- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
(נעלי זאַקס, 1970-1891) "נעלי זאַקס לייגט פֿאָר דעם לייענער גאָר נישט קיין פּשוטע טרייסט. אירע לידער זײַנען — אַ בוינע, אַ שעכטהויז וואָס עפֿנט זיך פֿאַר די אויגן, ווי אַן אוממיטלבאַרע לעבנס-דערפֿאַרונג און אַ פֿלעק אין זכּרון וואָס לאָזט זיך נישט אָפּוואַשן". עלווין ראָזענפֿעלד. "TIME" לעאָניִע (נעלי) זאַקס איז געבוירן געוואָרן אין בערלין-שענעפֿעלד און איז געווען דאָס איינציקע קינד אין דער פֿאַמיליע פֿון דעם רײַכן פֿאַבריקאַנט און באַגאַבטן טעכניקער וויליאַם זאַקס און זײַן פרוי מאַרגאַרעטע. דאָס מיידעלע איז אויפֿגעוואַקסן אין אַ טיפּישער שטייגער- און קולטור-אַטמאָספֿער פֿון דעם אַסימילירטן גרויסבירגערלעכן דײַטשישן ייִדנטום. זי האָט עטלעכע יאָר געהאַט פּריוואַטע לערערס, שפּעטער — פֿאַרענדיקט אַ פּריווילעגירטע "העכסטע טעכטערשול". בײַ 17 יאָר האָט זי איבערגעלעבט אַ טיפֿע, אָבער א האָפֿענונגסלאָזע ליבע, וואָס איז דערנאָך אַרײַן אין איר גאַנצער שאַפֿונג ווי דאָס געשטאַלט פֿון דעם "טויטן חתן" (ווער דער מענטש איז געווען האָט זי קיינמאָל נישט דערציילט, ס'איז נאָר בֿאַוווּסט, אַז אין 1940 האָט אים אַרעסטירט די "געסטאַפּאָ", און שפּעטער איז ער דערהרגעט געוואָרן אין אַ לאַגער). אין עלטער פֿון 15 יאָר האָט נעלי איבערגעלייענט דעם ראָמאַן פֿון דער שוועדישער שרײַבערין און נאָבעל פּרײַז-געווינערין (1909) סעלמאַ לאַגערלעף "יאָסט בערלינגס סאַגע", און איז אַזוי באַגײַסטערט געוואָרן, אַז זי האַט אָנגעשריבן דער מחברין אַ בריוו — און דער בריוו-אויסטויש האָט זיך פֿאַרצויגן אויף 35 יאָר, ביז 1940, ווען די אַלטע שרײַבערין איז געשטאָרבן. אירע אייגענע לידער האָט נעלי זאַקס אָנגעהויבן שרײַבן צו 18 יאָר. לויט דעם סטיל און דעם אינהאַלט זײַנען זיי געווען גאַנץ טראַדיציאָנעל און גאָרנישט געהאַט צו טאָן מיטן דעמאָלט הערשנדיקן עקספּרעסיאָניזם אין מערב-אייראָפּע. און אפֿשר דערפֿאַר, טאַקע, האָט סטעפֿאַן צווײַג אָפּגעדרוקט אַ ליד פֿון די וואָס זי האָט צוגעשיקט. (צו יענע לידער האָט זיך שפּעטער די דיכטערין קיינמאָל נישט אומגעקערט און זיי אין קיין איין בוך ניט אַרײַנגעשטעלט). אין 1921 איז אַרויס איר ערשטע זאַמלונג "לעגענדעס און דערציילונדען", אָבער פֿאַר אַן "עכטער" שרײַבערין האָט זי זיך ביז נאָך דער מלחמה אַליין ניט געהאַלטן. צו דער צײַט ווען ס'האָט אויסגעבראָכן די נאַצי-תּקופֿה ,האָט שוין דער פֿאָטער ניט געלעבט, און די צוויי איינזאַמע פֿרויען — נעלי און איר מוטער — זײַנען געבליבן אין דער נײַער מסוכּנער סיטואַציע הילפֿלאָז און אָן שום מאַטעריעלער פֿאַרזיכערונג. אין 1940 באַקומט נעלי זאַקס דעם באַפֿעל צו קומען אויף צוואַנג-אַרבעט. זי פֿאַרשטייט, אַז דאָס איז דער אָנהייב פֿון סוף, און אין איינעם מיט דער מאַמען אַנטלויפֿן זיי קיין שוועדן, נאָך ניט וויסנדיק אַפֿילו, אַז סעלמאַ לאַגערלעף, וועלכע איז פֿון לאַנג אַנטציקט געווען פֿון נעליס לידער, האָט פֿאַר איר שוין געהאַט אַרויסבאַקומען די שוועדישע בירגערשאַפֿט. ליידער, האָט אָבער סעלמאַ זיך אויף די פֿרויען זאַקס ניט דערוואַרט, געשטאָרבן איידער זיי זײַנען אָנגעקומען. די ערשטע צײַט האָבן זיך די צוויי אימיגראַנטקעס געפֿילט אין לאַנד פֿרעמד, נאָר מיט דער צײַט האָט נעלי צו ביסעלעך אָנגעהויבן איבערזעצן פֿון שוועדיש אויף דײַטש און מיט דעם פֿאַרדינען אויפֿן לעבן. וואָס שייך זייערע קרובֿים פֿאַרבליבן אין דײַטשלאַנד, זײַנען זיי דאָרט אַלע אומגעקומען. אין די אָנהייב 50ער יאָרן שרײַבט דער פֿילאָסאָף און עסטעטיקער טעאָדאָר אַדאָרנאָ (וויזנגרונט) אין זײַן אַרבעט Kulturkritik" und Gesellschaft: Nach Auschwitz noch ein Gedicht zu schreiben, ist barbarisch" — "נאָך אוישוויץ עפּעס אַ ליד צו שרײַבן איז אַ ווילדע זאַך". נעלי זאַקס מיינט אָבער אַנדערש, און איז זיך מודה אין אַ בריוו צו אַ יונגער אויספֿאָרשערין פֿון איר שאַפֿונג: "די שרעקלעכע איבערלעבונגען וואָס האָבן מיך ווי אַ מענטשן צוגעפֿירט צום ראַנד פֿון טויט און שגעון, — האָבן מיך אוסגעלערנט צו שרײַבן. ווען איך וואָלט נישט געשריבן, וואָלט איך נישט געבליבן לעבן". * * *
פֿון נעלי זאַקס
דאָרשטיק
דער אָוונט
רויטלעך
אָבער אַזוי איז די ליבע...
אין דער מאָרגן-גרוי
אָ, די געבוירן-שעהען וואָס קרײַזלען
געליבטער, דער אומעט פֿון דײַן שטויב
אויב בײַם אָנהייב פֿון איר ליטעראַרישן וועג האָט די יונגע דיכטערין באַשריבן די נאַטור און באַהאַנדלט מיטאָלאָגישע סוזשעטן, ווערט איר איינציקע און כּסדרדיקע טעמע נאָך דעם חורבן — דער אומקום פֿונעם אייראָפּעיִשן ייִדנטום. פֿאַנטאַסמאַגאָרישע בילדער פֿון פֿאַרניכטונג פֿון מיליאָנען אירע שטאַמברידער און שטאַמשוועסטער, חסידישע מסורות, דאָס אַש פֿון די קרעמאַטאָריעס און די תּנכישע סימבאָליק פֿילן אָן אירע לידער, פּאָעמעס און די פּיעסעס, ווי, למשל, אין דער דראַמען-זאַמלונג "סימנים אויפֿן זאַמד" (Zeichen im Sand, 1962). פֿון די דיכטונג-אויסגאַבעס דאַרף מען צווישן די וויכטיקסטע אָנרופֿן "אין די דירות פֿון טויט" (In den Wohnungen des Todes, 1946), "שטערן-פֿאַרטונקלונג" (Sternverdunkelung, 1949), "קללה און גילגול" (Fluch und Verwandlung, 1959). "אירע לידער זײַנען זייער פֿאַרשידנאַרטיק, — שרײַבט דער ענגלישער דיכטער און ליטעראַטור-קריטיקער סטיווען ספּענדער, — אָבער אַלע אין איינעם, אַלץ וואָס זי שרײַבט — איז איין ליד. [...] אירע רעליגיעזע און אַפּאָקאַליפּטישע הימנען זײַנען אַ פּערזאָניפֿיצירונג פֿון דעם ייִדישן זעלבסט-באַוווּסטזײַן, אַזאַ שטאַרקן, אַז דאָס לעבן ווערט אין אים צוגעגליכן צום טויט, און פֿאַרקערט". דעם 10טן דעצעמבער 1966, פּונקט צו איר 75סטן געבוירנטאָג, באַקומט נעלי זאַקס דעם נאָבעל-פּרײַז "פֿאַר אירע לירישע און דראַמאַטורגישע ווערק, וואָס שילדערן מיט אַ גרויסער עמאָציאָנעלער קראַפֿט דעם גורל פֿון דעם ייִדישן פֿאָלק". אין איינעם מיט איר באַקומט דעם פּרײַז אויך דער העברעיִשער שרײַבער שמואל יוסף עגנון — "פֿאַר זײַן טיף-גרונטיקער כאַראַקטעריסטישער דערציילערישער קונסט מיט מאָטיוון פֿון דעם ייִדישן פֿאָלק". און נעלי זאַקס באַמערקט אין איר נאָבעל-רעדע: "עגנון שטעלט דאָ פֿאָר מדינת־ישׂראל, איך — די טראַגעדיע פֿון דעם ייֽדישן פֿאָלק". דאָס האָט זי געזאָגט, רעאַגירנדיק אפֿשר אויף די ווערטער פֿוּן אַנדערס עסטערלינג, דעם פֿאָרשטייער פֿון דער שוועדישער אַקאַדעמיע, אַז הגם אירע ביכער דערציילן "וועגן דעם שרעקלעכן אמת... וועגן די לאַגערן פֿון מאַסן-פֿאַרניכטונג און מאָרד-פֿאַבריקן... הייבט זיך אויף אין זיי די שרײַבערין העכער איבער דער שׂינאה צו די פּײַניקער". * * *
דער סוֹפֵר סתָ"ם נעמט זיך איבערצושרײַבן
און עס בלוטיקט שוין, פֿינקלט מיט טראָפּנס די טאָג-וווּנד
דער מת פֿון דעם אַלף-בית שטייט אויף פֿונעם קבֿר
און די נאַכט — ווי אַ שוואַרצער טיגער זי ברומט
נאָך דעם באַקומען דעם נאָבעל-פּרײַז איז נעלי זאַקס, וועלכע האָט אַזוי טאַקע קיינמאָל ניט חתונה געהאַט, געבליבן אין שטאָקהאָלם, אין איר קליינינקער וווינונג. אַ טייל פֿון דעם פּרײַז-געלט האָט זי אַוועקגעגעבן פֿאַר די וואָס נייטיקן זיך, די צווייטע העלפֿט — דער אַלטער חבֿרטע אירער גודרון האַרלאַן. אַליין האָט זי שוין שטאַרק געליטן פֿיזיש, אַ סך צײַט זיך געפֿונען אין דער נערוון-קליניק, דאַן איז אונטערגעקומען דער קאַנצער. זי איז געשטאָרבן דעם 12טן מײַ 1970 און איז צו קבֿורה געבראַכט געווען אויפֿן ייִדישן בית-עלמין אין צפֿון-שטאָקהאָלם, אויפֿן באַקאַנטן Norra begravningsplatsen, וווּ עס האָבן געפֿונען זייער אייביקע רו אַזעלכע פּראָמינענטע פֿערזענלעכקייטן, ווי אויגוסט סטרינבערג, אַלפֿרעד נאָבעל, אינגמאַר בערגמאַן... אין בערלין-שענעפֿעלד אויף מאַאַסענשטראַסע 12, וווּ נעלי זאַקס איז געבוירן געוואָרן, קען מען זען אַ שיינעם אָנגעדענק-צייכן און אפֿשער דערמאָנען זיך, שטייענדיק דאָרט, אין אירע צוויי שורות:
אויפֿן אָרט פֿון אַ היימלאַנד
Ver iberzetzt fun daitch tzu idish?Submitted by leonlab on Sun, 2008-02-17 02:52.
Ich ken nisht farshteen far vos har Zacharenkov bamit zich tzu iberzetzen fun daitch tzu idish. Mir farshteen gut vos di poetese hot geshribn on zain hilf. Oiserdem, zain idish zit ois vi hebreish. Vos iz tzum baishpil "קללה און גילגול"?- Dos iz nisht kein idish, dos iz "loishen koidesh". Yeder veist az idn vos redn idish kenen oich daitch farshteen vail dos iz di mutershprach fun idish un mir broichen nisht kein "iberzetzung", a filn dank. |