נאַצי־באַאַמטע בײַ דער אויסשטעלונג "דער נס פֿונעם לעבן" אינעם "דײַטשן היגיענע־מוזיי", 1935 |
Credit: National Archives and Records Administration |
"אַ לעבן אָן ווערט", "אַן איבעריק לעבן", "אַ פּוסטע כּלי" — מיט אַזוינע אויסדרוקן פֿלעגן די דײַטשע דאָקטוירים, וויסנשאַפֿטלער און פּאָליטיקער, וועלכע האָבן געהאָלפֿן בויען די נאַצי־פּראָגראַם פֿון שאַפֿן אַ מײַסטער־ראַסע, באַשריבן די גײַסטיק־קראַנקע און מענטשן מיט פֿיזישיע פֿעלערן. די באַציִונג האָבן זיי אין גיכן אַריבערגעטראָגן צו די ייִדן און ציגײַנער, וועלכע זענען באַשולדיקט געוואָרן אין זײַן שעדלעך פֿאַר דער וועלט.
די וואָך האָט זיך געעפֿנט אַן אויפֿרטייסלנדיקע אויסשטעלונג — "טייטלעכע מעדיצין — דאָס שאַפֿן די מײַסטער־ראַסע" אינעם ניו־יאָרקער "מוזיי פֿון ייִדישער ירושה", מכּוח דער געשיכטע פֿון דער דאָזיקער "וויסנשאַפֿט", וואָס האָט דערפֿירט צו דער באַציִונג. די נאַצישע "וויסנשאַפֿט" איז געווען געבויט אויפֿן נײַעם פֿעלד פֿון "יוגעניק", אַ וואָרט וואָס מיינט "אַ גוטער געבורט" און איז צום ערשטן מאָל געניצט געוואָרן אין 1883.
אויב מע וויל, קען מען אין אַלץ באַשולדיקן טשאַרלז דאַרווינען און זײַנע שריפֿטן פֿונעם 19טן יאָרהונדערט. פֿון זײַן געדאַנק — "דער נאַטירלעכער אויסקלײַב", אָדער אַנדערש פֿאָרמולירט "די שטאַרקסטע בלײַבן לעבן", האָט זיך אָנגעהויבן אַ קייט פֿון געדאַנקען און טעאָריעס, וואָס איז געוואָרן געשלייערט מיטן נאָמען "יוגעניק". אָבער מער קלאָר איז דער נאָמען — "ראַסן־היגיענע". "יוגעניק" איז געוואָרן פּאָפּולער אין גאַנץ מערבֿ־אייראָפּע, ווי אויך אין אַמעריקע. דער לעגענדאַרע ריכטער אָליווער ווענדל האָלמס האָט אין 1927 געהאַלטן, אַז מע מעג פֿאַרמאַכן די פֿאַרמער־אָרגאַנען פֿון אַ פֿרוי וואָס איז גײַסטיק און פֿיזיש קראַנק. ער האָט געשריבן:
"דער פּרינציפּ וואָס ליגט אונטער אָבליגאַטאָרישע וואַקצינען, איז גענוג ברייט צו דעקן דאָס אָפּבינדן פֿון די אייטרײַבלעך [Fallopian tubes]. דרײַ דורות פֿון אידיאָטן איז גענוג".
פּלאַקאַט פֿון דער "אינטערנאַציאָנאַלער היגיענע־אויסשטעלונג", דרעזדען, דײַטשלאַנד, 1911 |
Credit: Deutsches Historisches Museum, Berlin |
נאָך דער ערשטער וועלט־מלחמה האָבן לענדער געליטן פֿון גרויסע עקאָנאָמישע קריזיסן, און מע האָט געטראַכט, ווי צו שפּאָרן די רעסורסן פֿון דער מדינה. פֿאַר וואָס זאָל די געזונטע, "פּראָדוקטיווע" באַפֿעלקערונג אויסהאַלטן די "אומפּאַסיקע" מענטשן אין דער געזעלשאַפֿט, וואָס פּטרן אומזיסט דאָס מלוכה־עשירות. אין אַ סך לענדער ווי שווייץ, דענמאַרק, און אַמעריקע, האָט מען אָנגעהויבן דורכפֿירן געזעצן אין דעם גײַסט, אָבער אין קיין שום לאַנד איז מען אַזוי ווײַט נישט דערגאַנגען ווי אין דײַטשלאַנד.
נאָך דער וועלט־מלחמה, אין וועלכער צוויי מיליאָן דײַטשע מענער זענען אומגעקומען, האָט דײַטשלאַנד זיך געזאָרגט וועגן דער קליינער צאָל נײַ־געבוירענע קינדער. מע האָט געוואָרנט, אַז אויב מע האָט נישט מער קינדער, וועט דאָס דײַטשע פֿאָלק אויפֿהערן צו עקסיסטירן. אָבער די קינדער וואָלטן געדאַרפֿט זײַן ביאָגאָליש אויף א הויכער מדגרה. די געדאַנקען פֿון "ראַסן־היגיענע" זענען געוואָרן אַ טייל פֿון דער פּאָליטיק און בילדונג; טעמעס פֿאַר געזונט־ און וויסנשאַפֿטלעכע פֿאָרש־אַרבעטן. מע האָט געפֿאָרשט, צי די גענען וואָס אַ מענטש האָט געירשנט, זענען שולדיק אין שאַפֿן אַ קרימינאַל־עלעמענט, אָדער אַ גײַסטיק קראַנקן, אָדער אַ מענטש וואָס לײַדט פֿון טובערקולאָז און ראַק.
סטודענטן בײַ דער "בערלינער שול פֿאַר בלינדע" באַקוקן מאָדעלן פֿון קעפּ פֿון פֿאַרשיידענע ראַסן |
Credit: Blinden-Museum an der Johann-August-Zeune-Schule fur Blinde, Berlin |
אין 1927 האָט דער דײַטשער גענעטיקער אָטמאַר וואָן פֿערשוער רעקאָמאָנדירט צו סטעריליזירן די מענטשן וואָס זענען "גײַסטיק און מאָראַליש אונטערנאָרמאַל". די נאַצי־פּאַרטיי האָט אַרײַנגענומען די יוגעניק־געדאַנקען אין איר פּאָליטיק אָנהייבנדיק פֿון די 1920ער יאָרן. די קאַטוילישע פֿירער אין דײַטשלאַנד האָבן אַוודאי געשטיצט וואָס מער קינדער אין דער משפּחה, אָבער דער געדאַנק צו ניצן די לאַבאָראַטאָריע צו פּראָדוצירן "אייבערמענטשן" האָבן זיי נישט געקענט אָננעמען. די אויסשטעלונג דערמאָנט זייער פּראָטעסט אין די 1930ער יאָרן, ווען די מעטאָדן צו פּראָדוצירן אייבערמענטשן איז געוואָרן אַלץ מער עקסטרעם, אָבער גיט נאָר איין משל — די קעגנערשאַפֿט פֿון איין גלח. וואָס שטאַרקער היטלער איז געוואָרן, אַלץ ווייניקער האָט זיך געהערט די קאַטוילישע קירכע.
ביאָלאָגישע טעאָריע איז געוואָרן אַן אינטעגראַלער טייל פֿון נאַציזם. "מיר הייבן נישט אָן מיטן יחיד, און מיר האַלטן נישט, אַז מיר זענען מחויבֿ צו האָדעווען די הונגעריקע, געבן צו טרינקען די דאָרשטיקע, באַקליידן די נאַקעטע. מיר האָבן אַנדערע צילן, און מיר מוזן האָבן אַ געזונט פֿאָלק כּדי צו האָבן די אייבערהאַנט אין דער וועלט", האָט געזאָגט דזשאָזעף געבעלס, דער נאַצי־מיניסטער פֿון פּראָפּאָגאַנדע אין 1938. די "געזונטע" "נאָרדישע ראַסע" איז געוואָרן דער אידעאַל פֿאַר דער "נאַצי"־פּאַרטיי; בעת היטלערס דיקטאַטור האָט מען, צו ערשט, פֿאַרשטומט דעם שטיצער פֿונעם רעכט פֿאַרן יחיד, און דערנאָך אַטאַקירט די ייִדן, די "פֿרעמדע" אין לאַנד, און זיי אַרויסגעטריבן פֿון די אוניווערסיטעטן, שפּיטאָלן און וויסנשאַפֿטלעכע אינסטיטוטציעס.
אינעם געזונט־האַנטביכל "דאָס דײַטשע גאָלד" (1942) האָט מען געוואָרנט, אַז מאַמעס מוזן אויסמײַדן אַלקאָהאָל און ניקאָטין ווען זיי טראָגן און זייגן, כּדי צו האָבן געזונטע קינדער פֿאַרן "דריטן רײַך". |
Credit: United States Holocaust Memorial Museum |
לויטן געזעץ פֿון 1933, האָבן נײַן קרענק באַרעכטיקט סטעריליזאַציע, צווישן זיי: סכיזאָפֿרעניע, דעפּרעסיע, עפּילעפּסיע און אַפֿילו כראָנישער אַלקאָהאָליזם. אין 1935 האָט מען גוטגעהייסן דאָס געזעץ, וואָס האָט פֿאַרווערט געמישטע חתונות צווישן די "פֿרעמדע" און די דײַטשן. די האָמאָסעקסואַליסטן האָט מען איצט וואָס מער גערודפֿט, ווײַל זיי האָבן דאָך געשטערט צו אַ וואַקסנדיקער באַפֿעלקערונג פֿון דער "גוטער ראַסע." כּמעט אַלע גוט־באַקאַנטע גענעטיקער, פּסיכיאַטער און אַנטראָפּאָלאָגן אין דײַטשלאַנד האָבן זיך באַטייליקט אין "ירושה־געזונט־געריכטן" וועלכע האָבן באַשלאָסן, וועמען צו סטעריליזירן.
דער אָפּטייל פֿון דער אויסשטעלונג וואָס וועט אפֿשר זײַן אַ נײַעס פֿאַר אַ סך מענטשן, איז די פֿאַרגאַזונג אין דײַטשלאַנד פֿון קינדער מיט דעפֿעקטן, אָנהייבנדיק פֿון אָקטאָבער 1939. די פּראָגראַם פֿון דעם "רחמנות־טייטן" פֿון קינדער "אָן שום האָפֿענונג צו ווערן געהיילט", האָט דערנאָך אַרײַנגענומען דאָס אומברענגען אויך די דערוואַקסענע אין לאַנד. פֿון יאַנואַר 1940 ביז אויגוסט 1941 האָט מען 70,000 מענער און פֿרויען פֿאַרגאַזט. צוויי ווידעאָ־אינטערוויוען מיט על־פּי־נס לעבן־געבליבענע פֿון דער פּראָגראַם וואָס איז פֿאָרגעקומען אין די קינדערהיימען און יתומים־הײַזער, זענען די שטאַרקסטע עמאָציאָנעלע מאָמענטן אין דער אויסשטעלונג. בסך־הכּל 200,000 מענטשן האָט מען אומגעברענגט דורך די "רחמנות־טייטן".
ד"ר ערנצט ווענצלער באַהאַנדלט אַ קינד מיט ראַכיט. ער האָט געשטיצט דעם געדאַנק פֿון אַ "רחמנות־טויט" פֿאַר שטאַרק קראַנקע מענטשן. |
Credit: National Library of Medical Science, Bethesda, MD |
וואָס ס‘איז שפּעטער געשען אין פּוילן איז שוין בעסער באַקאַנט פֿאַר אונדזערע לייענער. די דײַטשן האָבן געהאַלטן, אַז די פּאָליאַקן און די "אָסט־יודען" זענען אונטערמענטשן. מע האָט אויך באַשולדיקט די ייִדן אין פֿאַרשפּרייטן טיפֿוס און אַנדערע קרענק; און דאָס האָט אָפּגעשפּיגלט זייער סטאַטוס ווי נידעריקער פֿון די דײַשטן. די נאַצישע ראַסן־היגיענע־פּראָגראַם אין פּוילן, בראָש מיט הײַנריך הימלער, האָט געשטרעבט איבערצומאַכן די גאַנצע פּוילישע געזעלשאַפֿט, דאָס לאַנד זאָל דינען דײַטשלאַנד בלויז ווי אַ מקור פֿון פֿיזישע אַרבעטער. די ייִדן, די "אונטערטענער" האָט מען לסוף אומגעבראַכט.
נאָך דער מלחמה האָט מען כּמעט אין גאַנצן נישט געשטראָפֿט די דײַטשע מעדיצינישע "עקספּערטן", וואָס האָבן דורכגעפֿירט די נאַצישע ראַסן־פּיליטיק. אַ סך האָבן ווײַטער געלערנט ווי פּראָפֿעסאָרן אין די אוניווערסיטעטן און געאַרבעט אין דײַטשע לאַבאָראַטאָריעס. ווי באַקאַנט, האָט אַפֿילו יאָזעף מענגעלע, דער דאָקטער פֿון אוישוויץ, אויסגעלעבט זײַנע יאָרן אין באַהעלטעניש אין בראַזיל.
די אויסשטעלונג נעמט ארײַן כּלים פֿון "יוגעניק" צו מעסטן דעם שאַרבן און פֿאַרגלײַכן די מענטשהייט איבער דער וועלט, ווי אויך פֿאָטאָגראַפֿיעס, און דײַטשע פּלאַקאַטן, טאַבעלעס, דיאַגראַמעס — אַ גרוסער טייל פֿון דער נאַצי־פּראָפּאָגאַדע. די סכּנה פֿון אויסניצן "וויסנשאַפֿט" צו דערגרייכן אוממענטשלעכע צילן ווערט בולט אַרויסגעבראַכט מיט די חפֿצים. פֿון דער וועלט־באַוועגונג פֿון "יוגעניק" ביז דער נאַצישער אויסטײַטשונג פֿון דער "וויסנשאַפֿט" איז געווען אַ קאַצנשפּרונג — דער מוסר־השׂכּל דערפֿון איז נאָך חל הײַנט.
די אויסשטעלונג: "Deadly Medicine" וועט מען ווײַזן ביז דעצעמבער 2011 אינעם "מוזיי פֿון ייִדישער ירושה", 36 באַטיעריי־פּלייס, מאַנהעטן.
ד"ר אָטמאַר וואָן ווערשאַוער אונטערזוכט אַ צווילינג בײַם "קײַזער ווילהעלם־אינסטיטוט". אין 1927 האָט ער פֿאָרגעלייגט די סטעריליזירונג פֿון "גײַסטיקע און מאָראַלישע סובנאָרמאַלע מענטשן". |
Credit: Archiv zur Geschichte der Max-Planck-Gesellschaft, Berlin-Dahlem |