ווי עס זאָל זיך נישט אויסלאָזן די גאַנצע מעשׂה מיט פּאַלעסטינע אין דער "יו־ען", בלײַבט די פֿראַגע וועגן די ישׂראל־פּאַלעסטינער צווישן־באַציִונגען אָפֿן און אָנגעשטרענגט; אויב אַפֿילו ס’וועט געשען אַ נס און ביידע לענדער וועלן אין די געבליבענע טעג, ביזן 23סטן סעפּטעמבער, זיך זעצן צום פֿאַרהאַנדלונגס־טיש, ווי עס פּרוּווט איצט אויסאַרבעטן דער "קוואַרטעט" ("יו־ען", פֿאַראייניקטע שטאַטן, אייראָפּע, רוסלאַנד).
די עמאָציאָנעלע טעמפּעראַטור אַרום דעם ענין האָט זיך אַזוי אויפֿגעהויבן, אַזוי אויפֿגעטרייסלט די גאַנצע וועלט — מיט פֿאַרשידענע אויספֿרעגן, געזעלשאַפֿטלעכע אַקציעס, פּרעסע און פּראָפּאַגאַנדע אונטערנעמונגען, עלעקטראָנישע מיטלען — אַז סתּם אַזוי זיך אויסלאָזן מיט גאָרנישט קאָן זיך עס נישט. עפּעס דאַרף געשען!
די ביטערע דערפֿאַרונג פֿון עקזיסטירן אָפּגעטיילט איין פֿאָלק פֿונעם אַנדערן מיט אַ הויכער וואַנט פֿון אומפֿאַרשטאַנד און שׂינאה; דער אויפֿגערייצטער, פֿול מיט ספֿקות און אומסטאַבילקייט אַלגעמיינער מצבֿ אין מיטעלן מיזרח שפּילט נישט צו צו אַ פֿרידלעכן סוף פֿון דעם "קאַמפּיין", אָרגאַניזירט דורך מאַכמוד אַבאַס און זײַנע אָנהענגער.
לאָמיר זיך פֿרעגן: וואָס דאַרף, קודם־כּל, האָבן אַ פּאַלעסטינער מדינה, אויב זי וואָלט טאַקע אָנערקענט געוואָרן? אַוודאי, זיך באַוואָרענען מיט אַ שלום (זאָל זײַן אַ "קאַלטער שלום", אָבער פֿאָרט אַ שלום) מיט ישׂראל. אַזאַ שלום נעמט אַרײַן נישט נאָר דעם פּאָליטישן אַספּעקט, אָבער שאַפֿט אַ פֿעסטע עקאָנאָמישע באַזע, אַן אַנטוויקלטע אינפֿראַסטרוקטור, אַ בשותּפֿותדיקע פּראָגראַם פֿון עלעקטרישער ענערגיע און וואַסער־רעסורסן וכּדומה. אָן דער הילף פֿון ישׂראל (אַפֿילו אין די ערשטע פֿינף־צען יאָר) איז פּאַלעסטינע, ווי אַן אומאָפּהענגיקע מלוכה, נישט אימשטאַנד צו עקזיסטירן. די איצטיקע אַדמיניסטראַציע פֿאַרשטייט אַוודאי גוט, אַז איין זאַך איז צו בעטלען אַ נדבֿה בײַם מערבֿ און בײַ די רײַכע ברידער־אַראַבער, ווי אַ "נעבעכדיקער קרבן" פֿון די ציוניסטישע פֿאַרכאַפּערס און אַ רעשטל פֿון דער אונטערגעגאַנגענער קאָלאָניאַלער וועלט; און גאָר אַן אַנדער זאַך איז זיך צו האַלטן פֿאַר אַן אומאָפּהענגיק לאַנד, מיט אַלע פֿאַרפֿליכטונגען סײַ פֿאַרן אייגענעם פֿאָלק און סײַ פֿאַר דער וועלט.
אַז מע ווייסט עס און מע פֿאַרשטייט, פֿאַר וואָס זשע פֿאַרקאָכט מען אַזאַ קאַשע אין דער "יו־ען", דערצו נאָך אויף אַזאַ אופֿן. ווײַל די איצטיקע פּאַלעסטינער אַדמיניסטראַציע איז זיכער, אַז קיין שום מלוכישן סטאַטוס וועט זי נישט באַקומען; וואָס וועט זי יאָ באַקומען? קודם־כּל, אַ גרויסן זשום, וואָס וועט איר ברענגען נאָך גרעסערע דיווידענדן און צוזאָגענישן פֿון מערבֿ; רעספּעקט און חשיבֿות פֿון די אַראַבישע לענדער, און וואָס איז גאָר וויכטיק — ישׂראל וועט ווידער אַרויסגעשטעלט ווערן ווי "שטערונג" צום שלום אין מיטעלן מיזרח, פֿון איין זײַט, און ווי אַ "טשוואָק", וואָס מע קאָן אויף אים אויפֿהענגען "אַלע קעץ" פֿון די פֿאַרשוווּנדענע אילוזיעס נאָך די אַזוי גערופֿענע "אַראַבישע רעוואָלוציעס".
צוריק גערעדט, אויב זיך שוין יאָ צוהערן צום "לינקן לאַגער" פֿון דער ישׂראל־געזעלשאַפֿט, אַז אויב נישט נאָכגעבן די פּאַלעסטינער איצט, וועלן זיי קיין אַנדערן וועג, חוץ אינטיפֿאַדע, נישט זען אין זייער צוקונפֿט. מעגלעך, אַז נתניהו, וואָס האַלט זיך אַליין מיט אַלע כּוחות נישט צו פֿאַרלירן די מאַכט, איז געפּענטעט סײַ פֿון זײַנע פּאַרטיי־מיטגלידער און סײַ פֿון די מיטגלידער פֿון דער קאָאַליציע; ער קאָן נישט נאָכגעבן די פּאַלעסטינער, אָבער קיין לייזונג פֿון דער פּראָבלעם קאָן ער אויך נישט געפֿינען.
די צרה פֿונעם הײַנטיקן מאָמענט און פֿון דער נאָענטער צוקונפֿט אין ישׂראל באַשטייט אין דעם, וואָס ס’איז נישטאָ קיין ממשותדיקער כּוח, וואָס וואָלט געקאָנט איבערנעמען די מאַכט און געוווּסט, וואָס מע דאַרף טאָן ווײַטער. אַזאַ סיטואַציע פֿירט נישט צו קיין שלום, נאָר צו אַ נײַער בלוט־פֿאַרגיסונג.