בענדזשאַמין בראַון (רעכטס) בײַ אַ קאָמונאַלער מאָלצײַט אין קלאַריאָן |
Courtesy of Robert Goldberg |
פֿון נעמי זעוועלאָף*
גוניסאָן, יוטאַ. — אין אַ זוניקן שבת אין סעפּטעמבער איז ליליען בראַון־וואָגעל געזעסן אין איר רעדלשטול בײַ צוויי מצבֿות, צונויפֿגעשטעלט פֿון גראָע און ברוינע שטיינער, און אויסגעקריצט מיט ייִדישע אותיות. יעדער קבֿר איז געווען אַרומגערינגלט מיט אַ קליינעם פּלויט פֿון מעטאַלענע רערן, כּדי צו פֿאַרזיכערן, אַז די קיִען זאָלן נישט צוקומען.
דאָס איז געווען דאָס צווייטע מאָל, וואָס פֿרוי וואָגעל באַזוכט דעם איינציקן זכר פֿון דער אַמאָליקער ייִדישער קאָלאָניע, "קלאַריאָן", אינעם יוטאַ־מידבר, וווּ זי האָט פֿאַרבראַכט אירע קינדער־יאָרן. אָבער דאָס מאָל איז די 102־יאָריקע פּענסיאָנירטע פּסיכאָלאָגין פֿון יוקיאַ, קאַליפֿאָרניע, באַגלייט געוואָרן פֿון כּמעט 80 אַנדערע קינדער און אייניקלעך פֿון די קאָלאָניסטן. זיי האָבן זיך פֿאַרזאַמלט אויפֿן אָרט, כּדי אָפּצומערקן 100 יאָר זינט דער גרינדונג פֿון דער אַמאָליקער קאָלאָניע.
"קלאַריאָן" האָט עקזיסטירט בלויז פֿינף יאָר, איידער זי איז פֿאַרשוווּנדן געוואָרן אין דער געשיכטע. די קאָלאָניע איז געווען אַ מוטיקער פּרוּוו צו באַפֿרײַען דעם ייִדישן גײַסט פֿון דעם דערשטיקנדיקן טענעמענט־לעבן אין די גרויסע שטעט, ווי ניו־יאָרק און פֿילאַדעלפֿיע — אַ ייִדישער עקספּערימענט אויף אַ גאָר אומגעריכטן אָרט. נישט געקוקט אויפֿן קורצן לעבן פֿון דער קאָלאָניע, האָבן די אָפּשטאַמלער פֿון די קאָלאָניסטן עס פֿאַררעכנט פֿאַר אַ גרונטשטיין פֿון זייער משפּחה־געשיכטע.
דזשאַנין ליבערמאַן, אַן אייניקל פֿון "קלאַריאָן"־קאָלאָניסטן, זאָגט, אַז די איבערלעבונג פֿון איר באָבע־זיידע האָט זי אינספּירירט צו ווערן אַקטיוו אינעם ייִדישן לעבן בכלל. "אַ דאַנק ‘קלאַריאָן’ האָב איך באַשלאָסן צו דערציִען מײַנע קינדער ווי ייִדן," האָט זי געזאָגט.
"קלאַריאָן" איז געגרינדעט געוואָרן, אַ דאַנק פֿרוי וואָגעלס טאַטן. בענדזשאַמין בראַון, געבוירן בען ליפּשיץ אין 1885, לעבן אָדעס, איז געקומען אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן בײַם עלטער פֿון 15 יאָר. ווי אַ בחור, איז ער געווען אַ פּעדלער און שפּעטער — אַ פֿאַרם־אַרבעטער לעבן פֿילאַדעלפֿיע. בעת זײַנע יאָרן אויף דער פֿאַרם האָט ער אָנגענומען דעם משפּחה־נאָמען פֿונעם אייגנטימער און באַשלאָסן צו מאַכן אַ קאַריערע אין אַגריקולטור.
די פֿאַרם־קאָלאָניע "קלאַריאָן" — הײַנט און אַמאָל |
Photos by Naomi Zeveloff/inset courtesy of Robert Goldberg |
נאָכן באַקענען זיך מיט עטלעכע דײַטשישע און סקאַנדינאַווישע קאָלאָניסטן אין די מיטל־מערבֿדיקע שטאַטן איז אים אײַנגעפֿאַלן צו בויען דאָרט אַ ייִדישן ייִשובֿ. "מיר ייִדן מוזן שאַפֿן אַ געזונטע סבֿיבֿה אין דעם לאַנד, וואָס זאָל דינען ווי אַ מוסטער פֿאַר מענטשן אומעטום — איבער דער גאַנצער וועלט," האָט בראַון געשריבן אין אַן עסיי.
לויט ראָבערט גאָלדבערג, אַ היסטאָריקער בײַם אוניווערסיטעט פֿון יוטאַ, האָט בראַון אָנגעהויבן זײַן פּראָיעקט אין פֿילאַדעלפֿיע, דורך אַ ריי זיצונגען מיט אָרטיקע ייִדן, וווּ ער האָט פֿאָרגעלייגט אַ ייִדישע פֿאַרם־קאָלאָניע אינעם אַמעריקאַנער "וועסט". די ווײַטקייט, האָט ער געקלערט, וועט אָפּשוואַכן בײַ זיי די יצר־הרע זיך אומצוקערן צום שטאָטישן לעבן. בראַונס צוגאַנג איז געווען סײַ אַ פּראַקטישער, סײַ אַ פֿילאָסאָפֿישער: ווען די ייִדן וועלן פֿאַרלאָזן די טענעמענטן לטובֿת דעם לעבן אויף אַ פֿאַרם, קאָנען זיי דערגרייכן חשיבֿות און מזל־ברכה, און גלײַכצײַטיק בײַטן דעם אימאַזש פֿונעם ייִד אין אַמעריקע — פֿון אַ נעבעכדיקן אָרעמאַן ביז אַ געזונטן, הצלחהדיקן פֿאַרמער; אין אַ געוויסן זינען, איז עס געווען אַ היגער פּאַראַלעל צו דער פּאָליטיק וואָס האָט געהאָלפֿן דאָס גרינדן די ערשטע ציוניסטישע פֿאַרם־ייִשובֿים אין ארץ־ישׂראל אונטער די ענגלענדער.
בראַונס כאַריזמע האָט צוגעצויגן דעם אינטערעס פֿונעם ראַבינער יוסף קראַוסקאָפּ פֿון "כּנסת־ישׂראל", אַ רעפֿאָרם־טעמפּל אין פֿילאַדעלפֿיע. קראַוסקאָפּ איז געווען אַ גרויסער שטיצער פֿון דער באַוועגונג זיך אומצוקערן צו דער אדמה, וואָס האָט אינספּירירט צו שאַפֿן מער ווי 40 ייִדישע פֿאַרם־קאָלאָניעס אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן צווישן 1882 און 1910. כּמעט אַלע קאָלאָניעס זענען דורכגעפֿאַלן במשך פֿון די ערשטע פּאָר יאָר. בראַונס פּראָיעקט, געגרינדעט מיט קראַוסקאָפּס שטיצע, איז געווען איינער פֿון די לעצטע. ביזן יאָר 1910 האָט בראַון שוין געפֿונען גענוג בעלנים.
200 ייִדן — ס׳רובֿ פֿון זיי, מיזרח־אייראָפּעיִשע אימיגראַנטן אין פֿילאַדעלפֿיע, ניו־יאָרק און באָלטימאָר, האָבן געגעבן צו שטײַער בערך 300$ אַ מענטש צו אַ נײַער אָרגאַניזאַציע, "ייִדישער אַגריקולטור־ און קאָלאָניע־פֿאַרבאַנד" — אַנאַרכיסטן, פּועלי־ציוניסטן, סאָציאַליסטן, פֿרומע ייִדן, וואָס האָבן געהאָפֿט אויפֿצוהאַלטן די ייִדישע טראַדיציעס אינעם מערבֿ־טייל פֿון לאַנד, און סתּם ייִדן, וואָס האָבן פּשוט געזוכט אַ בעסער לעבן פֿאַר זייערע משפּחות. עטלעכע פֿון זיי האָבן געהאַט בדעה זיך אויסצולערנען פֿאַרמערײַ, כּדי דערנאָך זיך צו באַזעצן אין ארץ־ישׂראל.
אין 1912 זענען בראַון און זײַן שותּף, יצחק הערבסט, געפֿאָרן זוכן ערד אין ניו־מעקסיקאָ, קאָלאָראַדאָ, ווײַאָמינג און מאָנטאַנע. פּלוצלינג האָבן זיי באַקומען אַ טעלעגראַם פֿון קראַוסקאָפּ, וועלכער האָט זיי געהייסן פֿאָרן קיין יוטאַ, וווּ ער האָט געהאַט פֿאַרבינדונגען מיט אָנגעזעענע ייִדן אין סאָלט־לייק־סיטי, אַרײַנגערעכנט דעם צוקונפֿטיקן גובערנאַטאָר, שמעון באַמבערגער. קראַוסקאָפּ האָט אויך געקלערט, אַז די מאָרמאָנען אין יוטאַ וועלן וואַרעם אויפֿנעמען די ייִדן וואָס האָבן, ווי זיי, געליטן פֿון רעליגיעזע רדיפֿות.
איינער פֿון די פֿאַרמער, שמואל זאַק, גרייט זיך צו פֿאַרפֿלאַנצן אַ נײַע גערעטעניש |
Courtesy of Robert Goldberg |
כּדי צוצוציִען מענטשן צו קומען וווינען דאָרט, האָט די שטאַט־רעגירונג פֿון יוטאַ געהאַלטן אין בויען אַ קאַנאַל די לענג פֿון 60 מײַל דורך דרום־צענטראַל־יוטאַ, וואָס וואָלט געקאָנט פֿאַרוואַנדלען דעם קאַלכבאָדן אין אַ מער פֿרוכטיקער ערד. אַ שטאַט־באַאַמטער האָט געוויזן בראַון און הערבסט אַן אָרט אין סאַנפּיט־קאַונטי, וואָס איז הײַנט באַקאַנט ווי אַ צענטער פֿון אינדיק־פּראָדוקציע. בראַון האָט דורכגעזיפּט דעם גרונט דורך זײַנע פֿינגער און באַשלאָסן, אַז דאָס איז דאָס ריכטיקע אָרט.
דעם 10טן סעפּטעמבער 1911 זענען די ערשטע קאָלאָניסטן — אַ גרופּע פֿון 12 געזונטע מאַנסבילן פֿון פֿילאַדעלפֿיע — אָנגעקומען מיט דער באַן קיין גוניסאָן. בראַון האָט זיי באַגריסט אויף ייִדיש, און זיי זענען געפֿאָרן צום אָרט אין קלאַריאָן, זינגענדיק אוקראַיִנישע פֿאָלקסלידער.
דעם 10טן סעפּטעמבער, פּונקט מיט 100 יאָר שפּעטער, האָבן די אָפּשטאַמלער פֿון די קאָלאָניסטן — פֿון 15 שטאַטן און אויך ישׂראל — זיך פֿאַרזאַמלט אינעם פּאַרטער פֿון אַ האָטעל אין סאָלט־לייק־סיטי. 9:30 אין דער פֿרי האָט די זון שוין געבראָטן און זייער וועגווײַזער, מערי עלען עלגרען, האָט אָנגעזאָגט די געסט זיך צו באַשמירן מיט זון־שמירעכץ, איידער זיי זענען אָפּגעפֿאָרן קיין קלאַריאָן מיט צוויי פֿולע אויטאָבוסן.
דער אָרגאַניזירער פֿונעם 100־יאָריקן ווידערטרעף איז געווען דער היסטאָריקער, גאָלדבערג, אין איינעם מיט דער ייִדישער קהילה פֿון סאָלט־לייק־סיטי און די מאָרמאָנען אין גאָניסאָן. גאָלדבערג האָט צום ערשטן מאָל באַזוכט קלאַריאָן אין 1981, נאָכן לייענען וועגן דעם אין אַ בוך וועגן פֿאַרלאָזטע שטעטלעך אין יוטאַ. די צוויי עלנטע, שיינע ייִדישע מצבֿות האָבן אים שטאַרק גערירט. אין די אָנהייב־1980ער האָט ער באַשלאָסן צו שרײַבן אַ בוך וועגן דער לאַנג־פֿאַרגעסענער פֿאַרם־קאָלאָניע. ער האָט געשטעלט רעקלאַמעס אינעם "פֿאָרווערטס", "די ניו־יאָרקער" און "די ניו־יאָרק רעוויו אָוו בוקס", זוכנדיק ייִדן, וואָס האָבן אַ פֿאַרבינדונג מיטן ייִשובֿ. מיט דער צײַט האָט ער געהערט פֿון די קינדער און אייניקלעך פֿון 53 פֿון די 75 משפּחות, וועלכע האָבן געוווינט אין קלאַריאָן צווישן 1911 און 1916.
בראַונס טאָכטער, די 102־יאָריקע ליליען בראַון וואָגעל, אויפֿן ווידערטרעף |
Credit: Naomi Zeveloff |
נאָך דער פּובליקאַציע פֿון זײַן בוך, האָט גאָלדבערג פֿאַרלוירן דעם קאָנטאַקט מיט ס׳רובֿ פֿון די משפּחות. במשך פֿון די יאָרן האָט ער געפּרוּווט קריגן אַ דערלויבעניש צו באַצייכענען קלאַריאָן ווי אַן אָפֿיציעל היסטאָריש אָרט. הגם די הײַנטיקע פֿאַרמאָגער פֿון דער ערד האָבן מסכּים געווען זיך צו באַטייליקן אין דעם פּראָיעקט, איז עס דורכגעפֿאַלן, צוליב אַ דוחק פֿון פֿאָנדן אינעם שטאַט־בודזשעט. ווען עס האָט זיך דערנענטערט דאָס 100סטע יאָר זינט דער גרינדונג פֿון דער קאָלאָניע, האָט גאָלדבערג באַשלאָסן צו באַערן דאָס אָרט אויף אַן אַנדער אופֿן: פֿאַרזאַמלען דאָרט די אָפּשטאַמלער פֿון די קאָלאָניסטן. אַ דאַנק "פֿייסבוק" און בליצפּאָסט, האָט ער געפֿונען אַ סך פֿון די קינדער און אייניקלעך און זיי געמוטיקט זיך צו פֿאַרבינדן איינער מיטן אַנדערן.
אינעם אָוונט פֿאַר דער עקסקורסיע צום אָרט פֿון דער אַמאָליקער פֿאַרם, האָט גאָלדבערג פֿאַרזאַמלט די געסט אינעם ייִדישן קהילה־צענטער אין סאָלט־לייק־סיטי, וווּ זיי האָבן באַגריסט איינער דעם אַנדערן ווי לאַנג־פֿאַרלוירענע שוועסטער־קינדער. אַזוי ווי די קאָלאָניסטן אַליין, איז די הײַנטיקע גרופּע באַשטאַנען סײַ פֿון פֿרומע ייִדן, סײַ פֿון סעקולערע. מע האָט זיך אויך דערוווּסט נײַע פּרטים. בענדזשאַמין בראַון האָט געהאַט אַ קינד מיט אַ צווייטער פֿרוי בײַ דער קאָלאָניע — אַ געשעעניש וואָס האָט גורם געווען דעם סוף פֿון זײַן אייגענעם זיווג־לעבן. דאָס ייִנגל, יודזשין, האָט שפּעטער אַליין געהאַט קינדער, און צוויי פֿון זיי זענען געקומען צום יוביליי. ליליען בראַון־וואָגעל, וואָס האָט שוין לאַנג געמיינט, אַז זי איז דער איינציקער מענטש פֿון דער קאָלאָניע, וואָס לעבט נאָך, האָט זיך דערוווּסט, אַז עס לעבט נאָך איינער — אַ 98־יאָריקע פֿרוי, וואָס האָט נישט געקענט קומען, האָט זי געשיקט איר טאָכטער און פּלימעניצע.
אַרום מיטאָגצײַט זענען די אויטאָבוסן אָנגעקומען אין גאָניסאָן, אַ שטעטל מיט אַ באַפֿעלקערונג פֿון 3,000 נפֿשות, וווּ אַן אָרטיקע פֿרויען־גרופּע פֿון מאָרמאָנער האָט געהאַט צוגעגרייט אַ ייִדישלעכן מיטאָג: וווּרשט מיט בולקעס, פֿרוכט־סאַלאַט און היים־געמאַכטע קיכעלעך. דאָס שטעטל האָט געהאַט רעקלאַמירט די פֿײַערונג אויף זײַן וועבזײַט ווי "ייִדישע טעג", רופֿנדיק די אײַנוווינער זיך צו באַטייליקן.
אַ דאַרער מאַן מיט אַ רויט העמד און צו־גרויסע ברילן האָט געוואַרט אויף דער גרופּע, האַלטנדיק אַ פּאַפּקע אין איין האַנט און אַ ווײַסן קאַובוי־הוט אין דער צווייטער. דאָס איז געווען ברוס סאָרענסאָן, אַן אָרטיקער פֿאַרמער וואָס זײַן טאַטע און זיידע האָבן במשך פֿון די יאָרן געדינט ווי אומאָפֿיציעלע וועגווײַזער צו דער אַמאָליקער קאָלאָניע אין קלאַריאָן, זאַמלענדיק צײַטונג־אַרטיקלען און חפֿצים אין פֿאַרבינדונג מיט דעם.
דזשאַנין ליבערמאַן האָט געדענקט סאָרענסאָן און זײַן משפּחה, ווען זי האָט אַליין באַזוכט קלאַריאָן אין די שפּעטע 1980ער. אירע באָבע־זיידע, סעם און ראָוז ליבערמאַן, האָבן דאָרט געוווינט. זייער זון, עדוואַרד, איז געשטאָרבן ווי אַ פּיצל קינד און איז באַערדיקט געוואָרן אינעם אימפּראָוויזירטן בית־עולם. "ווען מײַן חבֿרטע און איך זענען געקומען אין קלאַריאָן, איז אונדז אַנטקעגנגעקומען דײַן טאַטע," האָט זי געזאָגט סאָרענסאָן. "ממש אַ נס!"
סאָרענסאָן האָט, עניוותדיק, געבויגן דעם קאָפּ. "מיר האָבן תּמיד געוואַרט, אַז מענטשן זאָלן קומען," האָט ער געזאָגט.
דער וואַרעמער אויפֿנעם אין גאָניסאָן איז געווען ענלעך צום אויפֿנעם וואָס די אַמאָליקע קלאַריאָן־קאָלאָניסטן האָבן דאָרט באַקומען. די מאָרמאָנען האַלטן זיך פֿאַר אַ פֿאַרלוירענעם שבֿט פֿון בני־ישׂראל, און זיי באַציִען זיך צו די ייִדן מיט גרויס דרך־ארץ. יוטאַ איז זייער אייגענער "ציון", און אַ סך פֿון זייערע וויכטיקע ערטער טראָגן ביבלישע נעמען: אין יוטאַ געפֿינט זיך אַ טײַך וואָס הייסט דער ירדן, און די זאַלציקע אָזיערע "גרייט־סאָלט־לייק" באַצייכענען זיי ווי זייער אייגענעם ים־המלח.
ווען די קלאַריאָן־קאָלאָניסטן זענען אָנגעקומען אין 1911, האָבן די מאָרמאָנען זיי געשאָנקען 500$ פֿון די קלויסטער־פֿאָנדן. זיי האָבן געלערנט די שטאָט־ייִדן די גרונט־פּרינציפּן פֿון פֿאַרמערײַ — ווי אַזוי צו באַזאָטלען פֿערד און אַקערן פֿעלדער.
פֿון אָנהייב אָן זענען אָבער געווען פּראָבלעמען. דער צוגעזאָגטער קאַנאַל איז נישט געווען פֿאַרלאָזלעך, און זעלטן געבראַכט וואַסער אַהין. די קאָלאָניסטן האָבן געבויט אַ גרויסן בעטאָנענעם וואַסערטאַנק, אָבער ס׳האָט אויפֿגעריסן מיט אַ גרויסן טומל די ערשטע נאַכט, וואָס עס האָט זיך אָנגעפֿילט מיט וואַסער. די קאָלאָניסטן האָבן פֿאַרפֿלאַנצט ווייץ, האָבער, קוקורוזע און אַלפֿאַלפֿע, אָבער די נישט־טויגעוודיקע ערד האָט ווייניק אַרויסגעגעבן.
עס האָבן זיך אויך געשאַפֿן פּראָבלעמען צווישן די פֿאַרמער אַליין. די פֿרומע ייִדן האָט נישט געאַרט וואָס געוויסע פֿאַרמער אַרבעטן שבת און האָדעווען חזירים, אָבער ווען מע האָט געפּרוּווט גרינדן אַ שול פֿאַר די קינדער, זענען אויפֿגעשוווּמען צוזאַמענשטויסן. די פֿרומע האָבן געוואָלט אַ חדר; די פּועלי־ציוניסטן האָבן געוואָלט מע זאָל לערנען די קינדער ייִדיש און ייִדישע קולטור; די סאָציאַליסטן האָבן געוואָלט אַ סעקולערן לערער. צום סוף, האָט דער ייִשובֿ אָנגעשטעלט אַ מאָרמאָן, וואָס האָט זיי געלערנט אַ סעקולערן קוריקולום.
עס זענען אויך פֿאָרגעקומען עטלעכע טראַגעדיעס. אין 1912, למשל, איז אַ 29־יאָריקער, אַהרן בינדער, דערהרגעט געוואָרן, ווען דער וואָגן וואָס ער האָט געניצט צו זאַמלען האָלץ, האָט זיך איבערגעקערט אויף אים.
הונגעריק און פֿאַראָרעמט, האָבן די קאָלאָניסטן צו־ביסלעך פֿאַרלאָזט די פֿאַרם, און ס׳רובֿ פֿון זיי האָבן זיך אומגעקערט אין די שטעט אויפֿן מיזרח־ברעג. אַנדערע זענען געבליבן אין יוטאַ, חתונה געהאַט מיט מאָרמאָנען און דערצויגן מאָרמאָנען־משפּחות. בראַון האָט זיך אַריבערגעצויגן קיין גאָניסאָן און געגרינדעט דעם "הינער־פֿאַרבאַנד פֿון יוטאַ". איין קאָלאָניסט, יצחק פֿרידלאַנד, האָט אין 1949 אַרויסגעלאָזט אַ ראָמאַן וועגן דעם ייִשובֿ, וווּ ער האָט געשריבן, אַז אינעם לעצטן יאָר, האָבן די פֿאַרמער געוואַרט אויפֿן סוף, אַזוי ווי מע וואַרט, אַז אַ גוסס זאָל ניפֿטר ווערן.
די קינדער און אייניקלעך האָבן אָבער אויסגעדריקט גרויס שטאָלץ פֿאַר די באַמיִונגען פֿון זייערע אָבֿות. צוריקקומענדיק פֿון זייער וויזיט צום אָרט פֿון דער פֿאַרם, האָבן זיי געפֿײַערט דעם יוביליי מיט אַ וועטשערע פֿון אינדיק און פֿריש־געבאַקענער חלה. "דאָס זענען געווען ייִדן, וואָס האָבן געפּרוּווט אָפּצוּוואַרפֿן דעם סטערעאָטיפּ פֿונעם געטאָ־ייִד," האָט דערקלערט דזשעף אייעראָף, איינער פֿון די באַטייליקטע. "זיי האָבן געוואָלט זיך אין גאַנצן איבערמאַכן... און קלאַריאָן האָט זיי געגעבן די געלעגנהייט דאָס צו טאָן."
* נעמי זעוועלאָף איז אַ מיטאַרבעטער פֿונעם Forward