פּערל פֿון ‫ייִדישער פּאָעזיע
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון חנה מלאָטעק

עס געפֿינען זיך ניט קיין גענויע ידיעות וועגן דעם פֿאָלקסדיכטער שלום בערנשטיין, ‬בלויז אַז ער האָט געשטאַמט פֿון קאַמעניץ־פּאָדאָלסק‮, אַז אין‮ ‬9681‮ ‬איז אין זשיטאָמיר אַרויס זײַן לידער־זאַמלונג "מאַגאַזין פֿון יודישע לידער פֿאַר דעם יודישען פֿאָלק"‮, ‬וואָס איז שפּעטער איבערגעדרוקט געוואָרן פֿיר מאָל‮; ‬אַנדערע לידער זײַנע האָבן זיך שפּעטער געדרוקט אין פֿאַרשיידענע צײַטן‮. ‬מיר ווייסן פֿון זײַן דיכטונג אַז מיכל גאָרדאָן‮ (‬2381—0981‮), ‬דער משׂכּילישער פֿאָלקסדיכטער‮, ‬האָט אים באַטראַכט ווי זײַן פֿרײַנד‮, ‬מיט וועמען ער האָט געטיילט פֿאַרשיידענע מאָטיוון אין די לידער‮, ‬און אַז אַ צאָל פֿון זײַנע לידער זײַנען געוואָרן פֿאָלקלאָריזירט און זײַנען אַריינגענומען געוואָרן אין זאַמלונגען פֿון פֿאָלקסלידער ווי אַנאָנימע שאַפֿונגען‮.‬
איינע פֿון די ערשטע לידער אין דעם‮ "‬מאַגאַזין"‮ איז אַ ליד טאַקע פֿון מיכל גאָרדאָן‮, ‬וווּ ער שרײַבט זיך אונטער מיט זײַן אמתן נאָמען‮. דאָס איז געווען אַ נײַעס‮, ‬ווײַל אין‮ ‬8681‮ ‬האָט‮ ‬מיכל גאָרדאָן אַרויסגעגעבן אַנאָנים זײַן זאַמלונג‮ "די באָרד און דערצו נאָך אַנדערע שיינע ייִדישע לידער, אַלע פֿון אַ גרויסן חסיד",‮ ‬און ער האָט זיך דאָרטן פֿאַרחתמעט‮ "‬גר דל מך אַני"‮ —‮ ‬אַן אַנאַגראַם פֿון זײַן נאָמען‮. ‬אין זײַן ליד אין שלום בערנשטיינס‮ "‬מאַגאַזין"‮ ‬פֿאַרחתמעט ער זיך איצט אָן מורא מיט זײַן אמתן נאָמען‭:‬
מײַנע לידער זענען אַרויס אויף דער וועלט‮,‬
אַקוראַט אַזוי ווי קאָנטראַבאַנד‮.‬
איך האָב מײַן נאָמען אויף זיי ניט געשטעלט‮,‬
איך האָב מורא געהאַט פֿאַר אַ בייזער האַנט‮.‬


דײַן‮ "‬מאַגאַזין"‮ ‬איז כּשרע סחורה‮,‬
‘זיסע לידלעך געשריבן אין זשאַרגאָן’
דאָ קען איך מיך חתמענען אָן פּחד‮, ‬אָן מורא‮,‬
דײַן אמתער פֿרײַנד‮ ‬מיכל ‬גאָרדאָן‮.‬

אין בערנשטיינס לידער געפֿינען זיך רמזים פֿון פֿאָלק —‮ ‬און פּאָפּולערע לידער‮. אין זײַן ליד למשל‮ "‬דאָס וויגעלע"‮ ‬געפֿינען זיך באַקאַנטע מאָטיוון‭:‬
נעבן דיר בײַם וויגעלע‮,‬
זע איך עפּעס שטיין‮,‬
דאָס איז אַ גילדן ציגעלע‮,‬
די‮ ‬‘האָפֿנונג’‮ ‬אַליין‮.‬
מיט דעם ציגעלע וועסטו האַנדלען‮,‬
גוטס צי שלעכטס‮? ‬ווער ווייסט‮!‬
עס וועט דיר ברענגען ראָזשינקעס‮, ‬מאַנדלען‮,‬
עס איז די זיסע‮ ‬‘טרייסט’‮...‬

אַזוי ווי מיכל גאָרדאָן‮, ‬דערמאָנט ער די שלעכטע שטיפֿמוטער‭:‬
אַ שטיפֿמאַמע וואָס לעבט ניט בשלום‮,‬
דאָס פֿרעמדע קינד גייט בײַ איר צו גרונד‮.‬
אַ פֿאַרדומפּן קול הערט זי אין חלום‭:‬
‮"‬וואָס מוטשעסטו‮, ‬שלאַנג‮, ‬מײַן איינציק קינד"
די טויטע מאַמע פֿון איר קבֿר
זעט זי פֿאַר זיך אין תּכריכים שטיין‮,‬
די שטיפֿמאַמע ציטערט אין איטלעכן אבֿר‮,‬
דעם שרעקלעכסטן שלאָף האָט זי אַליין‮.‬

פֿון זײַן ליד‮ "‬יונגע טרערן"‬ האָבן זיך אַנטוויקלט עטלעכע פֿאָלקסלידער‮ (‬זען‮ "‬ייִדישער פֿאָלקלאָר"‮, ‬1‮)‬‭:‬
באַנאַכט אויף מײַן געלעגער
פֿרעג איך מײַן ביטער האַרץ‮,‬
ווען וועט שוין שלאָגן דער זייגער‮,‬
די לעצטע מינוט פֿון מײַן שמאַרץ‮.‬

עס האָט שוין 12 געשלאָגן‮,‬
עס איז שוין האַלבע נאַכט‮,‬
איך ליג נאָך פֿאַרטראָגן‮,‬
איך ליג נאָך און טראַכט‮.‬
איז דען שוין ניט צײַט
אַנטשלאָפֿן צו ווערן‮?‬
פֿון שלאָפֿן בין איך ווײַט‮,‬
די אויגן גיסן טרערן.

די לבֿנה שײַנט איבער מיר
מיט אירע בלאַסע שטראַלן,
עס שלאָגט שוין זייגער פֿיר,
מײַן שלאָף איז שוין פֿאַרפֿאַלן.
זיסע חלומות שוועבן,
פֿאַרגרעסערן מײַנע ליידן,
אוי! אַ ביטער לעבן —
מיט דיר אין חולם צו רעדן...

אויך די סטראָפֿעס וואָס הייבן זיך אָן מיט:‬‮ "‬די זון איז שוין אויפֿגעגאַנגען‮, ‬באַלײַכט מײַן פֿינצטערן גײַסט"‮ ‬און‮ "‬איר‮, ‬פֿייגעלעך‮, ‬קומט באַלד צוריק‮, ‬און זאָגט מיר וואָס זי טוט"‮ ‬זײַנען געוואָרן אַרײַנגעפֿלאָכטן אין פֿאָלקסלידער‮ (‬בײַ י.ל‮. כּהן א״אַנד‮).‬

אין בערנשטיינס ליד‮ "‬די טרייסט"‮ זעט מען אַ דירעקטע ווירקונג אויף איציק מאַנגערס באַרימט ליד‮ "‬אויפֿן וועג שטייט אַ בוים"‮. ‬דאָס זעט מען אין בערנשטיינס ערשטער סטראָפֿע‭:‬
אום ווינטער‮, ‬זעט
ווי דאָס ביימל שטייט
נעבעך אײַנגעבויגן‮;‬
איר וועט עס קוים דערקענען‮,‬
די פֿייגעלעך זענען‮,‬
דערפֿון אַוועקגעפֿלויגן‮.‬
וויי איז מיר‮!‬
קלאָגט עס פֿאַר דיר‮,‬
וווּ איז מײַן גרינער שאַל‮?‬
מײַן זון‮, ‬מײַן גליק‮,‬
מײַן שיינע מוזיק‮,‬
מײַן זיסער נאַכטיגאַל‮?‬

(בײַ מאַנגער:‬‮ "‬אויפֿן וועג שטייט אַ בוים‮, ‬שטייט ער אײַנגעבויגן‮; ‬אַלע פֿייגל פֿון דעם בוים זײַנען זיך צעפֿלויגן‮...‬"‮)‬


בערנשטיין האָט עטלעכע אַנטי־חסידישע לידער אויך, אָבער נישט אַזעלכע בײַסיקע סאַטירישע לידער ווי גאָרדאָן‮. ‬אין איינעם דערוויסן מיר זיך, אַז די משׂכּילים האָבן געניצט חסידישע ניגונים צו זייערע לידער‮. ‬ער זינגט וועגן די‮ "‬אַפּיקורסים"‭:‬‮‬
טאַקע צווישן אונדזערע ייִדלעך‮, ‬
וואָס זענען אויף אונדז גרויסע מבֿינים‮,‬
מאַכן אויף אונדז לידלעך‮,‬
און זינגען מיט אונדזערע ניגונים‮.‬

ער זאָגט‮, ‬אַז די‮ "‬אַפּיקורסים"‮ ‬שרײַבן וועגן די חסידים אין דער פּרעסע‭:‬‮‬
אַ ביטער שטיקל צײַט
איז אויף אונדז געקומען‮;‬
אַפּיקורסים יונגע לײַט‮,‬
האָבן זיך אויף אונדז גענומען‮,‬
לא די זיי רעדן און לאַכן‮,‬
אונדז גיסט דאָס בלוט ווי וואַסער‮,‬
באַשרײַבן זיי נאָך אונדזערע זאַכן
אין מליץ און קול־מבֿשׂר‮.‬

בערנשטיין האָט אויך געשריבן עטלעכע שיינע שבת־לידער‮, ‬וואָס איינע פֿון זיי האָט דער פֿאָלקלאָריסט און זינגער מנחם קיפּניס על־פּי טעות צוגעשריבן צו ר׳‮ ‬לוי־יצחק מבאַרדיטשעוו‮. ‬דער אָנהייב‭:‬
ברודער‮, ‬זאָג‮, ‬ווי הייסט דער טאָג‮,‬
וואָס מיר זענען אַלע פֿריילעך‮?‬
דאָס ייִדל דאָס קליינע‮, ‬דאָס כּשרע‮, ‬דאָס ריינע‮,‬
ווערט באַ זיך אַ מלך‮?‬

שבת אַליין‮, ‬איז געקומען צו גיין‮,‬
לאָמיר זײַן פֿריילעך אַלע‮,‬
טאַנצט‮, ‬קינדער‮, ‬איטלעכער באַזונדער‮,‬
מיט דער שיינער כּלה‮.‬

צו אַ צווייטן ליד האָט מיכל געלבאַרט געשאַפֿן אַ מעלאָדיע:

שלום־עליכם‮! ‬מלאכים פֿײַנע‮!‬
שלום־עליכם‮! ‬מלאכים מײַנע‮!‬
שלום עליכם‮, ‬ווײַב און קינד‮!‬
שבת־קודש איז צו געזינד‮.‬
שלום־עליכם‮, ‬גוטע פֿרײַנד‮,‬
שבת־קודש איז דאָך הײַנט‮.‬
שלום־עליכם‮, ‬זיידעס‮, ‬באָבעס‮!‬
שלום־עליכם‮, ‬ליבער שבת‮!