פּערל פֿון ‫ייִדישער פּאָעזיע
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון חנה מלאָטעק

די ייִדישע פּאָעזיע פֿאַרמאָגט אַ רײַכע צאָל לידער וואָס פֿרויען־דיכטער האָבן געשאַפֿן. טייל פֿרויען האָבן אויסגעגאָסן זייערע געפֿילן אין שטילע, פֿאָלקסטימלעכע געזאַנגען; אַנדערע אין אַ מער מאָדערנעם סטיל. זייערע סוזשעטן האָבן אַרײַנגענומען צווישן אַנדערע: קינדער־טעמעס, ליבשאַפֿט, מוטערשאַפֿט. הײַנט ברענגען מיר אַ קליינעם אָפּקלײַב פֿון דער פֿרויס ליריק.


די אייביקייט

פֿון רחל בוימוואָל

איך בין יונג. עס טוט מיר גאָר נישט פֿעלן.

אײַ, ניין וויי? — אין שמייכל אים כ׳באַהאַלט.

ייִנגלעך, וועמען כ׳בין אַ מאָל געפֿעלן,

נעמען שוין צו ביסלעך ווערן אַלט.


לערערס, וואָס זיי האָבן מיך געלערנט,

איינציקווײַז פֿאַרלאָזן שוין די וועלט.

אויב פֿון אָט דעם אַלעמען נישט קלערן,

וואָס וואָלט מיר דען, אייגנטלעך, געפֿעלט?


די, וואָס האָבן מיך געקענט אַלס עופֿל,

לייען איך בײַ זיי אין בליק אַ מאָל:

"אויב אַפֿילו איר איז שוין אַזוי פֿיל,

האַלט מיט אונדז, ווײַזט אויס, שוין זייער שמאָל..."


ליבע פֿרײַנד פֿון נעכטן און פֿון מאָרגן:

ס׳גייט אין לעבן ווינציק צײַט אַרײַן, —

לאָמיר בײַ דער אייביקייט זי באָרגן,

זי וועט אונדז אַרויסהעלפֿן, קאָן זײַן.



די קליינע

פֿון לאה קאַפּילאָוויטש־האָפֿמאַן


כ׳וויל אין דרויסן זײַן מיט קינדער

און מיט בלאָטע זיך אײַנשמירן,

זאָגט די מאַמע: — "מוזסט אין הויז זײַן!",

און זי שליסט באַלד צו די טירן.


שרײַ איך, זאָגט זי: — "ביסט אַ שלעכטע,

ס׳וועט קיין חתן דיך ניט נעמען",

כ׳ווייס ניט, וואָס איך דאַרף אַ חתן,

סײַ ווי וואָלט איך זיך דאָך שעמען!



אַנטיקעלעך

פֿון מרים אולינאָווער

אַנומלט האָבן מיידלעך דרײַ, שיינינקע ווי גאָלד,

מיט טײַערע אַנטיקעלעך זיך זאַלבע דריט געפּראַלט:


"איך האָב אַ שטערנטיכעלע — האָט איינע זיך באַרימט —

נאָך פֿון מײַן עלטער־באָבעשי, געקעסטלט און געבלימט".


"איך האָב אַ ציטער־נעדעלע — די צווייטע האָט שטאָלצירט —

נאָך פֿון מײַן עלטער־באָבעשי, מיט דימענטלעך פֿאַרצירט".


און נאָר דאָס דריטע מיידעלע האָט שטיל אין זיך געלאַכט,

און שטיל דאָס שויבן־טירעלע פֿון אַלקער אויפֿגעמאַכט:


"דאָס טײַערסטע אַנטיקעלע פֿאַרמאָג איך איינע נאָר —

די עלטער־באָבעשי אַליין פֿון איבער הונדערט יאָר!"



קינדער

פֿון איידאַ מאַזע


א׳


וויינען קינדער דורך די נעכט

און שלאָפֿן אין פֿרימאָרגן;

וואַכן מאַמעס לאַנגע נעכט,

שלאָפֿן ניט און זאָרגן.


וואַקסן קינדער אויף דער וועלט,

וואַקסן אויף אָן זאָרגן;

ווערן מאַמעס קראַנק און אַלט,

בייגן זיך און זאָרגן.


ב׳


ס׳האָבן זיך קינדער אין זאַמד הײַנט געשפּילט,

איך בין אין אַ ווינקל געשטאַנען פֿאַררוקט,

איז די זון פֿון די וואָלקנס אַרויס,

אַרויס און זיך אויף די קינדער פֿאַרקוקט.


האָבן די קינדער מיט זון זיך דערפֿרייט

און זייער פֿרייד מײַן האַרץ האָט באַגלייט,

די זון האָט געשפּילט מיט די קינדער אין זאַמד

און מיך דאָרט געוואַרעמט, אין אַ זײַט, בײַ דער וואַנט.


קום!

פֿון פּאַולאַ ר.

קום צו מיר אין חדרל,

וועסט ניט זשאַלעווען, מײַן קינד;

ריין וועסטו אַרײַנקומען

און אַרויסגיין אָן אַ זינד...


ליכטיק איז מײַן חדרל,

בלימלעך וואַקסן בײַ דער טיר,

וועסט זיך זעצן אויף דער שוועל

און איך נאָענט נעבן דיר...

אין אַ דעמבן קעסטעלע

ליגט בײַ מיר אַ פֿידעלע —

כ׳וועל אויף אים, מײַן טײַבעלע,

שפּילן דיר אַ לידעלע...

דו וועסט גלעטן מײַנע האָר,

קוקן אין די אויגן לאַנג. . .

פֿריילעך וועט אונדז ביידע זײַן. . .

קום! עס וועט דיר נישט טאָן באַנג. . .



מײַן מאַן איז אין אַמעריקע

פֿון זעלדע קניזשניק


מײַן מאַן איז אין אַמעריקע,

אַ זון איז אין באַקו;

אַ צווייטער איז אין אַפֿריקע,

אַ טאָכטער — גאָט ווייסט וווּ!


פֿאַרשיקט איז זי, מײַן פֿייגעלע,

פֿאַרטריבן פֿון איר בוים,

און איך גיי אום אין חלום נאָר:

וווּ איז, וווּ איז מײַן היים?


דער מאַמעס האַרץ איז אומעטום,

די נשמה רײַסט און ציט —

איך האָב, אוי, היימען גאָר אַ סך,

רו אָבער האָב איך ניט!


ים מיך אַרום

פֿון רחל פֿישמאַן

ים מיך אַרום,

כוואַליע מיך דורך —

און דערנאָך,

כאָטש דו זאַמדסט מיך אַוועק,

בלײַבט מײַן אויער אַ מושל,

וווּ עס דונערט זכּרון,

וווּ עס פּערלט דײַן קול.