- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
ווי עס זאָל זיך נישט אויסלאָזן די גאַנצע מעשׂה מיט פּאַלעסטינע אין דער "יו־ען", בלײַבט די פֿראַגע וועגן די ישׂראל־פּאַלעסטינער צווישן־באַציִונגען אָפֿן און אָנגעשטרענגט; אויב אַפֿילו ס’וועט געשען אַ נס און ביידע לענדער וועלן אין די געבליבענע טעג, ביזן 23סטן סעפּטעמבער, זיך זעצן צום פֿאַרהאַנדלונגס־טיש, ווי עס פּרוּווט איצט אויסאַרבעטן דער "קוואַרטעט" ("יו־ען", פֿאַראייניקטע שטאַטן, אייראָפּע, רוסלאַנד).
צו גאַסט בײַם "פֿאָרווערטס"
A Talk with Shimon Alperovitch
דער שטרויספֿויגל האָט צוגעטראַכט אַ געניאַלע סטראַטעגיע פֿאַר זײַן זעלבסט־פֿאַרטיידיקונג קעגן אַלע מעגלעכע געפֿאַרן: ער פֿאַרשטעקט דעם קאָפּ אין אַ גריבל, כּדי נישט צו זען דעם אָנקומענדיקן, לאָמיר זאָגן, שׂונא, און אַז ער וועט דעם שׂונא נישט זען, איז אַ סימן, אַז אים, דעם קלוגן פֿויגל, דראָט נישט קיין געפֿאַר. ווײַל וואָס מען זעט נישט, עקזיסטירט נישט. דערויף דאַרף מען נישט זײַן נישט קיין פֿילאָסאָף און נישט קיין שטרויספֿויגל... און, פֿון דער אַנדערער זײַט ווידער, טראַכט אויך דער קאָפּ פֿון דעם שטרויס, זײַענדיק אײַנגעגראָבן אין זײַן "זיכערהייטלעכער" באַהעלטעניש: אויב איך זע נישט דעם שׂונא, זעט דאָך דער שׂונא מיך נישט, בין איך אַזוי אַרום צוויי מאָל פֿאַרזיכערט! אַבדאַלאַ דער צווייטער, דער קעניג פֿון יאָרדאַניע, דער דירעקטער וואַנט־צו־וואַנט־שכן לענג־אויס דער לענגסטער גרענעץ מיט ישׂראל, איז אַזוי ווי זײַן פֿאָטער כוסיין און ווי זײַן זיידע אַבדאַלאַ דער ערשטער, אין דעם מאָמענט דער איינציקער פֿרײַנד און אינטערעסן־פֿאַרבינדעטער אין דעם עלעקטריזירטן ראַיאָן, נאָך דעם ווי עגיפּטן און טערקײַ האָבן זיך אָנגעשלאָסן צו אונדזערע שׂונאים. אויך ער האָט די טעג אין זײַנע אויפֿטריטן דערקלערט, אַז די מנהיגים פֿון ישׂראל פֿירן זיך אויף ווי דער שטרויספֿויגל און באַהאַלטן זייער קאָפּ אין זאַמד. "אַ לעבן אָן ווערט", "אַן איבעריק לעבן", "אַ פּוסטע כּלי" — מיט אַזוינע אויסדרוקן פֿלעגן די דײַטשע דאָקטוירים, וויסנשאַפֿטלער און פּאָליטיקער, וועלכע האָבן געהאָלפֿן בויען די נאַצי־פּראָגראַם פֿון שאַפֿן אַ מײַסטער־ראַסע, באַשריבן די גײַסטיק־קראַנקע און מענטשן מיט פֿיזישיע פֿעלערן. די באַציִונג האָבן זיי אין גיכן אַריבערגעטראָגן צו די ייִדן און ציגײַנער, וועלכע זענען באַשולדיקט געוואָרן אין זײַן שעדלעך פֿאַר דער וועלט. די וואָך האָט זיך געעפֿנט אַן אויפֿרטייסלנדיקע אויסשטעלונג — "טייטלעכע מעדיצין — דאָס שאַפֿן די מײַסטער־ראַסע" אינעם ניו־יאָרקער "מוזיי פֿון ייִדישער ירושה", מכּוח דער געשיכטע פֿון דער דאָזיקער "וויסנשאַפֿט", וואָס האָט דערפֿירט צו דער באַציִונג. די נאַצישע "וויסנשאַפֿט" איז געווען געבויט אויפֿן נײַעם פֿעלד פֿון "יוגעניק", אַ וואָרט וואָס מיינט "אַ גוטער געבורט" און איז צום ערשטן מאָל געניצט געוואָרן אין 1883. אויב מע וויל, קען מען אין אַלץ באַשולדיקן טשאַרלז דאַרווינען און זײַנע שריפֿטן פֿונעם 19טן יאָרהונדערט. פֿון זײַן געדאַנק — "דער נאַטירלעכער אויסקלײַב", אָדער אַנדערש פֿאָרמולירט "די שטאַרקסטע בלײַבן לעבן", האָט זיך אָנגעהויבן אַ קייט פֿון געדאַנקען און טעאָריעס, וואָס איז געוואָרן געשלייערט מיטן נאָמען "יוגעניק". אָבער מער קלאָר איז דער נאָמען — "ראַסן־היגיענע". "יוגעניק" איז געוואָרן פּאָפּולער אין גאַנץ מערבֿ־אייראָפּע, ווי אויך אין אַמעריקע. דער לעגענדאַרע ריכטער אָליווער ווענדל האָלמס האָט אין 1927 געהאַלטן, אַז מע מעג פֿאַרמאַכן די פֿאַרמער־אָרגאַנען פֿון אַ פֿרוי וואָס איז גײַסטיק און פֿיזיש קראַנק. ער האָט געשריבן: "דער פּרינציפּ וואָס ליגט אונטער אָבליגאַטאָרישע וואַקצינען, איז גענוג ברייט צו דעקן דאָס אָפּבינדן פֿון די אייטרײַבלעך [Fallopian tubes]. דרײַ דורות פֿון אידיאָטן איז גענוג". צום אָנדענקטאָג פֿון די קרבנות פֿון גענאָציד איבער די ייִדן אין ליטע מיר דרוקן הײַנט אַן אויסצוג פֿונעם בוך "איך מוז דערציילן". פֿאַקטיש איז עס אַ טאָגבוך פֿון דעם מיידעלע מאַשע ראָלניק, געפֿירט אין ייִדיש אינעם ווילנער געטאָ. זי איז געווען אַן ערך אין דעם זעלבן עלטער וואָס אַנאַ פֿראַנק, אָבער מאַשען האָט אָפּגעגליקט — זי איז געבליבן לעבן. הײַנט איז מאַשע ראָלניק אַ באַקאַנטע רוסישע שרײַבערין. זי וווינט און שאַפֿט אין פּעטערבורג, רוסלאַנד. ...עס האָט אָפּגעהילכט אַ שאָס. עמעצער האָט אַ געשריי געטאָן. מען לויפֿט. געשרייען "האַלט!" מיר וועקן אויף דאָס קליינוואַרג. דאָס האַרץ טוט מאָדנע וויי בײַ יעדן קלאַפּ. פֿון אויפֿרעגונג טרייסלט אין קעלט. ווידער אַ שאָס. עמעצער שרײַט. עס גייען אַ סך, זייער אַ סך מענטשן. די טריט דערווײַטערן זיך... מיר עפֿענען די פֿאָרטקע. עס זעט זיך גאָרנישט. פּשוט אַ קילע שטערנדיקע נאַכט. שטיל. ערגעץ פֿײַפֿט אַ לאָקאָמאָטיוו. און ווידער קיין שום קלאַנג... אַזוי ווי ס’וואָלט גאָרנישט נישט געווען. די מאַמע לייגט אײַן די קינדער שלאָפֿן. מיר זיצן... מיר זענען שוין אין די לעצטע טעג פֿון חודש אלול תּשע״א. במשך דעם חודש האָבן ייִדן אומעטום, באַזונדערס אין ירושלים עיר־הקודש, אָנגעהויבן זיך מכין זײַן צו באַגעגענען די ימים־נוראָים, די פֿאָרכטיקע טעג. אין דעם ייִדישן פֿאָלקלאָר פֿלעגט מען זאָגן, אַז "ווען עס קומט אָן דער חודש אלול, ציטערן אַפֿילו די פֿיש אין וואַסער..." אין די בתּי־מדרשים, אין די שטיבלעך פֿון מאה־שערים, גאולה און אַנדערע שכונות אין ירושלים, האָבן ייִדן געדאַוונט אין די דאָזיקע טעג מיט מער כּוונה ווי אין די אַנדערע טעג פֿון דעם יאָר. מען האָּט "געזאָגט" סליחות און געבלאָזן שופֿר אין די שחרית־מנינים פֿון די ספֿרדישע קהילות. די אַשכּנזישע מנינים האָּבן זיך באַנוגנט מיט זאָגן סליחות און בלאָזן שופֿר, נאָר אין דער לעצטער וואָך פֿון חודש — פֿאַר ראָש־השנה. במשך דעם חודש אלול האָבן ייִדן זיך באַמיט צו טאָן מעשׂים־טובֿים "בין אָדם לחבֿרו", כּדי צו באַווײַזן זיך אין דעם יום־הדין מיט וואָס מער מיצוות, און זיך אויסבעטן בײַ דעם רבונו־של־עולם, פֿאַר זיך, פֿאַר דער משפּחה און פֿאַר כּלל־ישׂראל, אַ גוטן, געזונטן און גליקלעכן יאָר. די ימים־נוראָים זענען טעג פֿון "תּשובֿה, תּפֿילה וצדקה המעבֿירין את רוע־הגזרה" פֿאַר יעדן איינעם פֿון אונדז... אין קעגנזאַץ צו אונדז, פֿײַערן די אומות־העולם דעם אָנקום פֿון זייער נײַעם יאָר מיט הוליאַנקעס, טענץ און שׂיכּרות. מיר מערקן אָפּ אונדזער נײַעם יאָר מיט אַן ערנסטן חשבון־הנפֿש, מיט אַ "קול־דממה דקה", מיט בעטן סליחה־ומחילה פֿון די זינד, וואָס מיר זענען באַגאַנגען אין דעם פֿאַרגאַנגענעם יאָר... די הײַנטיקע וואָך לייענען מיר אַ טאָפּלטע סדרה, וואָס באַשטייט פֿון צוויי פּרשיות: "נצבֿים" און "וילך" הײַנט באַטראַכט מען די חסידישע באַוועגונג ווי אַ זײַטיקע גרופּע, אָבער מע פֿאַרגעסט, אַז פֿאַרן חורבן איז חסידיזם געווען די הויפּט־פֿרומע באַוועגונג בײַ די ייִדן אין מיזרח־אייראָפּע, און ווײַט נישט קיין קליינער קולט. אַפֿילו מיט דער וואַקסנדיקער אַסימילאַציע פֿון די ייִדן פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה האָט מען זיך סײַ פּאָליטיש, סײַ קולטורעל, געדאַרפֿט רעכענען מיט די חסידישע ייִדן און זייער השפּעה. אין דער מאָדערנער ייִדישער ליטעראַטור האָט די חסידישע פֿאָלקס־מעשׂה אויך משפּיע געווען אויפֿן אופֿן פֿון דערציילן אַ מעשׂה, נישט נאָר ווי מע געפֿינט אין י. ל. פּרצעס ווערק "חסידיש", נאָר אויך בײַ אַ שלל ייִדישע שרײַבער במשך פֿון עטלעכע דורות. די פּרץ־טראַדיציע פֿון באַאַרבעטן און איבערדערציילן חסידישע מעשׂיות פֿאַר אַ נײַעם עולם אין אַ נײַערער צײַט האָט זיך אָנגעהאַלטן ביז אונדזערע טעג. די דאָזיקע פֿאָלקס־ליטעראַטור אויף ייִדיש, די שפּראַך, אין וועלכער מע האָט זיי, לכתּחילה, דערציילט, פֿאַרמאָגט אוצרות, וואָס מע קען נישט געפֿינען אין אַנדערע שפּראַכן, און פֿון דעם גרויסן קוואַל האָט מען געשעפּט. פֿאַרן פֿאָלקלאָריסט איז אַן עובֿדה בײַם לייענען די מעשׂיות — צו דערקענען, וועלכע עלעמענטן זענען פֿאָלקישע, און וועלכע "מאָדערנע". די ליטעראַטור־קריטיק באַהאַנדלט סײַ די טראַדיציאָנעלע מעשׂיות, און סײַ די מאָדערנע באַאַרבעטונגען, און ביידע מינים האָבן זייער אייגענעם כאַראַקטער און זענען ווערט אַ טיפֿערן אַנאַליז. פֿון נעמי זעוועלאָף* גוניסאָן, יוטאַ. — אין אַ זוניקן שבת אין סעפּטעמבער איז ליליען בראַון־וואָגעל געזעסן אין איר רעדלשטול בײַ צוויי מצבֿות, צונויפֿגעשטעלט פֿון גראָע און ברוינע שטיינער, און אויסגעקריצט מיט ייִדישע אותיות. יעדער קבֿר איז געווען אַרומגערינגלט מיט אַ קליינעם פּלויט פֿון מעטאַלענע רערן, כּדי צו פֿאַרזיכערן, אַז די קיִען זאָלן נישט צוקומען. אַ. טאַבאַטשניק האָט באַצייכנט דעם פֿרי־פֿאַרשטאָרבענעם דיכטער אַבאָ שטאָלצענבערג ווי "דער דיכטער פֿון טעמפּעראַמענט" — דער דיכטער פֿון סײַ לירישע, סײַ דראַמאַטישע ווערק. געבוירן אין גלינע, גאַליציע אין 5091 — געשטאָרבן אין ניו־יאָרק אין 1491, האָט אַבאָ שטאָלצענבערג געלערנט אין חדר, אין באַראָן הירש־שול און טאָרנער גימנאַזיום. אין 2391 האָט ער אויסגעוואַנדערט קיין ניו־יאָרק, וווּ ער איז געוואָרן באַשעפֿטיקט בײַ פֿאַרשיידענע אַרבעטן; צום סוף, בײַ אַ פּראָיעקט פֿון דער פֿעדעראַלער רעגירונג. ער האָט פֿאַרעפֿנטלעכט זײַנע לידער אין פֿאַרשיידענע זשורנאַלן, און זײַן איינציק בוך "לידער" וואָס איז אַרויס אין 1491 האָט ער ניט באַוויזן צו זען. לעצטנס איז אַרויס אַן איבערזעצונג פֿון די געפֿונענע לידער אין ע. רינגעלבלומס "עונג־שבת"־אַרכיוו אין וואַרשעווער געטאָ מיטן טיטל yrteoP ni lleH (פֿון סערע טרייסטער־מאָסקאָוויץ) און צווישן די לידער געפֿינט זיך אַ. שטאָלצענבערגס ליד "פּלאַץ־ייִנגלעך", וואָס איז געווען געדרוקט אין זײַן בוך:
קבלה, די געהיימע מיסטישע ייִדישע תּורה, האָט לאַנג פֿאַרכּישופֿט דעם קריסטלעכן כּוח־הדמיון. מען האָט זי אויסגעטײַטשט אויף פֿאַרשידענע אופֿנים׃ ווי אַ מעטאָד פֿון מאַכן ניצלעכע און פּראַקטישע נסים, אָדער ווי אַ געהיימע וויסנשאַפֿט, וואָס דערקלערט די יסודות פֿון דער וועלט־באַשאַפֿונג. אַ היפּשער טייל פֿון יענע פֿאָרשטעלונגען זײַנען געווען ריינע בויך־סבֿרות, וואָס האָבן ניט געהאַט קיין שײַכות צו דער קבלה גופֿא. אָבער אייניקע באַגריפֿן פֿון עכטע קבליסטישע ספֿרים, אַזעלכע ווי "זוהר" אָדער "פּרדס רימנים", האָבן טאַקע יאָ געהאַט אַ געוויסע השפּעה אויף דער "קריסטלעכער קבלה". פֿאַראַן אַ שפּאָר ביסל טעאַטערס אַרום דער געגנט וווּ איך פֿאַרברענג אַ טייל פֿון מײַנע זומערס און ווינטערס. ווען עס פֿאַרענדיקט זיך דער ערשטער און צווייטער סעמעסטער אין קאָלומביע־אוניווערסיטעט. כאַפּ איך זיך אַרײַן אָדער קיין מיאַמי אָדער קיין פּאַלם־ביטש זען וואָס עס טוט זיך אויף די ברעטער פֿון די בינעס. פֿלאָרידע פֿאַרמאָגט אַ שיינע צאָל טעאַטער־גייערס, דער עיקר ייִדן. מיטליעריקע און עלטערע לײַט. אַ סך פֿון זיי זײַנען גוט אײַנגעפֿונדעוועט; ס׳הייסט, מאַגנאַטן, מעצענאַטן, האַלטן זיי אויס אַ שפּאָר ביסל טעאַטערס. בדרך־כּלל זיצן זיי אויבן אָן ווי די אָנגעלייגטע געסט. אין דער ערשטער ריי, אויסגעסטרויעט אין עסיק און אין האָניק, אין גראַנאַטענע הויזן און ווײַסע, זײַדענע העמדער מיט אַ רויטער בינדע. די גרויע קעפּ זײַנען אַנדולירט, לאַקסירט און שמעקן מיט פּערפֿום. די ייִדענעס זײַנען לגמרי אײַנגעטונקען אין בלישטשענדיקע קייטלעך אַרום האַלדז. בראַסלעטן און רינגעלעך אויף די פֿינגער וואָס האַלטן אין איין פֿינקלען. גלאַנצנדיקע שיכעלעך אויף הויכע אָפּצאַסן וואָס וואָלטן געפּאַסט אַ יונגיטשקער פֿון זיבעצן יאָר. לאַנגע לאַקירטע, רויטע נעגל סײַ אויבן און סײַ אונטן, קליינינקע פּורפּורענע בײַטעלעך וואָס שימערירן מיט בריליאַנטלעך און אַ פּריטשאָסקע, ערשט אַרויס פֿון "ביוטי־פּאַרלאָר." אין מיאַמי גופֿא איז פֿאַראַן אַ טעאַטער וואָס הייסט "גייבל־סטיידזש." וווּ דער פּראָדוצענט און קינסטלערישער דירעקטאָר, הייסט דזשאָו אַדלער, אַ ייִד אין די יאָרן. ער קערט זיך בכלל נישט אָן מיט די אַמאָליקע גרויסאַרטיקע אַדלערס, איך צווייפֿל אַפֿילו צי ער האָט אַמאָל געהערט פֿון אַ יעקבֿ פּ. אַדלער. |