פֿונעם אייביקן קוואַל

די הײַנטיקע וואָך לייענען מיר אַ טאָפּלטע סדרה, וואָס באַשטייט פֿון צוויי פּרשיות: "נצבֿים" און "וילך"
אין דער ערשטער פּרשה ווערט דערציילט, ווי משה רבינו האָט פֿאַרזאַמלט דאָס גאַנצע ייִדישע פֿאָלק און געזאָגט: "אַתּם נצבֿים היום כּולכם" — איר שטייט הײַנט אַלע פֿאַרן אייבערשטן: זקנים און קינדער, מענער און פֿרויען, אײַנגעבוירענע ייִדן און גרים, פֿון די גרעסטע מנהיגים ביז האָלצהעקער און וואַסערשעפּער. די דאָזיקע פֿאַרזאַמלונג איז פֿאָרגעקומען אין אַן אָרט, וואָס הייסט ערבֿות-מואבֿ. די חז״ל דערקלערן, אַז דער נאָמען פֿונעם דאָזיקן אָרט איז מרמז אויף דעם ענין פֿון "ערבֿות" — דאָס קעגנזײַטיקע אַחריות, וואָס יעדער ייִד טראָגט פֿאַרן צווייטן.
על־פּי־קבלה, ברענגט יעדער שבת אַ גײַסטיקע השפּעה פֿאַר דער גאַנצער קומענדיקער וואָך, און טראָגט אין זיך דעם קערן פֿון אַלע ענינים, וואָס קומען פֿאָר במשך פֿון די קומענדיקע זעקס טעג. די ענינים, וועלכע ווערן באַטראַכט אין די וואָכעדיקע סדרות, האָבן אַ שײַכות צו דער צײַט, ווען זיי ווערן געלייענט.
אין די חסידישע ספֿרים ווערט טאַקע דערקלערט, אַז די פּרשה "נצבֿים" איז פֿאַרבונדן מיט דעם קומענדיקן יום־טובֿ, ראָש־השנה — דער טאָג, ווען ס׳איז באַשאַפֿן געוואָרן אָדם־הראשון, ווי עס דערקלערן אונדזערע חכמים. יעדער מאָל, ווען די תּורה גיט צו ספּעציעל, אַז עפּעס אַ מעשׂה איז געשען "היום" — "הײַנט" אָדער, בוכשטעבלעך, "דעם טאָג" — איז זי מרמז אויף דעם הייליקן טאָג, ווען עס הייבט זיך אָן דאָס נײַע יאָר, לויטן ייִדישן לוח.
צוליב דעם, וואָס דער מענטש איז דאָס תּמצית פֿון דער גאָרער וועלט, איז ראָש־השנה אַ סימבאָלישער און מיסטישער אָנהייב פֿון דער גאַנצער מעשׂה־בראשית. אַזוי ווי שבת איז משפּיע אויף דער קומענדיקער וואָך, ווערט במשך פֿון די ימים־נוראָים באַשלאָסן בשמים דער גאַנג פֿונעם גאַנצן קומענדיקן יאָר. אָדם איז באַשאַפֿן געוואָרן אויפֿן זעקסטן טאָג; עס באַקומט זיך, אַז דער ערשטער טאָג פֿונעם וועלט־באַשאַף איז דער הײַנטיקער שבת — דער 24טעג טאָג אינעם חודש אלול. מע קאָן זאָגן, אַז די באַנײַונג פֿון דער וועלט הייבט זיך אָן שוין איצט, ווען מיר לייענען די פּרשה "נצבֿים", און וועט בײַ ראָש־השנה דערגרייכן דעם הויכפּונקט.
משה רבינו האָט פֿאַרזאַמלט אַלע ייִדן, און האָט זיי געזאָגט, אַז "הײַנט", אַ געוויסן ספּעציעלן טאָג, קומען זיי אַלע צוזאַמען, פֿון די גרעסטע חכמים ביז די סאַמע פּראָסטע עם־הארצים, כּדי אויסצולערנען דעם ענין פֿון ערבֿות. מע זעט טאַקע, אַז דווקא אין די ימים־נוראים קומען אַלע מינים ייִדן, פֿון פֿרומע און געבילדעטע תּלמידי־חכמים ביז אינגאַנצן אַסימילירטע, צו דאַוונען צוזאַמען אין שיל. דער ענין פֿון אַחדות אין גלײַכקייט ווערט דערמאָנט אינעם מחזור: "שוה ומשוה קטון וגדול" — אַלע מענטשן, קליינע און גרויסע, זענען גלײַך פֿאַרן באַשעפֿער.
אין דער צײַט, ווי די ייִדן האָבן מקבל געווען די תּורה, זענען זיי געווען אַרומגערינגלט מיט פֿאַרדאָרבענע מענטשן, וועלכע האָבן אָפּגעוואָרפֿן אַלע יסודות פֿון מאָראַלישקייט, און פֿלעגן אומברענגען אייגענע קינדער לשם עבֿודה־זרה. פֿאַרשטייט זיך, אַז אין אַזאַ סבֿיבֿה האָבן בלויז די ייִדן געקאָנט אויסלערנען ווי געהעריק דעם ענין פֿון אַחדות. אין דער אמתן, ווי עס שטייט געשריבן אינעם "ספֿר־חסידים" און די שפּעטערדיקע ספֿרים, מוז זײַן אַחדות און ערבֿות צווישן אַלע מענטשן אין דער וועלט.
די מקובלים דערקלערן, אַז דער אָריגינעלער אָדם־הראשון האָט אין זיך כּולל געווען אַלע מענטשלעכע נשמות, אַרײַנגערעכנט דעם הײַנטיקן דור, הגם נאָך זײַן חטא האָט זײַן נשמה זיך צעשפּליטערט און ער איז פֿאַרוואַנדלט געוואָרן אין אַ געוויינטלעכן בשׂר־ודם. מע קאָן זאָגן, אַז דורך דעם דאַוונען צוזאַמען אין שיל שטרעבן מיר צונויפֿצושטעלן צוריק אָדמס צעפֿאַלענע נשמה, צו דערגרייכן ווידער דאָס אינערלעכע אַחדות פֿון דער מענטשהייט — הגם מיר טוען עס במשך פֿון די ימים־נוראים אויף אונדזער אייגענעם, ספּעציפֿיש־ייִדישן שטייגער.
בקיצור, האָט משה רבינו פֿאַרזאַמלט אַלע ייִדן און דערקלערט: "שטייט און לערנט אָפּ דעם איצטיקן ספּעציעלן טאָג, אַז די קעגנזײַטיקע הילף און אַחדות איז אַ גרויסע מיצווה, וואָס ברענגט דעם תּיקון אין דער וועלט, צונויפֿבינדנדיק צוריק די צעשפּאָלטענע נשמה פֿונעם מענטש.
אין דער צווייטער פּרשה פֿון דער הײַנטיקער טאָפּלטער סדרה גייט אויך אַ רייד וועגן אַן אַלגעמיינער פֿאַרזאַמלונג. דעם לעצטן טאָג פֿון זײַן לעבן, האָט משה געמאָלדן, אַז ער איז שוין הונדערט און צוואָנציק יאָר אַלט און וועט באַלד שטאַרבן, דערפֿאַר גיט ער איבער זײַן מנהיג־ראָלע צו זײַן תּלמיד, יהושע בן-נון. ווײַטער זאָגט אונדז די תּורה אָן, אַז יעדע זיבן יאָר, האָבן אַלע ייִדן געזאָלט זיך פֿאַרזאַמלען אינעם בית־המיקדש, וווּ דער מלך פֿלעגט פֿאָרלייענען געוויסע פֿראַגמענטן פֿון דער תּורה, כּדי אַרײַנצוברענגען דאָס געפֿיל פֿון גײַסטיקן אַחדות אינעם פֿאָלק.
ממילא, ווי באַלד די דאָזיקע פּרשה ווערט געלייענט דעם הײַנטיקן שבת, איז זי אויך מרמז אויף די דערמאָנטע ראָש־השנהדיקע ענינים. ס׳איז אינטערעסאַנט אָבער, אַז זי טראָגט אַ נאָמען, וואָס קלינגט ווי אַ גאַנצער היפּוך פֿון "נצבֿים". "וילך משה" — און משה רבינו איז געגאַנגען צו דרשענען זײַן לעצטע דרשה אינעם טאָג, ווען זײַן נשמה האָט פֿאַרלאָזט די מאַטעריעלע וועלט.
ס׳איז אינטערעסאַנט, אַז דער נאָמען פֿון דער ערשטער פּרשה, וווּ עס גייט אַ רייד וועגן דעם "לעבעדיקן" ענין פֿון אַחדות און אַחריות, הייסט "איר שטייט", און די צווייטע, וווּ עס גייט אַ רייד וועגן משהס לעצטן טאָג, הייסט "ער איז געגאַנגען". געוויינטלעך, ווערט דער ווערב "גיין" אַסאָציִיִרט מיטן לעבן, און דער ווערב "שטיין" — מיטן טויט. אַן אַנדער אינטערעסאַנטער חילוק באַשטייט אין דעם, וואָס די צווייטע פּרשה שטעלט דעם אַקצענט אויף יחידים און מנהיגים: משה רבינו, יהושע בן־נון און די מלכים.
מיט אַ פּאָר וואָכן צוריק, אין דער פּרשה "ראה", האָבן מיר געשמועסט וועגן דער גרויסער ווערט פֿון אַהבֿת־הבריות. די ליבשאַפֿט און אַחדות צווישן מענטשן איז דער יסוד פֿון דער גאַנצער תּורה, און אַלע אַנדערע מיצוות זענען בלויז פֿאַרשיידענע אינסטרומענטן, וואָס העלפֿן אָנצוקומען צו דעם דאָזיקן יסוד. אַפֿילו אַזעלכע ריין־רוחניותדיקע מיצוות, ווי אַהבֿת־השם און יראת־השם, זענען טיף פֿאַרבונדן מיט דער מיצווה "ואהבֿת לרעך כּמוך". די מענטשלעכע נשמה איז די העכסטע ג־טלעכע אַנטפּלעקונג אין עולם־הזה, וואָס טראָגט אין זיך אַלע וועלטן און איז בעצם ממש איין זאַך מיטן רבונו־של־עולם. ווען מע זעט אין אַ צווייטן מענטש אַ שטיקל ג־טלעכקייט, האָט מען ממילא ליב דעם אייבערשטן.
אַ מאַסע מענטשן, וואָס לעבט באַחדות, אָבער אָנערקענט נישט די מעלות פֿון יעדן יחיד, שטייט באמת אויפֿן אָרט. און פֿאַרקערט: אַ מאַסע מענטשן, וואָס הערט זיך צו צו די יחידים, איז לעבעדיק, כּל־זמן די ראָלע פֿון די יחידים ווערט נישט פֿאַרגליווערט. דערפֿאַר, דווקא ווען משה האָט איבערגעגעבן זײַן ראָלע צו יהושע, אַסאָציִיִרט עס די תּורה מיטן גאַנג. כּדי די וועלט זאָל דערגרייכן דעם גאולה־תּיקון, מוזן די מענטשן זיך אויסלערנען אָפּצושאַצן סײַ די מעלות פֿון יעדן יחיד, סײַ די מעלה פֿון ברידערלעכקייט, אַחדות און ערבֿות.