|
אַ סצענע פֿון "פֿאַרמאַסקירט" |
Photo: George Schiavone |
פֿאַראַן אַ שפּאָר ביסל טעאַטערס אַרום דער געגנט וווּ איך פֿאַרברענג אַ טייל פֿון מײַנע זומערס און ווינטערס. ווען עס פֿאַרענדיקט זיך דער ערשטער און צווייטער סעמעסטער אין קאָלומביע־אוניווערסיטעט. כאַפּ איך זיך אַרײַן אָדער קיין מיאַמי אָדער קיין פּאַלם־ביטש זען וואָס עס טוט זיך אויף די ברעטער פֿון די בינעס.
פֿלאָרידע פֿאַרמאָגט אַ שיינע צאָל טעאַטער־גייערס, דער עיקר ייִדן. מיטליעריקע און עלטערע לײַט. אַ סך פֿון זיי זײַנען גוט אײַנגעפֿונדעוועט; ס׳הייסט, מאַגנאַטן, מעצענאַטן, האַלטן זיי אויס אַ שפּאָר ביסל טעאַטערס. בדרך־כּלל זיצן זיי אויבן אָן ווי די אָנגעלייגטע געסט. אין דער ערשטער ריי, אויסגעסטרויעט אין עסיק און אין האָניק, אין גראַנאַטענע הויזן און ווײַסע, זײַדענע העמדער מיט אַ רויטער בינדע. די גרויע קעפּ זײַנען אַנדולירט, לאַקסירט און שמעקן מיט פּערפֿום. די ייִדענעס זײַנען לגמרי אײַנגעטונקען אין בלישטשענדיקע קייטלעך אַרום האַלדז. בראַסלעטן און רינגעלעך אויף די פֿינגער וואָס האַלטן אין איין פֿינקלען. גלאַנצנדיקע שיכעלעך אויף הויכע אָפּצאַסן וואָס וואָלטן געפּאַסט אַ יונגיטשקער פֿון זיבעצן יאָר. לאַנגע לאַקירטע, רויטע נעגל סײַ אויבן און סײַ אונטן, קליינינקע פּורפּורענע בײַטעלעך וואָס שימערירן מיט בריליאַנטלעך און אַ פּריטשאָסקע, ערשט אַרויס פֿון "ביוטי־פּאַרלאָר."
אין מיאַמי גופֿא איז פֿאַראַן אַ טעאַטער וואָס הייסט "גייבל־סטיידזש."
וווּ דער פּראָדוצענט און קינסטלערישער דירעקטאָר, הייסט דזשאָו אַדלער, אַ ייִד אין די יאָרן. ער קערט זיך בכלל נישט אָן מיט די אַמאָליקע גרויסאַרטיקע אַדלערס, איך צווייפֿל אַפֿילו צי ער האָט אַמאָל געהערט פֿון אַ יעקבֿ פּ. אַדלער.
ווען דזשאָו און איך כאַפּן אַ שמועס, זאָגט ער מיר, אַז ער קען זיך שוין אויף זײַן עולם צושויער. ער קען זיי אַדורך און אַדורך, ס׳הייסט — ער קען זייער דראַמאַטישן גוסט. לויט אים קומט אויס, אַז ער קען נאָר אָנפֿילן דעם זאַל ווען ער שטעלט פּאָליטישע און סקאַנדאַליעזע סענסאַציע און פּראָוואָקאַציע. הײַנטיקע סצענאַרן דאַרפֿן האָבן צו טאָן מיט סעקס, פּאָליטיק, דער עיקר — ישׂראל־פּאַלעסטינער צוזאַמענשטויסן, האָמאָסעקסואַליזם, לעזביאַניזם, שוואַרץ־ווײַס, אומרעכטן און מאָרד.
איידעלע, אינטערעסאַנטע אָדער קלאַסישע ווערק זײַנען הײַנט אויסגעשפּילט. קיינער קען שוין נישט די אַמאָליקע ריזן ווי שעקספּיר אָדער טשעכאָוו, בעקעט אָדער אײַאָנעסקאָ. אויב שוין יאָ ייִדישע טעמעס, מוזן זיי זײַן מיט קאָנפֿליקטן און סיכסוכים צווישן פֿרומע און פֿרײַע. ווען עס רעדט זיך וועגן אונדזער חורבן איז שוין אָפּגערעדט, ס׳איז נישטאָ קיין עולם דערויף.
דאָס מאָל בין איך געגאַנגען זען די פּיעסע "פֿאַרמאַסקירט" (Masked), געשריבן פֿון ישׂראלדיקן דראַמאַטורג אילן חצור. דאָ האַנדלט זיך וועגן דרײַ פּאַלעסטינער ברידער און יעדער איינער פֿון זיי האָט זיך אויסגעקליבן זײַן אָנהאַלט אין לעבן אונטער דער ישׂראלדיקער אָקופּאַציע.
דער עלטסטער ברודער נאַיִם (ניק דוקאַרט), אַרבעט אין אַ תּל־אָבֿיבֿער רעסטאָראַן ווי אַ געפֿעס־וואַשער. פֿאַרדינט אויף חיונה און האַלט אויס אַ פֿרוי מיט אַ קינד אין די שטחים. דער מיטלסטער — ראָוד (קאַרלאָס אַריזאָנדאַ) פֿאַרטרעט די אינטיפֿאַדאַ. ער לעבט אין די בערג צווישן די פּאַלעסטינער אויפֿשטענדלער מיטן ציל צו פֿאַרניכטן וויפֿל ס׳לאָזט זיך ישׂראלים און דער עיקר, אָפּצומעקן ישׂראל פֿון דער מאַפּע. דער ייִנגסטער ברודער כאַליד (אַרדיעל גאַבריעל), קען זיך נישט קיין אָרט געפֿינען; ער איז צעריסן צווישן די צוויי ברידער און זייערע אידעאָלאָגיעס.
זייערע קריגערײַען, באַשולדיקונגען און די אויסבראָכן האָבן צו טאָן מיטן אומצוטרוי איינער צום אַנדערן. דער עלטסטער ברודער וועלכער אַרבעט אין תּל־אָבֿיבֿ האַלט, אַז מ׳דאַרף אויפֿהערן פֿאַרגיסן מענטשלעך בלוט און קומען צו אַ פּשרה איין מאָל פֿאַר אַלע מאָל. דער מיטלסטער איז נישט אַנדערש ווי אַן אויג פֿאַר אַן אויג. ער טענהט, אַז די ישׂראל־אָקופּאַציע איז ברוטאַל און שמעקט מיט אַפּאַרטהײַד. דער ייִנגסטער ווייסט נישט מיט וועמען צו האַלטן, און איצט קומען די באַשולדיקונגען. איין ברודער באַשולדיקט דעם אַנדערן אין קאָלאַבאָראַציע מיטן שׂונא, איינער פֿון זיי איז אַ פֿאַררעטער. מען שמועסט, אַז עס גייט אַרום אַ שמועה צווישן די פּאַלעסטינער, אַז דער געפֿעס־וואַשער איז אַן אַגענט פֿאַר דער ישׂראלדיקער געהיים־אָפֿענסיווע און אַז ער גיט אויס נעמען פֿון די אָנטייל נעמער אין די טעראָר־אַקציעס.
נישט נאָר דאָס. איין ברודער באַשולדיקט דעם אַנדערן, אַז ער איז אײַנגעטונקען אין בלוט, און אַז צווישן זיך הרגענען זיי זיך אויס און זוכן אייגענע פֿאַררעטער. זיי באַשולדיקן די ישׂראל־סאָלדאַטן אין איזדיעקעווען זיך איבער אומשולדיקע פֿרויען און קינדער.
איינער באַשולדיקט דעם אַנדערן אין אויפֿברויזן די בלוטן פֿון אייגענעם פֿאָלק און די בלוטדאָרשטיקייט איז אומצוימבאַר. דער ייִנגסטער ברודער באַמיט זיך מיט אַלע כּוחות צו צעשיידן ביידע ברידער זײַנע ווען זיי בוכצען זיך און פֿאַלן אָן איינער אויפֿן אַנדערן מיט מערדערישער רציחה.
ביז דער עלטסטער זאָגט אויס פֿון חדר, אַז מען האָט אים געצוווּנגען מיטצואַרבעטן מיט די געהיים־כּוחות אין ישׂראל און אויב דאָס איז נישט גענוג, האָט ער אויסגעגעבן דעם אייגענעם ברודער און דערוואַרט אַ יעדע רגע די ישׂראל־סאָלדאַטן זאָלן באַפֿאַלן דאָס אָרט וווּ זיי געפֿינען זיך.
דער מיטלסטער ברודער ווידער טוט זיך מתוודה זײַן, אַז זײַנע חבֿרה קעמפֿער קומען אַ יעדע רגע מיטן געדאַנק צו הרגענען דעם פֿאַררעטערישן ברודער. און ווי נאָר עס דערהערט זיך אַ קנאַק אין טיר, ווייסט נישט קיינער פֿון זיי וועלכע מחנה עס געהערט צו די קלעפּ אין טיר.
אין דער מינוט כאַפּט דער ייִנגסטער ברודער אַרויס אַ שאַרף מעסער און דערשטעכט צום טויט זײַן עלטסטן ברודער וועלכן מ׳באַשולדיקט אין פֿאַרראַט.
דער מחבר פֿונעם ווערק, אילן חצור שרײַבט אין זײַן הקדמה:
"איך האָב געשריבן די פּיעסע בשעת איך האָב שטודירט אין תּל־אָבֿיבֿער אוניווערסיטעט. די ערשטע אינטיפֿאַדאַ איז אויסגעבראָכן מיט דרײַ יאָר פֿריִער, וואָס האָט צערודערט סײַ די פּאַלעסטינער און סײַ די ישׂראלים. דער פֿאַקט איז בכלל פֿאַרשוויגן געוואָרן אין דער דראַמאַטורגיע. איך האָב געפֿילט, אַז עס שפּילן זיך אָפּ ריזיקע טראַגעדיעס אונטער אונדזערע אייגענע נעז, גרויסע דראַמעס וואָס האָבן צו טאָן מיט לעבן און טויט. און איך בין געצוווּנגען געווען צו שרײַבן וועגן דעם.
די אַראַבער און פּאַלעסטינער שטעלן מיט זיך פֿאָר די דרײַ ברידער. זיי וואָלטן זיכער געקענט זײַן אירלענדער, באָסניער אָדער דײַטשן, וועלכע זײַנען אַליין געווען קרבנות און מאַניפּולירט געוואָרן פֿון גרעסערע און שטאַרקערע מאַכטן.
שרײַבן גוטע דראַמע, און זיך אַרײַנטאָן אין ביידע זײַטן פֿונעם וויכּוח, שטעלן פֿראַגעס וואָס מ׳קען נישט פֿאַרענטפֿערן מיט אַ צאָל סתּירותדיקע ענטפֿערס. ווען עס קומט צו מיר, מיין איך, אַז פּאָליטיש טעאַטער מוז נישט לאַוו־דווקע מיט זיך פֿאָרשטעלן אידעאָלאָגיעס, נאָר מיטן צוזאַמענשטויס פֿון די אידעאָלאָגיעס."
(אילן חצור — 2007)
איז אַזוי. בלויז בײַ אונדז ייִדן קען מען געפֿינען שרײַבער, דראַמאַטורגן, זשורנאַליסטן וואָס לייגן זיך אַרײַן אין שׂונאס קטן־טעפּעלע און פֿילן מיט מיט זיי. ווײַזט מיר איינעם פֿון זיי וואָס זאָל שילדערן אונדזער ייִדישן יאָך און בראָך, אונדזער פּרוּוו אײַנצושטעלן אַן עקזיסטענץ־פֿאַרזיכערונג און אַ מקום־מיקלט וווּ מ׳קען זיך אויסלעבן אין שלום און אין פֿריידן. אַרויסגעוואָרפֿענע רייד. מיר מוזן דווקא זײַן די טרעגער פֿון יושר און גערעכטיקייט פֿאַר דער גאַנצער וועלט, מיטפֿילן מיט יעדן געקריוודעטן און אונטערדריקטן. צי האָבן מיר גענוג פֿון דער איידעלער מאַטעריע פֿאַר זיך, צי פֿאַרטאַכלעווען מיר עס אויף פֿרעמדע פֿעלקער.
ווער ווייסט עס נישט, אַז דער קאָכעדיקער קעסל פֿון די פּאַלעסטינער ווערט וואָס אַ טאָג היציקער און ווערט געשטיצט פֿון דער אַרומיקער גיפֿטיקער אַראַבישער וועלט סײַ מיט מזומנים, סײַ מיט העצע און סײַ מיט געווער.
און אונדזער חבֿר חצור ברענגט אונדז אַ פֿאַרגלײַך צווישן די אירלענדער, באָסניער און דײַטשן. ווי קומען אַהער די דײַטשן רחמנא־לצלן, זינט ווען זײַנען זיי די קרבנות? און אויב ער טענהט, אַז די ענגלענדער האָבן יאָרן־לאַנג געהאַלטן אַן אײַזערנע פֿויסט איבער די אירלענדער; די באָסניער אונטער די טיראַנען פֿון יוגאָסלאַוויע. ווי קומען אַהער די דײַטשן, פֿון ווען אָן זײַנען זיי געווען קרבנות. עס לייגט זיך בשום־אופֿן נישט אויפֿן שׂכל. נאָך אַלעמען איז חצור אַ באַוווּסטזיניקער מענטש, לײַדט ער טאַקע אויפֿן חור בהשׂכּלה? צי גלאַט אומפֿאָרזיכטיקייט לגבי אונדזער געשיכטע.
אַלץ וואָס איך ווייס איז, אַז מיר ייִדן נעמען זיך אָן די קריוודע און שטעלן זיך אַלע מאָל אײַן פֿאַרן וואָלף און נישט פֿאַרן לעמעלע. דער בחור־הדראַמאַטורג פֿאַרשטייט נישט, אַז מיר ייִדן האָבן זיך געהאָדעוועט אויף יושר און מפּלות, אויפֿברויז און אונטערגאַנג, אויפֿטו און רדיפֿה. איז דווקא ישׂראל אָנגעגורט מיט די יושרניקעס וואָס טראָגן זיך אַרום מיט דער ווײַסער פֿאָן און שרײַען הללויה! מיר זײַנען אָקופּאַנטן!