ליטעראַטור


Marina Aptekman.

Jacob’s Ladder: Kabbalistic Allegory in Russian Literature.
Boston: Academic Studies Press, 2001

קבלה, די געהיימע מיסטישע ייִדישע תּורה, האָט לאַנג פֿאַרכּישופֿט דעם קריסטלעכן כּוח־הדמיון. מען האָט זי אויסגעטײַטשט אויף פֿאַרשידענע אופֿנים׃ ווי אַ מעטאָד פֿון מאַכן ניצלעכע און פּראַקטישע נסים, אָדער ווי אַ געהיימע וויסנשאַפֿט, וואָס דערקלערט די יסודות פֿון דער וועלט־באַשאַפֿונג. אַ היפּשער טייל פֿון יענע פֿאָרשטעלונגען זײַנען געווען ריינע בויך־סבֿרות, וואָס האָבן ניט געהאַט קיין שײַכות צו דער קבלה גופֿא. אָבער אייניקע באַגריפֿן פֿון עכטע קבליסטישע ספֿרים, אַזעלכע ווי "זוהר" אָדער "פּרדס רימנים", האָבן טאַקע יאָ געהאַט אַ געוויסע השפּעה אויף דער "קריסטלעכער קבלה".
קיין רוסלאַנד זײַנען די קבליסטישע קענטענישן אַרײַנגעקומען פֿון אייראָפּע אַ דאַנק דער אינטעלעקטועלער מעקלערײַ פֿון פֿראַנצויזישע און דײַטשישע קאַטוילישע און פּראָטעסטאַנטישע מיסטישע מחברים. צו דערגיין צו די ייִדישע מקורים פֿון די דאָזיקע חיבורים איז ניט פּשוט, ווײַל די אָריגינעלע אידעען און באַגריפֿן זײַנען דורכגעגאַנגען עטלעכע גילגולים. די אַמעריקאַנער פֿאָרשערין פֿון דער רוסישער ליטעראַטור מאַרינאַ אַפּטעקמאַן האָט זיך גענומען פֿאַר דער שווערער אויפֿגאַבע פֿון אויספּלאָנטערן דעם דאָזיקן קנופּ און אויססדרן די געשיכטע פֿון דער "רוסישער קבלה" לויט היסטאָרישע תּקופֿות.

דער אויפֿנעם פֿון קבלה אין רוסלאַנד לאָזט זיך צעטיילן אויף דרײַ היסטאָרישע עטאַפּן: אינעם 18טן יאָרהונדערט, ווען רוסלאַנד האָט זיך געעפֿנט פֿאַר די אייראָפּעיִשע השפּעות, זײַנען די קבליסטישע באַגריפֿן ארײַנגעדרונגען אין דער אידעאָלאָגיע פֿון די רוסישע מאַסאָנען. זיי האָבן זיך געהאַלטן פֿאַר מיסטישע "פֿרײַע מוליער", וואָס זײַנען פֿאַרטאָן אין איבערבויען די וועלט אויף נײַע יסודות, ענלעך צו דעם ייִדישן באַגריף פֿון "תּיקון־עולם".
אַפּטעקמאַן אַנטפּלעקט שפּורן פֿון קבליסטישע אימאַזשן, בפֿרט פֿון מעשׂה־בראשית, אין אייניקע רוסישע פּאָעטישע טעקסטן פֿון יענער צײַט. אַ וויכטיקער באַגריף אין דער מאַסאָנישער תּורה איז געווען חכמה, אַן אַרומנעמיקער כּוח, וואָס זאָרגט זיך פֿאַר דער אויסגעשטאַלטיקונג פֿון דער וועלט לויטן פּלאַן פֿונעם רבונו־של־עולם. די מאַסאָנען זײַנען געווען אויך געווויר פֿון דעם באַגריף פֿון אָדם קדמון, דעם אידעאַלן פּראָטאָטיפּ פֿונעם ערשטן מענטשן.
עס בלײַבט דערווײַל ניט קלאָר, ווי טיף אײַנגעוואָרצלט עס זײַנען געווען די קבליסטישע קענטענישן פֿון די רוסישע מאַסאָנישע מחברים. אַוודאי האָבן זיי ניט געקענט קיין לשון־קודש, שוין אָפּגערעדט פֿון אַראַמיש. די קבליסטישע באַגריפֿן זײַנען צו זיי דערגאַנגען דורך קרומע וועגן, און האָבן ניט פֿאַרמאָגט קיין שום פֿאַרבינדונג מיט דער לעבעדיקער ייִדישקייט. אָבער עס איז אינטערעסאַנט, אַז פּונקט אין דער זעלבער צײַט איז קבלה פֿאַרשפּרייט געוואָרן צווישן ייִדישן עולם דורך חסידים.
די מאַסאָנישע תּקופֿה האָט זיך געענדיקט, ווען דאָס רוסישע מלכות האָט פֿאַרווערט די מאַסאָנישע לאָזשעס בײַם סוף פֿונעם 18טן יאָרהונדערט. דאָס צווייטע מאָל איז די קבליסטישע מאָדע געקומען קיין רוסלאַנד אינעם 19טן יאָרהונדערט. די רוסישע ראָמאַנטישע שרײַבער זײַנען פֿאַרכּישופֿט געוואָרן דורך מאַגישע מיטלען פֿון מאַניפּולירן מיט ציפֿערן און אותיות. אַפּטעקמאַן שרײַבט׃ "דער קבליסט איז געוואָרן אַ קונצנמאַכער. ער איז מער ניט געווען פֿאַרטאָן אין עטישע אָדער מיסטישע ענינים, אָבער געוואָרן אַ טיפּישע ראָמאַנטישע פֿיגור׃ עגאָיִסטיש, לײַדנשאַפֿטלעך און פֿאַרעקשנט." אין די ליטעראַרישע ווערק פֿון יענער תּקופֿה טרעפֿן זיך שוין ייִדישע פּאַרשוינען, וואָס ווערן באַמאָלט ווי פֿינצטערע באַשעפֿענישן, אַ מין וואַמפּיר אָדער וואָלקעלאַק, וואָס זײַנען נאַש־בראַט מיט די שדים.
דאָס דריטע באַגעגעניש צווישן קבלה און דער רוסישער קולטור איז פֿאָרגעקומען בעת דער "זילבערנער תּקופֿה" פֿון דער רוסישער ליטעראַטור אינעם אָנהייב פֿונעם 20סטן יאָרהונדערט. דעם גרונט האָט צוגעגרייט דער באַרימטער רוסישער קריסטלעכער דענקער וולאַדימיר סאָלאָוויעוו, אַ ליבהאָבער פֿון ייִדן און ייִדישקייט. ער האָט געפּרוּווט צונויפֿשמעלצן אין זײַן פֿילאָסאָפֿישער סיסטעם די טראַדיציעס פֿון קריסטלעכער און ייִדישער מיסטיק. דער שליסל־באַגריף אין זײַן סיסטעם איז געווען "סאָפֿיאַ" אָדער "חכמה", איינע פֿון די צען קבליסטישע ספֿירות.
אָבער ניט אַלע דענקער פֿון דער "זילבערנער תּקופֿה" האָבן געהאַט וואַרעמע געפֿילן לגבי ייִדן. וואַסילי ראָזאַנאָוו און פּאַוועל פֿלאָרענסקי האָבן געהאַט אָפּשײַ פֿאַר קבלה, אָבער זיי האָבן אויך געהאַלטן ייִדן פֿאַר כיטרע און געפֿערלעכע שׂונאים פֿונעם רוסישן פֿאָלק. בעתן בייליס־פּראָצעס זײַנען זיי ביידע געווען אויף דער זײַט פֿון דער באַשולדיקונג, ווײַל זיי האָבן בנאמנות געגלויבט אינעם בלוט־בילבול.
די רוסישע סימבאָליסטן האָבן געהאַט אַן אייגענעם אינטערעס אין קבלה. זיי האָבן געגלויבט אין דער מיסטישער טבֿע פֿון דער שפּראַך. דער דיכטער איז פֿאַר זיי געווען אַ באַשעפֿער פֿון אַן אייגענער וועלט, אַ מין גאָטס שותּף, און די ווערטער זײַנען געווען זײַנע כּלים. דאָס וואָרט "צעפֿיראָט" טרעפֿט זיך אין די טעאָרעטישע ווערק פֿונעם באַרימטן רוסישן סימבאָליסט אַנדריי בעלי, אָבער דער באַטײַט פֿונעם דאָזיקן באַגריף, דערקלערט אַפּטעקמאַן, איז "אַבסאָלוט אַנדערש פֿונעם קבליסטישן באַגריף פֿון ספֿירות". בײַ די סימבאָליסטן מיינט דאָס די "געטלעכע שטראַלן" פֿון דער זון איבער דעם גן־עדן, וואָס די מענטשהייט האָט אָנגעוווירן.
אינעם נאָכוואָרט דערמאָנט די מחברין, אַז דער סטערעאָטיפּישער באַגריף פֿון קבלה ווי אַ מין געהיימע מאַגישע קענטעניש איז עד־היום גאַנץ פֿאַרשפּרייט אין רוסלאַנד. אַפֿילו אין די הויכע פֿענצטער און אין אייניקע רוסישע אוניווערסיטעטן זײַנען דאָ מענטשן, וואָס גלייבן אין "זשידאָ־מאַסאָנען", וועלכע באַנוצן זיך מיט קבליסטישע מיטלען, כּדי צו האַלטן די גאַנצע וועלט אין זייער רשות. פֿון דער אַנדערער זײַט זײַנען אין רוסלאַנד, פּונקט ווי אין אַנדערע לענדער, פּאָפּולער כּלערליי שאַרלאַטאַנען, וואָס לערנען קבלה פֿאַר געלט ווי אַ מיטל פֿון דערגרייכן דערפֿאָלג אין לעבן. אָבער דאָס געהערט שוין ניט צו דעם גערעם פֿון אַפּטעקמאַנס פֿאָרשונג.