געזעלשאַפֿט

תּשליך בײַם ברעג ים, תּל־אָבֿיבֿ
תּשליך בײַם ברעג ים, תּל־אָבֿיבֿ
Credit: Getty Images

מיר זענען שוין אין די לעצטע טעג פֿון חודש אלול תּשע״א. במשך דעם חודש האָבן ייִדן אומעטום, באַזונדערס אין ירושלים עיר־הקודש, אָנגעהויבן זיך מכין זײַן צו באַגעגענען די ימים־נוראָים, די פֿאָרכטיקע טעג. אין דעם ייִדישן פֿאָלקלאָר פֿלעגט מען זאָגן, אַז "ווען עס קומט אָן דער חודש אלול, ציטערן אַפֿילו די פֿיש אין וואַסער..."
אין די בתּי־מדרשים, אין די שטיבלעך פֿון מאה־שערים, גאולה און אַנדערע שכונות אין ירושלים, האָבן ייִדן געדאַוונט אין די דאָזיקע טעג מיט מער כּוונה ווי אין די אַנדערע טעג פֿון דעם יאָר.
מען האָּט "געזאָגט" סליחות און געבלאָזן שופֿר אין די שחרית־מנינים פֿון די ספֿרדישע קהילות. די אַשכּנזישע מנינים האָּבן זיך באַנוגנט מיט זאָגן סליחות און בלאָזן שופֿר, נאָר אין דער לעצטער וואָך פֿון חודש — פֿאַר ראָש־השנה.
במשך דעם חודש אלול האָבן ייִדן זיך באַמיט צו טאָן מעשׂים־טובֿים "בין אָדם לחבֿרו", כּדי צו באַווײַזן זיך אין דעם יום־הדין מיט וואָס מער מיצוות, און זיך אויסבעטן בײַ דעם רבונו־של־עולם, פֿאַר זיך, פֿאַר דער משפּחה און פֿאַר כּלל־ישׂראל, אַ גוטן, געזונטן און גליקלעכן יאָר.
די ימים־נוראָים זענען טעג פֿון "תּשובֿה, תּפֿילה וצדקה המעבֿירין את רוע־הגזרה" פֿאַר יעדן איינעם פֿון אונדז...
אין קעגנזאַץ צו אונדז, פֿײַערן די אומות־העולם דעם אָנקום פֿון זייער נײַעם יאָר מיט הוליאַנקעס, טענץ און שׂיכּרות. מיר מערקן אָפּ אונדזער נײַעם יאָר מיט אַן ערנסטן חשבון־הנפֿש, מיט אַ "קול־דממה דקה", מיט בעטן סליחה־ומחילה פֿון די זינד, וואָס מיר זענען באַגאַנגען אין דעם פֿאַרגאַנגענעם יאָר...
אַפֿילו ייִדן "פֿון אַ גאַנץ יאָר", אָפּגעפֿרעמדטע פֿון רעליגיעזן ריטואַל, וועלכע טרעטן ניט אַרײַן אין אַ שיל, די אַזוי־גערופֿענע "וועלטלעכע", "סעקולערע" ווערן באַווירקט פֿון דער ימים־נוראָים־שטימונג, וואָס הערשט אין די ייִדישע היימען, אין דער ייִדישער גאַס און סבֿיבֿה.
זיי ווערן אינספּירירט פֿון דעם טיפֿן, אינערלעכן געמיט, אַז אין די טעג פֿון ראָש־השנה און יום־כּיפּור דאַרפֿן זיי אָפּגעבן אַ דין־וחשבון, מאַכן אַ חשבון־הנפֿש, אויב ניט פֿאַרן רבונו־של־עולם, איז כאָטש פֿאַר זיך אַליין, פֿאַר דער משפּחה. ער דאַרף זיך סאָלידאַריזירן מיט כּלל־ישׂראל, ער דאַרף זײַן אין שיל יום־כּיפּור, צו הערן כּל־נדרי בעת דער חזן, דער שליח־ציבור, רופֿט אויס קלאָר און דײַטלעך די דעקלאַראַציע:
"על־דעת הקהל אָנו מתירין להתפּלל עם העבֿרינים!" — מיט דער צושטימונג פֿון דער געמיינדע, דערלויבן מיר זיך מתפּלל צו זײַן מיט די זינדיקע, מיט די פֿאַרברעכער...

* * *

הײַיאָר פֿאַלט אויס ראָש־השנה דאָנערשטיק און פֿרײַטיק און אין צוגאָב קומט אויך אָן דער שבת, וועלן ייִדן האָבן גאַנצע דרײַ טעג פֿון דאַווענען און עסן יום־טובֿדיק...
עס זענען צווישן אונדז אויך דאָ אַזעלכע, וועלכע גייען ניט דאַווענען אין שיל אין די דאָזיקע טעג. זיי פֿאַרברענגען אין פֿאַרשיידענע פּאַרקן־וועלדער, אָדער פֿליִען אַוועק אין די מרחקים קיין אויסלאַנד. טויזנטער פֿון זיי באַלאַגערן ערבֿ די ימים־נוראָים דעם לופֿטפֿעלד אין לוד צו כאַפּן אַן עראָפּלאַן, און אָנקומען באַצײַטנס אין די נאָענטע, פּאָפּולערע רעזאָרט־פּלעצער, ווי ציפּערן, ראָדאָס אין גריכנלאַנד און אַנדערע פֿרײַנדלעכע לענדער. צוליב די לעצטנס אָנגעשטרענגטע באַציִונגען צווישן טערקײַ און ישׂראל וועט אַ גרויסע צאָל ישׂראלים אויסמײַדן טערקײַ, וווּ מען פֿלעגט פֿריִער, אין די "גוטע צײַטן" הנאה האָבן פֿון דער טערקישער נאַטור, זייערע געשמאַקע מאכלים און וואַרעמער גאַסט־פֿרײַנדלעכקייט.
לעצטנס איז זייער פּרעמיער־מיניסטער ערדואַן אַרויס מיט זײַנע אַנטיסעמיטישע דערקלערונגען, אַנטי־ישׂראל־אָנקלאַגעס קעגן דער ייִדישער מדינה, וואָס דערמאָנט אונדזערע גוט־באַקאַנטע שׂונאי־ישׂראל פֿון דער ניט־ווײַטער פֿאַרגאַנגענהײַט, און פֿון דער הײַנטיקער צײַט...
די מערסטע ישׂראלים וועלן אים הײַיאָר "אָפּטאָן אויף טערקיש" און פֿאַרברענגען זייערע וואַקאַציעס און אורלויבן אין אַנדערע, פֿרײַנדלעכע לענדער אויף דער וועלט... זאָל ער זיך "דערוואַרגן" מיט זײַנע טערקישע מאכלים און מיט זײַן טערקישער שיינער
נאַטור!...

* * *

מיר האָפֿן, אַז ווי אין די פֿריִערדיקע יאָרן, וועלן אויך הײַיאָר אָנקומען אויף די יום־טובֿים — ראָש־השנה, יום־כּיפּור און סוכּות, טויזנטער און טויזנטער טוריסטן קיין ישׂראל, ניט געקוקט אויף דער אָנגעשטרענגטער און שפּאַנענדיקער פּאָליטישער און זיכערהייט־לאַגע.
מיר ווילן אויך האָפֿן, אַז מיר וועלן איבערקומען בשלום דעם 20סטן סעפּטעמבער, ווען אַבו מאַזען וועט דערשײַנען אין דער "יו־ען" און פֿאָדערן, אַז מען זאָל אָנערקענען די פּאַלעסטינער שטחים ווי אַ לעגיטימע מדינה און אַן אָרט אין די אינסטאַנצן פֿון דער "פֿאַראייניקטער פֿעלקער־אָרגאַניזאַציע", מיט אַלע רעכט, אַזוי ווי עס האָבן די אַנדערע מדינות פֿון דער וועלט.
אין צוזאַמענהאַנג מיט דעם, דערוואַרט מען אין ישׂראל שווערע וואָכן און חדשים. סײַ די מיליטערישע כּוחות פֿון צה"ל, סײַ די ישׂראל־פּאָליציי, שטייען אויף דער וואַך מיט פֿאַרשיידענע מיטלען צו קאָנטראָלירן מעגלעכע דעמאָנסטראַציעס און אַפֿילו געוויסע טעראָר־אַקטן מצד דער אַראַבישער באַפֿעלקערונג, וואָס וועלן אָפּשרעקן די טוריסטן און געסט צו קומען קיין ישׂראל אין די איצטיקע אָנגעשטרענגטע טעג.

* * *

דער מצבֿ פֿון די אָרעמע, נויט־באַדערפֿטיקע, איינזאַמע און היימלאָזע אין לאַנד, האָּט זיך אין דעם פֿאַרגאַנגענעם יאָר ניט פֿאַרבעסערט, נאָר פֿאַרקערט נאָך מער פֿאַרערגערט.
דאָס איז טאַקע אויך געקומען צום אויסדרוק אין די דעמאָנסטראַציעס פֿון די טויזנטער און טויזנטער יוגנטלעכע און סטודענטן אין די פּראָטעסט־געצעלטן איבערן גאַנצן לאַנד מיט זייערע לאָזונגען "צדק חבֿרתי" — סאָציאַלע גערעכטיקייט, פֿאַר די עקאָנאָמיש־נידעריקע שיכטן פֿון דער ישׂראל־באַפֿעלקערונג.
איצט זענען די געצעלטן צוריק פֿאַרפּאַקט געוואָרן פֿרײַוויליק, אָדער ווען אַלע אינסטאַנצן אין די שטעט און שטעטלעך האָבן געפֿאָדערט מען זאָל זיי באַזײַטיקן פֿון ראָטשילד־בולוואַר אין תּל־אָבֿיבֿ, פֿון די גאַסן אין באר־שבֿע, לוד, נתניה, חיפֿה און אַנדערע מקומות איבערן לאַנד.
עפּעס האָט זיך יאָ גערירט אין די פֿאַרשיידענע רעגירונגס־אינסטיטוציעס אַנטקעגנצוקומען די פֿאָדערונגען פֿון די וואָכן־לאַנגע דעמאָנסטראַציעס און שטרײַקן. מען דערוואַרט צו הערן זייערע רעפֿאָרמען און פּלענער, צו פֿאַרבעסערן דעם מצבֿ פֿון די נויט־באַדערפֿטיקע, אין רעזולטאַט פֿון די דאָזיקע דערשײַנונגען וואָס זענען באַצייכנט געוואָרן אין דער פּרעסע און מעדיאַ אין ישׂראל, ווי וויכטיקע סאָציאַלע געשעענישן, צום ערשטן מאָל אין דער געשיכטע פֿון דער ייִדישער מדינה.
די סאָציאַלע און וווילטעטיקע אינסטיטוציעס אין לאַנד און פֿאַרשיידענע אַנדערע גרופּעס טוען אַלץ וואָס עס איז נאָר מעגלעך, צו העלפֿן די נויט־באַדערפֿטיקע ערבֿ די ימים־נוראָים.
אין די וואָכעדיקע טעג קומען אַ סך פֿון זיי אין די פֿאַרשיידענע גאָרקיכן צו באַקומען אַ וואַרעמען מאָלצײַט, אָבער ווען עס קומען אָן די יום־טובֿדיקע טעג, באַמיִען זיי זיך צו געבן דעם באַדערפֿטיקן איינזאַמען מענטשן עטוואָס מער ווי אַ מאָלצײַט. מען זוכט משפּחות וואָס זענען גרייט צו אַדאָפּטירן אַן איינזאַמען, אָדער מער ווי איינעם, וואָס קענען געבן, ניט נאָר אַ וואַרעמען מאָלצײַט, נאָר אויך דעם געפֿיל פֿון זײַן אין אַ היימישער אַטמאָספֿער אין די יום־טובֿדיקע טעג, כּדי צו פֿאַרטרײַבן די איינזאַמקייט און עלנטקייט.
זיי אַפּעלירן אויך מען זאָל בײַשטײַערן אַ געוויסע סומע געלט אויף אײַנצוקויפֿן אַ "סל חגיגי" — אַ יום־טובֿדדיקן קויש מיט די נייטיקע פּראָדוקטן פֿאַר די וועלכע קומען פֿײַערן דעם יום־טובֿ אין זייערע בידנע היימען.
אין אַלגעמיין ווערט דער דאָזיקער רוף אויפֿגענומען אין לאַנד גאַנץ ברייט און פּאָזיטיוו פֿון פּריוואַטע נאָבעלע, גוטהאַרציקע מענטשן און אויך פֿון מושבֿים און קיבוצים.
לעצטן יאָר האָבן געוויסע נויט־באַדערפֿטיקע דערציילט פֿאַר דער פּרעסע, אַז ווען ניט די אײַנלאַדונגען ווי אורחים אויף יום־טובֿ, אָדער אָן דעם קויש מיט פּראָדוקטן, וואָס זיי האָבן באַקומען, וואָלטן זיי געבליבן עלנט און הונגעריק, אַזוי ווי אין די וואָכעדיקע טעג.
פֿאַר די מערסטע פֿון זיי איז די דאָזיקע הילף געווען איינע פֿון די פֿריידיקסטע און גליקלעכסטע טעג פֿון יאָר.
איך ווינטש אַלע אונדזערע לייענער און מיטאַרבעטער פֿון "פֿאָרווערטס", אַלעמען אין
ישׂראל און אין די תּפֿוצות אַ

כּתיבֿה וחתימה טובֿה.

זאָל עס זײַן פֿאַר אונדז אַלעמען אַ יאָר פֿון רו און שלום אין מדינת־ישׂראל און אין דער גאָרער וועלט.


שנה טובֿה ומבֿורכת מירושלים לכולם!
אײַער,
מרדכי דוניץ


ירושלים, דעם 22סטן סעפּטעמבער 2011
כ״ג אלול תּשע״א