פּערל פֿון ‫ייִדישער פּאָעזיע
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון חנה מלאָטעק


אַ. טאַבאַטשניק האָט באַצייכנט דעם פֿרי־פֿאַרשטאָרבענעם דיכטער אַבאָ שטאָלצענבערג ווי "דער דיכטער פֿון טעמפּעראַמענט" — דער דיכטער פֿון סײַ לירישע, סײַ דראַמאַטישע ווערק. געבוירן אין גלינע, גאַליציע אין 5091 — געשטאָרבן אין ניו־יאָרק אין 1491, האָט אַבאָ שטאָלצענבערג געלערנט אין חדר, אין באַראָן הירש־שול און טאָרנער גימנאַזיום. אין 2391 האָט ער אויסגעוואַנדערט קיין ניו־יאָרק, וווּ ער איז געוואָרן באַשעפֿטיקט בײַ פֿאַרשיידענע אַרבעטן; צום סוף, בײַ אַ פּראָיעקט פֿון דער פֿעדעראַלער רעגירונג. ער האָט פֿאַרעפֿנטלעכט זײַנע לידער אין פֿאַרשיידענע זשורנאַלן, און זײַן איינציק בוך "לידער" וואָס איז אַרויס אין 1491 האָט ער ניט באַוויזן צו זען. לעצטנס איז אַרויס אַן איבערזעצונג פֿון די געפֿונענע לידער אין ע. רינגעלבלומס "עונג־שבת"־אַרכיוו אין וואַרשעווער געטאָ מיטן טיטל yrteoP ni lleH (פֿון סערע טרייסטער־מאָסקאָוויץ) און צווישן די לידער געפֿינט זיך אַ. שטאָלצענבערגס ליד "פּלאַץ־ייִנגלעך", וואָס איז געווען געדרוקט אין זײַן בוך:

פּלאַץ־ייִנגלעך


זיי גייען באָרוועס באַם שולטײַך אַרום,
צווישן ביינער און שטעכיק גלאָז,
און גראָבן ווערים צו כאַפּן פֿיש,
און כאַפּן קנײַפּערס אין געלן גראָז.

זיי שטייען באַם שעכטהויז גאַנצע טעג
און שמעקן גיריק דאָס רויע בלוט,
און לערנען זיך האַלטן אַ קניפּיק אין האַנט,
און פֿאָכען מיט אַ רוט.

און גייען שינדן געפֿאַלענע פֿערד
ווען זיי ווערן צען יאָר אַלט.
און הערן הײַזער־ייִדן דערציילן
פֿון לייזע פּאָמפּאַכס באַנדע אין וואַלד.

זיי וואַרפֿן זיך אויף די האַרטע געלעגערס
און קענען נישט שלאָפֿן קיין נעכט.
צו ווייניק וואַסער איז דאָ אין שולטײַך,
צו ווייניק קאָלפּאַקעס און העכט.

סוכּות, ווען ס׳פֿליִען ווילדע גענדז,
קומען די פּלאַץ־ייִנגלעך אום.
זיי גייען נישט מיטן קײַזערשטראָז,
נאָר דורך פֿינצטערע וועלדער, דורך טיפֿע זומפּן,
דורך מאַלינעס און דורך גיפֿטיק גראָז.

איין ליד וואָס איז אונדז ספּעציעל געפֿעלן מיט זײַן פֿאָלקסטימלעכקייט און שיין־דערציילערישער לירישקייט איז "דער טויט פֿון שטרויענעם ריטער". ער האָט עטלעכע לידער וועגן דעם שטרויענעם ריטער, וואָס איז

...אין ברין געווען און אין ברעסלאַו געווען,
אין אָלמעץ געווען און גאָרנישט געזען.

אין ווין מיט דאָקטאָר הערצל געגעסן,
אין רוים איז ער ווי אויף שפּילקעס געזעסן,
אין בערלין האָט ער היינען געלייענט,
און אין פּאַריז האָט ער ביטער געוויינט.

דער טויט פֿון שטרויענעם ריטער


פֿון קאַשטנביימער פֿאַלן בלעטער,
און קאַלינעס זײַנען רויט ווי בלוט.
ס׳גייט דאָס גנעדיקע פֿריילײַן מיט איר מאַן שפּאַצירן,
און זיכער איר האַנט אין זײַן אָרעם רוט.

ס׳טריקנט די בלאָטע און ס׳נעמט אַ פֿראָסט,
דער ווינט האָט די גאַסן אויסגעקערט,
דער שטרויענער ריטער קומט צוריק,
צו שטאַרבן אויף דער אייגענער ערד.

ווערטער דורך טרערן און לאַנגע נעכט,
גאָט, גיב נישט קיין וואַסער און גיב נישט קיין ברויט.
נאָר לאָז מיר איבער מײַנע אויגן,
נאָך איין מאָל צו זען זי פֿאַרן טויט.

ער גייט ווי אין אַ שווערן חלום,
און האַלט דעם קאָפּ זיך צו מיט די הענט.
די אויגן זײַנע מיט בלוט פֿאַרלאָפֿן
און זײַנע ליפּן פֿאַרברענט.

ער הערט איר קול ווי דורך אַ נעפּל,
און האָט אין גאַנג זי אָנגערירט.
שטערן צינדן זיך אים אין די אויגן,
דאָס בלוט אין די אָדערן פֿרירט.

ס׳טליִען אין קלויז די יאָרצײַט־לאָמפּן,
געלעכטערס הילכן אויפֿן שפּאַציר.
אויף אַ האַרטער באַנק ליגט דער שטרויענער ריטער,
מיטן פּנים צו דער וואַנט, מיט די פֿיס צו דער טיר.

צום ערשטן מנין קומען ייִדן
און נעצן די הענט אין נאַסן גראָז.
צום פֿערטן מנין קומען ייִדן
און לייגן צוויי פֿעדערן צו צו זײַן נאָז.

דאָס גנעדיקע פֿריילײַן טוט אָן אַ שאַל,
די אויגן פֿון טרערן ווערן גרויס.
זי גייט נאָכן קאַסטן אַזוי צעבראָכן,
ווי אַן אַלטע ייִדענע זעט זי אויס.

זי שטעלט זיך אַנידער באַם אָפֿענעם גרוב:
"קיין פֿאַרענטפֿערונג וועל איך נישט האָבן."
זי שטרעקט זיך אויס אין דער גאַנצער לענג:
"מיט אים זאָלט איר מיך באַגראָבן."

פֿון קאַשטנביימער פֿאַלן בלעטער
און קאַלינעס זײַנען רויט ווי בלוט.
אונטער אַ בערגל פֿרישן ליים
דער שטרויענער ריטער רוט.

פֿון שטרויענעם ריטער איז אַ קופֿערט
מיט ביכער און בריוו געבליבן.
די ביכער האָבן די רוסן צעריסן,
פֿון די בריוו האָב איך לידער געשריבן.

אַבאָ שטאָלצענבערג האָט געשריבן לידער וועגן דער פֿאַמיליע, וועגן געשעענישן, צווישן זיי לידער וועגן דער ערשטער וועלט־מלחמה. איין ליד דערציילט וועגן די לעצטע הויפּט־גענעראַלן און פֿירער פֿון עסטרײַך און דײַטשלאַנד:

וואַנט־בילדער


אויף אַ ווײַסן פֿערד דער שווערער הינדענבורג,
און אַ ווײַסער מלאך פֿירט אים באַ די לייצעס,
אַרמייען מיט שינעלן אויף די פּלייצעס
ציִען דורך אַ וואָלקן אין דעם הינטערגרונט. —
אויף פּאַראַדן רײַטן גענעראַלן,
זייערע קעפּ פֿאַרריסן, זייערע קראַגנס גאָלדן,
עס בלאַנקען זייערע זעבלען מיט די רײַכע טראָלדן.
ס׳שטײַגט אַראָפּ די טרעפּלעך פֿון קאָלעס
"בעים ערמאָלי"*) באַהאַנגען מיט מעדאַלן.
זײַן קאָפּ איז גרוי — דער מאַנטל הימלבלוי,
דער פּאַס איז בלוטיק רויט,
און טרויעריק ווי פֿאַרן טויט
דער קײַזער קאַרל, דער לעצטער פֿון די האַבסבורגס.

אַבאָ שטאָלצענבערגס פּאָעזיע איז רײַך אין בילדלעכקייט, אַרײַנגעפֿלאָכטענע פֿאָלקסלידער־שורות, מוזיק. נישט אומזיסט האָט אים געלויבט איציק מאַנגער אין אייראָפּע ווי אויך די ליטעראַטור־קריטיקער אין אַמעריקע.



* עדואַרד בעים־ערמאָלי (1856־1941) איז געווען אַן עסטרייַכישער גענעראַל וואָס איז געשטיגן צום אַמט פֿון פֿעלד־מאַרשאַל. מיר דאַנקען רבֿקה שילער פֿאַר דער אינפֿאָרמאַציע.