ליטעראַטור
ברוך ריווקין
ברוך ריווקין

צווישן אַלע פֿאַרגעסענע ייִדישע ליטע­ראַטן איז ברוך ריווקין (1883-1945) אפֿשר דער סאַמע אָריגינאַלער דענקער. זײַן לעבנס־געשיכטע איז געווען טיפּיש פֿאַר זײַן דור׃ געבוירן אין אַן אָרעמער משפּחה אין קולראַנד, איז ער צוגעשטאַנען צום "בונד", און האָט געוואַנדערט איבער פֿאַרשיידענע שטעט פֿון רוסלאַנד. אין 1905 איז ער אַוועק קיין אויסלאַנד און האָט פֿאַרבראַכט עטלעכע יאָר אין אייראָפּע. אין 1911 האָט ער זיך באַ­זעצט אין ניו־יאָרק. ער האָט געשריבן פֿאַר אַנאַרכיסטישע צײַטשריפֿטן אין רוס­לאַנד און ענגלאַנד. אין אַמעריקע האָט ער זיך באַטייליקט ווי אַ מיטאַרבעטער און אַ רעדאַקטאָר אין אַ סך ייִדישע פּעריאָדישע אויסגאַבעס, צווישן זיי "ליטעראַטור און לעבן", "די צוקונפֿט" "ייִדישע קולטור". זײַן טע­מאַ­טישער דיאַפּאַזאָן איז געווען זייער ברייט׃ פֿון דער פּאָליטישער פּובליציסטיק צו די טעאָרעטישע עינינים פֿון פֿילאָסאָפֿיע, פּסי­כאָ־אַנאַליז און באַלעט. ניט געקוקט אויף זײַן פֿילזײַטיקייט און פּראָדוקיווקייט, האָט ער גע­לעבט אין דלות. בײַ זײַן לעבן האָט ריוו­קין באַ­וויזן צו פֿאַרעפֿנטלעכן בלויז איין בוך. נאָך צוויי בענד מיט זײַנע עסייען זײַנען אַרויס נאָך זײַן טויט אַ דאַנק זײַן פֿרויס טירחה.

ריווקין איז געווען ברייט און טיף אָנ­געלייענט און האָט געהאַט אַן אַנטוויקלטן עסטעטישן חוש. ער איז אויך געווען אַ פֿאַרברענטער חסיד פֿון דער ייִדישער ליטע­ראַטור און האָט געגלויבט מיט אמונה שלמה אין איר שליחות. אין די ווערטער פֿון אַ. מוקדוני, האָט ריווקין זיך "געהאַלטן פֿאַר אַ ליטעראַרישן משיח, וואָס זײַן מיסיע איז גרויס צו מאַכן די ייִדישע ליטעראַטור, אויפ­ֿדעקן אין איר גרויסע אידייען אָדער אַרײַנ­טײַטשן אין זיי די גרויסע אידייען זײַנע." ווי כּמעט אַלע ייִדישע קריטיקער פֿון זײַן צײַט, האָט ריווקין ניט געהאַט קיין סיס­טע­מאַטישע בילדונג. זײַנע טעאָריעס זײַנען גע­ווען עקלעקטיש. אָפֿטמאָל האָט ער שטאַרק מגזם געווען אין זײַנע אָפּשאַצונגען, און חוץ דעם איז זײַן סטיל געווען זייער אַ לײַדנ­שאַפֿט­לעכער. אָבער בײַ אָט די אַלע חסרונות זײַנע איז ער געווען, אַוודאי אומ­באַ­וווּסטערהייט, אפֿשר דער ערשטער פּאָסט-מאָדערנער קרי­טיקער אין דער ייִדישער ליטעראַטור. ער האָט דער ערשטער אַנט­וויקלט טעאָרעטיש די קאָנ­צעפּציעס פֿון "טעריטאָריע" און "גלות" אין דעם ליטעראַריש־טעאָרעטישן זין. זײַן צוגאַנג צו די דאָזיקע ענינים האָט זיך באַזירט אויף אַ סינטעז צווישן מאַרק­סיזם און פּסיכאָ־אַנאַליז, פּונקט ווי בײַ די פֿראַנצייזישע ליטעראַטור־טעאָרעטיקער פֿון די 1960ער—1970ער יאָרן.

דער יסוד פֿון ריווקינס טעאָריע איז דער גלויבן, אַז די ליטעראַטור שפּילט אינעם לעבן פֿון אַזאַ גלות־נאַציע ווי ייִדן דאָס אָרט פֿון "כּמו־טעריטאָריע". דער שעפֿערישער אימ­פּולס אין דעם געמיט פֿונעם ייִדישן שרײַבער זאָגט׃ "באַשאַף מיך ווי אַ כּמו־טעריטאָריע, ווי אַ במקום־רעליגיע, וואָס דאָס איז איינס און דאָס זעלבע." ריווקין האַלט די ליטעראַטור פֿאַר אַ פּראָדוקט פֿונעם "כּמו־טעריטאָריע–דראַנג", וואָס קומט אויף ווי אַ רעאַקציע אויף די מאָדערנע באַדינגונגען, אַזעלכע ווי אַסימילאַציע און דער אונטערגאַנג פֿונעם טראַדיציאָנעלן לעבנס־שטייגער.

ריווקינס עקלעקטישקייט ווערט בולט אין זײַן פּרוּוו צונויפֿצופּאָרן דעם היסטאָרישן מאַטעריאַליזם מיט דעם אידעאַליסטישן באַגריף פֿונעם ייִדישן פֿאָלק. ער האַלט אונטער דעם מאַרקסיסטישן קוק אויף דעם מצבֿ פֿונעם ייִדישן פֿאָלק, וואָס לייקנט אָפּ די סאַמע מעגלעכקייט פֿאַר ייִדן ווײַטער צו עקזיסטירן ווי אַ "כּנסת־ישׂראל" אין דער קאַפּיטאַליסטישער וועלט. אין דעם זין איז ריווקין אַ געטרײַער לינקער פּועלי־ציוניסט. אָבער זײַן טעאָרעטישער חידוש איז די קאָנ­צעפּ­ציע פֿון דער מאָדערנער ייִדישער ליטע­ראַטור, וואָס ער האַלט איינצײַטיק אי פֿאַר אַ המשך אי פֿאַר אַ במקום פֿון רעליגיע. ליטעראַטור, טענהט ריווקין, פֿאַרנעמט אַ חשובֿער אָרט אינעם לעבן פֿונעם ייִדישן גלות־פֿאָלק, ווי אינעם לעבן פֿון אַנדערע פֿעלקער, וועלכע האָבן יאָ אַן אייגענע טערי­טאָריע.

דער ערשטער שרײַבער, וואָס האָט זיך גענומען צו דעם אויפֿבוי פֿון אַ ליטעראַרישער "כּמו־טעריטאָריע" פֿאַרן היימלאָזן ייִדישן פֿאָלק, איז געווען מענדעלע, ווען ער האָט געשאַפֿן זײַנע העלדן בנימין און פֿישקע. דווקא אין דעם שטעקט מענדעלעס חשיבֿות ווי אַ שרײַבער׃ "מען קאָן זאָגן, אַז מענדעלע האָט זײַן גאַנצן טאַלאַנט צו פֿאַרדאַנקן דעם כּמו־טעריטאָריע־דראַנג", האָט פֿאַרסך־הכּלט ריווקין. שלום־עליכם האָט געמאַכט זײַן בײַטראָג אין דערווײַטערן די ליטעראַרישע כּמו־טעריטאָריע מיט טבֿיה און מנחם־מענדל׃ "טעכניש זענען זיי נישט גוט גע­מאָלט, אין איבערחזרטע פּסוקים, ווי די געכּתיבֿהטע פּאָרטרעטן פֿון הערצלען און מאָנ­טע­פֿיאָרע. אָבער וואָס עס קומט פֿאָר אין זיי און דורך זיי אין לייענער, דאָס איז געווען טײַער!" אַזוי אַרום, פֿאַרנעמט דער ריין־קינסטלערישער אַספּעקט ניט דאָס וויכ­טיקסטע אָרט אין ריווקינס קאָנצעפּציע. וויכטיקער איז די סאָציאַל־פּסיכאָלאָגישע פֿונקציע פֿון פֿאַרקניפּן פֿאַרשיידענע גרופּעס פֿונעם ייִדישן פֿאָלק דורך ליטעראַטור׃ "דער ייִנגערער ייִד האָט זיך דערקענט אין על­טערן; דער עלטערער האָט זיך דערקענט ווי אָנגעהעריק צום וועלט־מענטשן". דער דריטער קלאַסיקער, י. ל. פּרץ, האָט געלייזט די "סתּירה צווישן מאָראַלישער באַווירקונג און עסטעטישער באַטראַכטונג" און האָט "גע­מאַכט דעם ערשטן שריט אין דעם איבערגאַנג פֿון במקום צו קינסטלערישן עקוויוואַלענט פֿון רעליגיע." אין אַנדערע ווערטער, האָט פּרץ געהויבן די ייִדישע ליטעראַטור צו דעם וועלט־ניוואָ.

ריווקינס אָפּשאַצונג פֿון דער קלאַסישער ירושה איז אינטערעסאַנט, אָבער ניט זייער אָריגינעל. ענלעכע געדאַנקן קאָן מען געפֿינען בײַ אַנדערע פּועלי־ציוניסטישע קריטיקער, ווי למשל בײַ משה ליטוואַקאָוון, איידער ער איז געוואָרן אַ קאָמוניסט. ריווקינס טעאָריע ווערט יאָ אייגנאַרטיק אין זײַן מיינונג וועגן דער אַמעריקאַנער ייִדישער ליטעראַטור. ער האָט קורץ און שאַרף פֿאָרמולירט זײַן פּאָזיציע אינעם אַרטיקל "דווקא אַמעריקע ייִדישט די ייִדישע ליטעראַטור". להיפּוך צו אַ סך ייִדישע שרײַבער, פֿון פּרץ ביז באַ­שע­וויס, האָט ריווקין געהאַלטן, אַז די ייִדישע לי­טע­ראַטור אין אַמעריקע האָט אַ גרויסע צוקונפֿט. אין זײַנע ווערטער איז איר שליחות "צו שפּרייטן טעריטאָריע של־מעלה איבער דער טעריטאָריע של־מטה." פֿאַר יעדן אַמעריקאַנער ייִדישן שרײַבער געפֿינט ריווקין אַ באַזונדערע ראָלע אין דער קאָלעק­טיווער אונטערנעמונג פֿון אויפֿבויען די נײַע ייִדישע ליטעראַרישע "כּמו־טעריטאָריע" אין אַמעריקע.

ניט ווייניקער חשובֿ איז פֿאַר ריווקינען די סאָוועטישע ליטעראַטור. דאָס שליחות פֿון סאָוועטישע ייִדישע שרײַבער איז אַרײַנצוציִען ייִדן אין דער נײַ־אָרדענונג פֿונעם סאָוועטישן לעבן דורך באַקליידן ייִדישקייט אין אַ נײַעם סאָוועטישן לבֿוש׃ "בײַ זיי אַלעמען קאָן מען געפֿינען טראַדיציאָנעלע ייִדישע זעונגען פֿאַרוואַנדלטע, סאָוועטיסטיש און אַפֿילו סטאַליניסטיש פֿאַרקליידטע." די נײַע סאָוועטישע ייִדישקייט קומט צו איר שלימות בעת דער מלחמה, ווען די סאָוועטישע ייִדישע ליטעראַטור האָט "זיך געעפֿנט און אַרײַנגעלאָזן אין זיך די פֿרומע ירושה פֿון דורות אין אַלע אירע געשטאַלטן." שרײַבנדיק פֿאַר מאָסקווער "אייניקייט", האָט ריווקין גערופֿן צו אַ קאָאָפּעראַציע צווישן דעם אַמעריקאַנער און סאָוועטישן צווײַג פֿון דער ייִדישער וועלט־ליטעראַטור אין דער צײַט פֿונעם חורבן, צום "אַל־ייִדישן אַחדות, צו אַ ייִדישן וועלט־סינטעז".

פֿאַרן הײַנטיקן לייענער קאָנען ריווקינס אידעאָלאָגישע השׂגות אפֿשר אויסזען צו נאַיִוו און עקלעקטיש. אָבער אין זײַן פּרוּוו צו שאַפֿן אַן אַרומנעמיקע טעאָריע פֿון דער ליטעראַטור אויפֿן סמך פֿון מאַרקסיסטישע און פֿרודיסטיש־יונגיאַנישע באַגריפֿן האָט ער אויף דרײַסיק יאָר מקדים געווען די פֿראַנצייזישע ליטעראַרישע טעאָרעטיקער; אַזעלכע ווי זשיל דעליוז און פֿעליקס גואַטאַרי, ווי אויך דעם געדאַנקענגאַנג פֿון דער "פֿראַנקפֿורטער שול". ברוך ריווקינס אײַנפֿאַלן, דערפֿרישט און איבערגעניצעוועט לויט דער הײַנטיקער טעאָרעטישער מאָדע, וואָלטן זייער צו ניץ געקומען פֿאַר די הײַנטיקע פֿאָרשער פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, וועלכע מוזן, נעבעך, באָרגן זייער טעאָרעטישן אַפּאַראַט בײַ די אומות־העולם. "בײַ כּל־הגויים איז ליטעראַטור אַ צוגאָב צום עיקר, ניט דער סאַמע עיקר", האָט געהאַלטן ברוך ריווקין. אַפֿילו ווען מען איז מיט אים ניט אין גאַנצן מסכּים, קאָן מען ניט איגנאָרירן די דאָזיקע פּאָזיציע, וואָס איז געווען אַזוי חשובֿ פֿאַר ייִדישע ליטעראַטן. אָן דעם קאָן מען ניט באַקומען אַן אינעווייניקן פֿאַרשטאַנד פֿון זײַער שאַפֿונג.