געזעלשאַפֿט
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אַרויסצוּווײַזן שטיצע פֿאַר די ייִדן אין די שטחים, האָבן ישׂראלים מאַרשירט פֿון דער קאָלאָניע איתמר ביז דער פּאַלעסטינער שטאָט שכם, דעם 20סטן סעפּטעמבער
אַרויסצוּווײַזן שטיצע פֿאַר די ייִדן אין די שטחים, האָבן ישׂראלים מאַרשירט פֿון דער קאָלאָניע איתמר ביז דער פּאַלעסטינער שטאָט שכם, דעם 20סטן סעפּטעמבער
Credit: Getty Images

דער שטרויספֿויגל האָט צוגעטראַכט אַ געניאַלע סטראַטעגיע פֿאַר זײַן זעלבסט־פֿאַרטיידיקונג קעגן אַלע מעגלעכע געפֿאַרן: ער פֿאַרשטעקט דעם קאָפּ אין אַ גריבל, כּדי נישט צו זען דעם אָנקומענדיקן, לאָמיר זאָגן, שׂונא, און אַז ער וועט דעם שׂונא נישט זען, איז אַ סימן, אַז אים, דעם קלוגן פֿויגל, דראָט נישט קיין געפֿאַר. ווײַל וואָס מען זעט נישט, עקזיסטירט נישט. דערויף דאַרף מען נישט זײַן נישט קיין פֿילאָסאָף און נישט קיין שטרויספֿויגל...
און, פֿון דער אַנדערער זײַט ווידער, טראַכט אויך דער קאָפּ פֿון דעם שטרויס, זײַענדיק אײַנגעגראָבן אין זײַן "זיכערהייטלעכער" באַהעלטעניש: אויב איך זע נישט דעם שׂונא, זעט דאָך דער שׂונא מיך נישט, בין איך אַזוי אַרום צוויי מאָל פֿאַרזיכערט!
אַבדאַלאַ דער צווייטער, דער קעניג פֿון יאָרדאַניע, דער דירעקטער וואַנט־צו־וואַנט־שכן לענג־אויס דער לענגסטער גרענעץ מיט ישׂראל, איז אַזוי ווי זײַן פֿאָטער כוסיין און ווי זײַן זיידע אַבדאַלאַ דער ערשטער, אין דעם מאָמענט דער איינציקער פֿרײַנד און אינטערעסן־פֿאַרבינדעטער אין דעם עלעקטריזירטן ראַיאָן, נאָך דעם ווי עגיפּטן און טערקײַ האָבן זיך אָנגעשלאָסן צו אונדזערע שׂונאים. אויך ער האָט די טעג אין זײַנע אויפֿטריטן דערקלערט, אַז די מנהיגים פֿון ישׂראל פֿירן זיך אויף ווי דער שטרויספֿויגל און באַהאַלטן זייער קאָפּ אין זאַמד.

און דאָס זאָגן און וואָרענען אַלע ערנסטע און פֿאַראַנטוואָרטלעכע פּאָליטישע אַנאַליטיקער אין ישׂראל. דעם דינסטיק, ווען איך שרײַב די דאָזיקע שורות און געציילטע שעה פֿאַרן אָפּפֿלי פֿון דעם פּרעמיער נתניהו קיין ניו־יאָרק, האָט דער געוועזענער אַמבאַסאַדאָר פֿון ישׂראל אין דער "יו־ען" אין משך פֿון אַכט יאָר, דני גילערמאַן, געוואָרנט פֿאַר אַ נײַער פֿאַרפּאַסונג פֿון דעם שלום, אויב נתניהו וועט זיך האַלטן בײַ זײַן שטײַפֿער שטעלונג צוליב אינערלעכע פּאַרטיייִשע אינטערעסן. עס האָבן אויך געוואָרנט די פּענסיאָנירטע הויפּט־קאָמאַנדירן פֿון דער אַרמיי און פֿון די אינפֿאָרמאַציע־דינסטן. עס האַלטן אויך אין איין וואָרענען ישׂראלס אויפֿריכטיקע פֿרײַנד אין אייראָפּע. די פּעטליע פֿון דער פּאָליטישער איזאָלאַציע אַרום דעם האַלדז פֿון ישׂראל ווערט אַלץ ענגער.
אָבער די וואָרענונגען דערגייען נישט צו די אויערן פֿון נתניהוס רעגירונג. עס העלפֿט אויך נישט דער דרוק, וועלכן עס איבן אויס דער אַמעריקאַנער מלוכה־דעפּאַרטאַמענט, די אייראָפּעיִשע גרויסמאַכטן און דער "קוואַרטעט" פֿון די העכסטע אינטערנאַציאָנאַלע פֿאַקטאָרן: אַמעריקע, אייראָפּע, רוסלאַנד און די "יו־ען". די דראָונגען פֿון דעם אויסערן־מיניסטער אַבֿיגדור ליבערמאַן בטל צו מאַכן די אָפּמאַכן פֿון "אָסלאָ" און פֿון דעם פֿינאַנץ־מיניסטער יובֿל שטייניץ וועגן עקאָנאָמישע סאַנקציעס קעגן דער פּאַלעסטינער אינסטאַנץ, ווי אויך דער דרוק פֿון דעם "נאַציאָנאַלן לאַגער" און פֿון דער מערהייט אינעם קאַבינעט פֿון די זיבן מיניסטאָרן, זײַנען שטאַרקער פֿון דער נאַציאָנאַלער מלוכישער אַחריות און פֿון דער עלעמענטאַרער פּאָליטישער לאָגיק.
אין נאָמען פֿון אָט דער געניאַלער שטרויס־פֿויגלשער לאָגיק איז פֿאָריקע וואָך געוואָרן ווי אָפּגעמעקט אַ טאָג פֿון דעם צײַט־קאַלענדאַר, און פֿון דעם קאָלעקטיוון באַוווּסטזײַן — דער אַכנצטער יאָרטאָג זינט מ’האָט אונטערגעשריבן אין וואַשינגטאָן דעם אָפּמאַך פֿון אָסלאָ און די היסטאָרישע איבערבעטונג צווישן די צוויי בלוט־שׂונאים — די פּאַלעסטינער און ישׂראלים. אויסגעמעקט און אָפּגעווישט. טאָטאַל פֿאַרשוויגן. נישטאָ מער אָסלאָ, ווי ער וואָלט קיינמאָל נישט עקזיסטירט!
מע וואָלט געקאָנט מיינען, אַז דאָס פֿאַרשווײַגט מען אים, כּדי צו פֿאַרמײַדן אַן עין־הרע, צוליב דער דאַטע פֿון דעם 13טן סעפּטעמבער, וואָס איז נישט פֿאַר אַלעמען אַ מזלדיקער ציפֿער. און אפֿשר גאָר, ווײַל עס איז די פֿאָריקע וואָך געוואָרן 18 יאָר. און אַכצן איז "חי" און חי הייסט: "לעבט"...
איז עס אויך, זעט אויס, קיין צופֿאַל נישט, וואָס די רעגירונג האָט באַשלאָסן נישט צו מאַכן הײַנטיקס יאָר קיין מלוכישע אַזכּרה נאָך יצחק ראַבינען אין טאָג פֿון זײַן יאָרצײַט, דעם 4טן נאָוועמבער, וואָס פֿאַלט אויס אין י"ב בחשוון לויטן ייִדישן לוח. זײַנען זיי דאָך, די הײַנטיקע רעגירונגס־לײַט, שוין דעמאָלט, קורץ פֿאַר דעם מאָרד, געשטאַנען אויף דער טעראַסע אויפֿן פּלאַץ פֿון דער "דאַווידקע" אין ירושלים און אויפֿגענומען די העצערישע "דעפֿילאַדע" מיטן "אָרון" פֿון אָסלאָ און מיטן בילד פֿון דעם פּרעמיער יצחק ראַבין אין אַ נאַצישן מונדיר און מיט דער אַראַבישער "קאַפֿיִע" אויפֿן קאָפּ.
קורץ נאָך אָט דער סימבאָלישער לוויה איז ראַבין דערמאָרדעט געוואָרן צוזאַמען מיטן שלום פֿון אָסלאָ.
זינט דעמאָלט איז אָנגעגאַנגען אַ סיסטעמאַטישע דעמאָניזאַציע פֿון דעם אָסלאָ־שלום און די וואָס האָבן געפֿירט דעם שלום־צוג זײַנען פֿאַרדאַמט געוואָרן, ווי "די פֿאַרברעכערס פֿון אָסלאָ". די העצערס, וואָס האָבן געשאַפֿן די אַטמאָספֿער פֿאַר דעם טאָפּלטן מאָרד, זײַנען געוואָרן די צדיקים, וואָס לאָזן הײַנט דעם שלום נישט קומען צו זיך. און אויף דעם אופֿן פֿאַרווירקלעכט ביבי נתניהו זײַן סטראַטעגיע פֿון ליקווידירן די דערגרייכונגען פֿון אָסלאָ דורך פֿאַרפֿרירן דעם סטאַטוס קוואָ, אָבער נישט די קריכנדיקע אַנעקסיע פֿון די אָקופּירטע פּאַלעסטינער טעריטאָריעס. מיט דער הילף פֿון זײַנע אומצאָליקע תּירוצים און באַוואָרענישן, אויסנוצנדיק די פֿעלערן פֿון דעם אַנדערן צד, רעאַליזירט ער די רעוויזיאָניסטישע אידעאָלאָגיע פֿון דער "ארץ ישׂראל השלמה". מיינענדיק, אַז די צײַט אַרבעט פֿאַר אונדז, איז ער ממשיך דעם אינטענסיוון בוי פֿון דער קאָלאָניזאַציע און באַנוצט זיך מיט דער דעמאָגראַפֿישער ענדערונג, ווי אַ מאָטיוו קעגן זײַן אייגענער פֿאַרפֿליכטונג וועגן "צוויי מדינות פֿאַר די צוויי פֿעלקער"; דערמיט וויל ער באַרעכטיקן זײַן אָפּזאָג־פּאָליטיק.
דער אָפּמאַך פֿון אָסלאָ איז געווען דער ערשטער ממשותדיקער שפּאַן אויפֿן שווערן, מיט מינען אויסגעלייגטן וועג, די ערשטע סטאַנציע אויף דער טראַסע פֿון דעם שלום־צוג. די הײַנטיקע רעגירער און זייערע אָנהענגער שילדערן יענע טעג, די "טעג פֿון אָסלאָ", מיט די סאַמע שוואַרצסטע פֿאַרבן; ווי אַ תּקופֿה פֿון דער שרעקלעכסטער אימה, וואָס האָט געברענגט, לויט זייער טענה, אַ גרויס אומגליק אויף דער מדינה. דער אמת איז אָבער אַ קאַפּויערדיקער און ער ווערט געפֿעלשט פֿאַר די יונגע דורות. אַוודאי איז דער שלום נישט געווען צום האַרצן די רעכטע אידעאָלאָגן, די אָנהענגער פֿון דער "ארץ ישׂראל השלימה", דעם גוש־אמונים. ער איז אָבער געווען צום האַרצן דעם פֿאָלק און צום גוטן פֿאַר דער מדינה און איר צוקונפֿט.
איך דערמאָן זיך די וווּנדערלעכע אַטמאָספֿער פֿון שלווה, די אייפֿאָריע, וואָס האָט זיך געשאַפֿן און האָט אויפֿגעוועקט די גוטע האָפֿענונגען מיטן אונטערשרײַבן דעם אָפּמאַך יענעם 13טן סעפּטעמבער 1993. נאָך יאָרן פֿון בלוטיקן טעראָר און פֿון ייִאוש איז געוואָרן ליכטיקער אויף דער נשמה. נישט נאָר אויף אונדזער זײַט. צום ערשטן מאָל האָבן ייִדן געקענט פֿרײַ אַרומגיין, אָן מורא, אויף די גאַסן פֿון די פּאַלעסטינער שטעט, וווּ די פּאַלעסטינער האָבן דעמאָנסטרירט מיט בלומען, און נישט מיט געווער. עס האָט זיך געשאַפֿן אַן אַטמאָספֿער פֿון נאַציאָנאַלער איבערבעטונג און פֿון עקאָנאָמישן אויפֿבלי. עס איז געפֿאַלן די אַרבעטלאָזיקייט און די רעגירונג האָט פּרעצעדענטלאָז פֿאַרגרעסערט דעם בודזשעט פֿאַר בילדונג און דערציִונג. די צײַטווײַליקע רעגירונג פֿון שמעון פּערעס, נאָך דעם ראַבין־מאָרד, האָט גענאָסן פֿון דער העכסטער פּאָפּולאַריטעט (הײַנט קלינגט עס אומגלייבלעך), און בעת די געגרייטע וואַלן צו דער כּנסת האָט פּערעס אין די פּובליק־טעסטן גענאָסן פֿון אַן איבערוואָג פֿון קרובֿ 20% איבער בנימין נתניהון, וועלכער האָט קאַנדידירט צום ערשטן מאָל אין די "פּרײַמעריס" און צו דער כּנסת ווי דער נײַער מנהיג פֿון "ליכּוד".
דאָס "לעצטע וואָרט" אין דעם פֿאַרמעסט צווישן פּערעסן און נתניהון האָט אָבער געהאַט דער פֿונדאַמענטאַליסטישער טעראָר, בראָש מיטן "כאַמאַס", וועלכער האָט זיך קעגנגעשטעלט די אָפּמאַכן פֿון אָסלאָ און דעם שלום בכלל. אין דעם יאָר, ערבֿ די וואַלן צו דער כּנסת אין ישׂראל, איז אויסגעבראָכן אַ כוואַליע פֿון מאַסיווע זעלבסטמערדערישע טעראָר־אַקטן, וואָס האָבן פֿאַרשטאַרקט די נאַציאָנאַליסטישע שטימונגען אין לאַנד און די אונטערשטיצונג פֿאַר דעם רעכטן לאַגער. די טעראָר־אַקטן אין אויטאָבוס נומ’ 18 אין פֿעברואַר 1996, אין ירושלים, און דעם 4טן מערץ אינעם דיזענגאָף-צענטער, אין תּל־אָבֿיבֿ; ווי אויך, פֿון דער אַנדערער זײַט, דאָס פֿאַרפּלאָנטערן זיך אין דער אָפּעראַציע "טרויבן פֿון צאָרן" אין דאָרף קאַנאַ אין לבֿנון, וווּ אַ ישׂראלדיקער קאַנאָן האָט על־פּי טעות באָמבאַרדירט אַ פּליטים־לאַגער פֿון דער "יו־ען", דערהרגענדיק איבער 100 נפֿשות, און אַן ענלעכע צאָל פֿאַרוווּנדעט.
אין דעם "זכות" האָט די "עבֿודה" בראָש מיט פּערעסן פֿאַרלוירן די שטימען פֿון דער אָראַבישער באַפֿעלקערונג אין לאַנד און אַזוי אויך פֿאַרלוירן די וואַלן צו ביבי נתניהו, כאָטש מיט אַ נעבעכדיקן אונטערשיד פֿון בערך 300 שטימען...
נתניהו האָט דעמאָלט צוגעזאָגט גרויסע גליקן די אײַנוווינער פֿון ישׂראל און גרויסע פּשרות די פּאַלעסטינער אונטערן דרוק פֿון דעם אַמעריקאַנישן אַפּוטרופּוס. באַזײַטיקט פֿון דער מאַכט נאָך אַ קורצער קאַדענץ האָבן אים גראָד די רעכטע פּאַרטייען, ווײַל ער האָט נישט דערפֿילט זייערע דערוואַרטונגען.
איצט שטייט נתניהו פֿאַר אַ נײַער היסטאָרישער אַנטשיידונג קעגנאיבער דעם באַשלוס פֿון דער פּאַלעסטינער אויטאָריטעט צו ברענגען צו דער אָפּשטימונג אין דער "יו־ען" דאָס פּראָקלאַמירן די פּאַלעסטינער מדינה, נאָך דעם ווי די פּרוּוון פֿון אַ פֿרידלעכער פֿאַרשטענדיקונג האָבן ביז איצט קיין פֿרוכטן נישט געגעבן. נאָכן פֿאַרטאַכליעווען צוויי און אַ האַלב יאָר פֿון זײַן פּאָליטישער ענערגיע אויף צו פֿאַרצוימען דעם וועג צום שלום, פֿליט ער איצט קיין ניו־יאָרק "אַרויסצוברענגען דעם פֿולן אמת", ווי ער האָט זיך אויסגעדריקט, פֿאַר די פֿאַראייניקטע פֿעלקער, און צו פֿאַרמײַדן דאָס אומפֿאַרמײַדלעכע, וואָס גראָד אין דעם איז ער מצליח.
ליידער, קענען מיר נישט איבעריאָגן דעם היסטאָרישן זייגער, ווײַל מיר מוזן אַרויסשיקן דעם אַרטיקל איידער מיר וועלן וויסן די רעזולטאַטן פֿון איינעם פֿון די דראַמאַטישסטע סעפּטעמבערס אין דער געשיכטע פֿון דער מדינה. נישט ווייניקער דראַמאַטיש, ווי עס איז געווען דער חודש סעפּטעמבער מיט 18 יאָר צוריק, פֿון וועלכן עס איז געוואָרן אויסגעמעקט דער היסטאָרישער אָפּמאַך פֿון אָסלאָ.


תּל־אָבֿיבֿ, סעפּטעמבער 20, 2011