צו זײַן 55סטער יאָרצײַט
יחזקאל דאָברושין איז געווען אַן אָנגעזעענער קריטיקער פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, אַ דראַמאַטורג און אַ פֿירנדיקער מיטגליד פֿון דעם אַנטיפֿאַשיסטישן קאָמיטעט אין מאָסקווע, וואָס האָט באַקומען אַן אָרדן פֿון דער סאָוועטישער רעגירונג, אַן "ערן־צייכן" "פֿאַר אויסגעצייכנטע פֿאַרדינסטן אינעם אַנטוויקלען די סאָוועטישע טעאַטראַלע קונסט". ער האָט, ווי אַ סך אַנדערע, ניט אויסגעמיטן דעם אַרעסט און פֿאַרשיקונג בעת דער סטאַליניסטישע אינקוויזיציע.
ער איז געבוירן געוואָרן אין 1883 אין דאָרף מוטין, קראַלעווצער ראַיאָן, טשערניגאָווער געגנט. ער האָט געלערנט בײַ מלמדים. אין 1902 איז ער געפֿאָרן קיין פּאַריז, האָט שטודירט אין דער פֿרײַער רוסישער הויכשול און דערנאָך אין דער סאָרבאָנע. נאָכן אָפּגעבן עקזאַמען אויפֿן יורידישן פֿאַקולטעט, איז ער אין 1909 געקומען צוריק קיין רוסלאַנד זיך זען מיט די עלטערן, און איז קראַנק געוואָרן אויף אַן ערנצטער פֿוס־קראַנקייט און האָט געדאַרפֿט ליגן אין בעט אין קיִעוו ביז 1912. אין 1917 איז ער געוואָרן טעטיק אין דער "פֿאַראייניקטער פּאַרטיי" און איז געווען איינער פֿון די גרינדערס פֿון דער "קולטור־ליגע", מיטגליד פֿון דעם צענטראַל־קאָמיטעט און פֿון אויספֿיר־ביוראָ; ער איז געווען אַ לערער פֿון ייִדישער ליטעראַטור אין ייִדישן מלוכישן פֿאָלקס־אוניווערסיטעט, אין לערער־סעמינאַר און אין אַנדערע העכערע לערן־אַנשטאַלטן. ער איז געווען סעקרעטאַר פֿון דער ערשטער ייִדישער שרײַבער־אָרגאַניזאַציע אין מאָסקווע, האָט באַקומען דעם טיטל פּראָפֿעסאָר און געהאַלטן לעקציעס אין אוניווערסיטעט פֿאַר די מערבֿ־פֿעלקער, אין דער סאָציאַלער אַקאַדעמיע פֿאַר דערציִונג, אין ייִדישן קאַמער־טעאַטער, אין דער טעאַטער־סטודיאַ פֿון דער קולטור־ליגע, אין ייִדישן טעאַטער פֿון צווייטן מאָסקווער אוניווערסיטעט א"אַ. בשעת דער צווייטער וועלט־מלחמה איז ער עוואַקויִרט געוואָרן אין אוזבעקיסטאַן. סוף 1948 האָט מען אים אַרעסטירט און פֿאַרשיקט מיט אַ סך אַנדערע סאָוועטיש־ייִדישע שרײַבער און טוער פֿונעם אַנטיפֿאַשיסטישן קאָמיטעט. לויט אַ באַריכט פֿון שיינע־מרים בראָדערזאָן איז ער געשטאָרבן אין אַ סאָוועטישן קאָנצענטראַציע־לאַגער.
דאָברושין האָט געשריבן אַ סך ביכער וועגן ייִדישער ליטעראַטור און טעאַטער. איין בוך האָבן מיר אַ סך באַניצט איז די זאַמלונג פֿון ייִדישע פֿאָלקסלידער, וואָס ער האָט צוזאַמענגעשטעלט מיט אַ. יודיצקי אין 1940. דאָס איז געווען אַ צונויפֿקלײַב פֿון פֿריִערדיקע ייִדישע פֿאָלקסלידער־זאַמלונגען, צוזאַמען מיט נײַע סאָוועטיש־ייִדישע לידער. דאָס בוך, איבערגעזעצט אויף רוסיש און אַרויס אין 1947 האָט דער גרויסער רוסישער קאָמפּאָזיטאָר דמיטרי שאָסטאַקאָוויטש געזען און האָט אויסגעקליבן 11 טעקסטן, צו וועלכע ער האָט געשאַפֿן נײַע מוזיק אין זײַן ציקל פֿון ייִדישע לידער. שאָסטאַקאָוויטש האָט געפֿילט אַז די צײַט איז רײַף צו שאַפֿן די לידער צוליב דער אַנטיסעמיטישער שטימונג וואָס ער האָט געפֿילט אין לאַנד.
אין די יונגע יאָרן האָט זיך דאָברושין אויך פֿאַרנומען מיט שרײַבן לירישע לידער, וואָס מיר ברענגען איצט פֿאָר.
ווינקט אין פֿענצטער מיר אַ פֿײַער,
ציט מיך גלײַך אין שטוב אַרײַן,
ווילט זיך זײַן אַ גאַסט אַ טרײַער,
זיצן היימלעך בײַ דער שײַן.
סײַ און פֿראַגן פֿון אַ מומע,
וועגן קרובֿים, אַלטע פֿרײַנד,
ווערטער מידע, תּשובֿות שטומע,
ס'ליב שמייכל — גענוג פֿאַר הײַנט.
ווײַס אַ בעט, אַ שטילעס ריידן,
ווייכע טריט, די טריט פֿאַרמאַכט,
שטיל אין האַרצן וואַכן פֿריידן,
שטיל אין פֿענצטער קוקט די נאַכט.
נישט קיין הימל — וואָלקן טריבער
און אַ רעגנדל אַ קרומער,
נישט צו גלייבן אַז פֿאַראיבער
איז אָקאָרשט אַ ליבער זומער.
ס'ברומט אַ ווינטל אַ צוואה,
נאַס אַרום און קאַלט און קויטיק —
נאָך אַ הערעלע אַ גראָע,
און אַ טיפֿער שטומער ווייטיק.
ניין, כ'בין קיין פּאָעט,
ס'האָט מיך די ליבע נאָך טיף נישט געגלעט.
עמעץ דערציילט האָט נאָר שטיל מיר פֿון ליבן,
האָב איך געגלייבט און אַזוי שטיל פֿאַרשריבן.
ליבע איז אַנדערש, ליבע איז שוידער;
שטעלט זיך פֿון שׂימחה און בענטשט זיך פֿון לייד,
רוישט אין חלומות, וואָס שטאַרבן נאָך איידער
ס'גלייבט זיי די נשמה פֿאַרחלומטערהייט.
ליבע דורכגעברענט די גיהנומס די זיבן,
זינקט טיף אין ציטער און פֿון שווײַגן און רעדט —
מיר האָט נאָר עמעץ דערציילט שטיל פֿון ליבן —
כ'בין קיין פּאָעט.
דאָברושינס קריטיק וועגן ייִדישן טעאַטער איז ספּעציעל כּדאַי צו לייענען. מיר ברענגען אַ לענגערן ציטאַט פֿון זײַן עסיי "גאָלדפֿאַדענס דראַמאַטורגיע" (1948) לכּבֿוד גאָלדפֿאַדענס 100סטן יאָרצײַט —
"יצחק־לייבוש פּרץ האָט אין איינעם אַ בריוו געשריבן וועגן גאָלדפֿאַדען: ׳גאָלדפֿאַדען איז נאַיִוו, פֿאָלקסטימלעך, פּרימיטיוו, אָבער נאָציאָנאַל, האַרציק, אָפֿט מעלאָדיש.׳ מיט דער דאָזיקער כאַראַקטעריסטיק צייכנט פּרץ פֿולשטענדיק גאָלדפֿאַדענס אָרגאַנישע נאָענטקייט צו דער פֿאָלקסשפּיל, צו די בעסטע אייגנטימלעכקייטן פֿון דער טעאַטראַלער פֿאָלקס־טראַדיציע. אַז פּרץ רעדט ווען גאָלדפֿאַדענס מעלאָדישקייט, האַנדלט זיך עס וועגן דעם גאַנג פֿון דער אינטאָנאַציע אין גאָלדפֿאַדענס סצענישער שפּראַך, וואָס דערלויבן גאָלדפֿאַדענען אַריבערצוגיין אין זײַנע פּיעסן פֿון דער פּראָזע צו דער ליד, אַריבערצוּוואַרפֿן דעם בריק פֿון דער שפּראַך־מעלאָדיק, צו דעם אָפֿענעם מעלאָס, צום געזאַנג, צום קופּלעט און ניגון.
"ניט יעדער ׳פּראָזע׳, ווי די אַקטיאָרן רופֿן די סצענישע טעקסטן, פֿאַרמאָגט די מעגלעכקייט פֿון אַזוינע אָרגאַנישע איבערגענג. מע קען ניט אויף דער בינע אויפֿהערן פּלוצלונג רעדן און אָנהייבן זינגען לויט דער ווירקירלעכער מחברישער רעמאַרקע. דעם ׳זינגען׳ דאַרף צוגרייטן דער גאָרער גאַנג, דער ריטעם, דער מעלאָדישער נוסח פֿונעם דיאַלאָג אַפֿילו. אַזוינס זעען מיר נאָך אַנאַנד אין דער פֿאָלקלאָר־פּיעסע, אין דער פּורים־שפּיל, וואָס האָט ניט אומזיסט געברויכט די ריטמיזירטע און געגראַמטע ׳פּראָזע׳, און געקאָנט דערום אַריבער צום געזאַנג אויף טריט און שריט אין יעדן דיאַלאָג און מאָנאָלאָג. די אויפֿווירקונגס־קראַפֿט פֿונעם פֿאָלקס־דערציילער איז דאָך אויך באַשטאַנען אין דער אינטאָנאַציע, אין דער מעלאָדישער אַקצענטירונג פֿון זײַן אַרויסגערעדטער פֿראַזע.
"אַז מע רעדט וועגן גאָלדפֿאַדענען, וועגן דעם גרונטלייגער פֿון דער ייִדישער טעאַטער־קונסט, טאָר מען דעריבער ניט פֿאַרגעסן אין די אַלע עלעמענטן און אייגנשאַפֿטן פֿון דער דורותדיקער פֿאָלקסשפּיל און פֿאָלקסגעזאַנג. זיי גיבן דעם שליסל סײַ צו דער קינסטלערישער ספּעציפֿיק פֿון דער גאָלדפֿאַדען־טעאַטער, סײַ צו זײַן גרויסן אומגעריכטן, קאָן מען זאָגן, דערפֿאָלג בײַ דער גרויסער מאַסע צושויער.
"און אָט דאַכט זיך אין פֿלוג, אַז דער מאָראַליזירנדיקער שטראָם, בפֿרט אין גאָלדפֿאַדענס ערשטע פּיעסן, דער שטראָם וואָס שטאַמט פֿונעם השׂכּלה־געדאַנק, האָט געקאָנט זײַן אַ שטער צו דעם שטייגער־נוסח מיט וועלכן עס בינדן זיך אָט די אַלע אינטאָנאַציע־אייגנשאַפֿטן, די מעלאָדיק פֿונעם שפּילעוודיקן פֿאָלקסוואָרט. מאָראַל באַטײַט דאָך דידאַקטיק און דידאַקטיק אַסאָציִיִרט זיך מיט רעזאָנערישקייט, מיט דער רעזאָנערישער רעפּליק, וואָס איז אַזוי ווײַט פֿון יעדער ריטמישער און מעלאָדישער וואָרט־צייכענונג. קאָן מען דען זינגען רעזאָנערישע דידאַקטישע פּראָזע? לאָזט זיך דען די דידאַקטישע שורה פֿאַרוואַנדלען אין וואָקאַלער ליד? קען זי דען אויסדריקן די עכטע זינגעוודיקע פּלאַסטישע פֿאָלקס־תּנועה, פֿאָלקס־אינטאָנאַציע, וואָס איז פֿאַרוואָרצלט אינעם שטייגעריש־לירישן און דראַמאַטישן כאַראַקטער־וואָרט?