן אַ טרער צוזאַמען מיט מיר. איך האָב געזען צווישן עולם פּנימער, וואָס האָבן געשעפּט נחת יעדעס מאָל, ווען ס'האָט אַדורכגעשוועבט אַ ייִדיש וואָרט. אייניקע וויצן זײַנען געווען נײַ פֿאַר מיר, די אַנדערע — האָבן שוין פֿון לאַנג געטראָגן לאַנגע בערד. די מוזיק איז צו מאָל געווען טאַקע זייער גוט, נאָר די שטימען פֿון די זינגער האָבן פֿאַרהילכט און פֿאַרכאַפּט דעם עולם מיט גרויס תּענוג. אייניקע לידער האָבן ממש אונטערגעהויבן — נישט נאָר ריטמיש, נאָר אויך טעאַטראַליש אויסגעהאַלטן. און אַזוי ווי מען האָט בלויז פֿאָרגעלייענט די ענגלישע מוזיקאַלישע פּיעסע, נישט געשטעלט זי ממש אויף די בינע־ברעטער, מיט דעקאָראַציעס, קאָסטיומען און ליכט־עפֿעקטן, איז עס געווען אַ געלונגענע טעאַטראַלע עקספּאָזיציע, זייער ייִדישלעך אויסגעהאַלטן. די פּיעסע מיט די לידער־טעקסטן האָט געשריבן אײַריס ריינער־דאַרט. די מוזיק האָבן פֿאַרפֿאַסט מײַק סטאָלער און אַרטי באַטלער. די אַלע נעמען זײַנען פּראָמינענט אין דער וועלט פֿון דראַמאַטורגיע און מוזיק אין אַמעריקע.

לעבן מיר איז געזעסן אַן עלטערע אַקטריסע פֿון דער ענגלישער בינע. דווקא זייער אַ באַגאַבטע, דווקא איינע וואָס קען ייִדיש. זי האָט מיט אַ יאָר־צוויי צוריק געשפּילט אין מײַן פּיעסע "זינגער און זײַנע שדים" אויף ענגליש, ווײַל איך האָב נישט געפֿונען קיין אָפּנעמער זי אויפֿצופֿירן אויף ייִדיש. מיר האָבן זיך צעשמועסט אויף דער טעמע, וואָס טוט מען מיטן אַלטן ייִדישן רעפּערטואַר וואָס ליגט אײַנגענורעט בײַ אונדז אין די טעאַטער־אַרכיוון. פֿאַראַן עמעצער הײַנט־צו־טאָג וואָס פֿאַרנעמט זיך מיט אויסגראָבן יענע אַלטע פּיעסעס. מען זעצט זיי איבער אויף ענגליש און מען שטעלט זיי דאָ און דאָרט. איז אויפֿגעשוווּמען די פֿראַגע: זאָל מען די אַלטע פּיעסעס פֿאַרגעסן? צי זאָל מען זיי אַרויסנעמען פֿון זייערע רו־פּלעצער, אָפּשטויבן דעם פּאָרעך און דעם שטויב, וואָס איז שוין אויף זיי אויסגעוואַקסן, איבערזעצן זיי אויף נישט דעם בעסטן ליטעראַרישן ענגליש, און זיי סערווירן דעם עולם אַמעריקאַנער צושויער, וואָס ווייסן נישט דעם אונטערשייד צווישן, וואָס טויג און וואָס טויג אויף כּפּרות, אויף די "דזשויִשקע" בינע־ברעטלעך?

ערשטנס, ווען די אַלטע פּיעסעס זײַנען נאָך געווען נײַ, האָט מען זיי געשפּילט אויף ייִדיש, פֿאַרן פֿאַר־מלחמהדיקן עולם ייִדן, וואָס זײַנען געווען אײַנגעטונקען אין דער ייִדישער קולטור. מ'האָט זיי נישט באַדאַרפֿט לייגן קיין פֿינגער אין מויל אַרײַן, דער עיקר, מיט גוטע אַקטיאָרן און רעזשיסאָרן, בײַ וועמען דאָס מאַמע־לשון איז געפֿלאָסן פֿון זייערע מײַלער נאַטירלעך און זאַפֿטיק. פֿאַרשטייט זיך, אַז די ענגלישע איבערזעצונג ווישט אַוועק דאָס געשמאַקע, פֿאָלקסטימלעכע, לע­בעדיקע מאַמע־לשון, און דערלאַנגט דעם עולם אַ טעלער מיט איבערגעשטאַנען און געסטויעט קאַלט געקעכץ. ווײַל לאָמיר נישט פֿאַרגעסן, דער אַמאָליקער באַרימטער ייִדי­שער דראַמאַטורג האָט דערלאַנגט לשון מיט אַ פֿול מויל. די איבערזעצער דערלאַנגען דעם עולם ענגלישע פֿושן ("פֿושן" אויף ייִדיש מיינט אָפּנאַרערײַ).

איך האָב געטענהט, אַז מען דאַרף די אַלטע פּיעסעס באַנײַען, אַדאַפּטירן, אַרײַנגעבן אין זיי אַ נײַע נשמה, דערלאַנגען אַ שעפֿערישן עבֿר, אַרײַנבלאָזן אין די אַלטע ווערק אַ גײַסט וואָס שמעקט מיט הײַנטצײַטיקייט. אָבער דערצו דאַרפֿן די נײַע אונטערנעמער פֿון איבערזעצטן ייִדישן טעאַטער זײַן אויסגעקאָכט אין לשון ייִדיש, קענען די געשיכטע פֿון ייִדישן טעאַטער און נישט סתּם מאַכן אַ רושם אויף אַ יאָר־צוויי און אָפּוויאַנען. עפּעס וואָס טויג וויאַנעט נישט אַזוי שנעל. אָט האָבן האַרניק און באָק גענומען שלום־עליכמס "טבֿיה דער מילכיקער", און עס פֿאַרוואַנדלט אין "פֿידלער אויפֿן דאַך". זיי האָבן אין דער פּיעסע אַרײַנגעלייגט שׂכל, חוש, טאַלאַנט, וויזיע און חכמה. דעריבער האָט עס אויסגענומען. איך געדענק ווען יוסף פּאַפּ ע"ה האָט געשטעלט זײַנע שעקספּירישע ווערק, האָט ער זיי גאָרנישט פּרעזענטירט אין אַמאָליקן שעקספּירישן לבֿוש, נאָר אין הײַנט­צײַטיקן בראַזיל, געקליידט די שוישפּי­לער אין בראַזיליאַנער קאָסטיומען און זיי דער­לאַנגט בראַזיליאַנער טענער. און דאָס איז גע­ווען שעקספּירס "אַ מיט־זומערנאַכטער טרוים".

אָבער די אַקטריסע האָט געטענהט, מיר זײַנען אַזוי פֿאַראָרעמט, אַז מ'גיט איר אַ ראָלע אין אַ ייִדישער פּיעסע, אויף ייִדיש צי אויף ענגליש, נעמט זי עס אָן באַהבֿה, אַפֿילו אויב ס'איז אַ טשעפּוכאַ. איז דער אויספֿיר אַזאַ, ס'איז בײַ אונדז נישט פֿאַרבליבן קיין מײַסטער־קינסטלער, וואָס זאָלן געבן דעם טאָן. דאָס איז גוט און דאָס טויג אויף תּישעה טויזנט כּפּרות. די אונטערנעמער טענהן — וואָס ווייסט דער עולם־גולם? ער איז סײַ־ווי אויסגעהונגערט אויף אַ ייִדיש וואָרט, איז אַז מען וואַרפֿט אים צו אַ ביינדל, פּאָסמאַקעוועט מען זיך דערמיט.

דער אמת איז, אַז דער חורבן האָט אונדז בדלות געשטעלט. ער האָט פֿון אונדז צעראַבירט די בעסטע מוחות און כּוחות, די גרעסטע טאַלאַנטן, די שעפֿערישסטע קינסט­לער, מיטן טײַערן עולם אָפּנעמער פֿון ייִדישן טעאַטער, דעם קהל. זײַנען מיר פֿאַרבליבן פֿאַריתומט און פֿאַרלוירן. מיר דראַפּען זיך אויף די גלײַכע ווענט און ווילן אַראָפּכאַפּן פֿונעם ליידיקן טיש אַ קרישקע.

איך האָב נישט קיין ענטפֿער אויף די קלאָגרייד. איך ווייס נאָר איין זאַך: אַז מען שטעלט ערגעץ אַ פּיעסע אָדער אַ פֿאָרלייענונג וואָס טראָגט אַ ייִדישן כאַראַקטער, און ס'ווערט פּראָדוצירט פֿון ערנסטע, אינטעליגענטע און שעפֿערישע קינסטלערישע כּוחות — גיי איך. אַנישט, זיץ איך אין דער היים. ווען "גע­לעכטער איז אַ וויכטיקער ענין", וועט זיך באַווײַזן אין ניו־יאָרק אָדער ערגעץ וווּ אַנ­דערש, פֿאַרפֿעלט זי נישט צו זען.