שוין אַן ערך 30 יאָר ווי ס׳איז אויפֿגעקומען דער פֿענאָמען פֿון קלעזמער־מוזיק וואָס איז געוואָרן פֿאַרשפּרייט איבער גאָר דער וועלט, בײַ ייִדן ווי אויך בײַ ניט־ייִדן. אַחוץ קאָנצערטן און חתונות און שׂימחות, וווּ קלעזמאָרים טרעטן אויף, גיבן זיי כּסדר אַרויס קאָמפּאַקט־דיסקן, און דער רעפּערטואַר איז היפּשלעך צעוואַקסן. אַפֿילו דער גרויסער קינסטלער יצחק פּערלמאַן איז באַווירקט געוואָרן פֿון דעם טיפּ ייִדישער מוזיק. עס איז אויך געוואָרן אַן ענין פֿון פֿאָרשונג און מאָנאָגראַפֿיעס: פֿון הענרי סאַפּאָזניק, יואל רובין, סעט ראָגאַוויי, יעל סטראָם, הענקוס נעצקי אַ״אַנד. געוויסע אַלטע באַרימטע קלעזמאָרים ווי דייוו טאַראַס, נפֿתּלי בראַנדוויין, שלומקע בעקערמאַן אַ״אַנד. האָבן באַקומען נײַע נאָכפֿאָלגער. פֿריִער האָט משה בערעגאָווסקי געשריבן וועגן אַלטע באַרימטע קלעזמאָרים ווי פּעדאָצער (אַהרן־משה כאָלאָדענקאָ), סטעמפּעניו (יאָסעלע דרוקער), מיכאל־יוסף גוזיקאָוו אַ״אַנד.
דאָס קלעזמער־לשון איז אויך אַרײַנגעדרונגען אין דער ייִדישער שפּראַך און אין דעם שפּריכוואָרט מיט אַזעלכע דוגמאָות ווי בערעגאָווסקי גיט אָן אין זײַן אַרבעט "ייִדישע אינסטרומענטאַלע פֿאָלקס־מוזיק": "וואָס פֿאַר אַ קלעזמער — אַזאַ חתונה", "אַז מען ציילט ספֿירה קומט אויף די קלעזמער אַ פּגירה", "אַ לוויה אָן געוויין איז ווי אַ חתונה אָן קלעזמער".
אין דעם ייִדישן פֿאָלקס־ און פּאָפּולערן ליד איז דער קלעזמער היפּשלעך פֿאַרטראָטן. למשל, אין דעם ליד "די מיזינקע אויסגעגעבן" פֿון מאַרק וואַרשאַווסקי, זינגט דער טאַטע:: "איציק, שפּיציק, וואָס שווײַגסטו מיטן שמיציק? אויף די קלעזמער גיב אַ געשריי, צי שפּילן זיי, צי שלאָפֿן זיי? רײַסט די סטרונעס אויף צוויי". אין דעם פֿאַרשפּרייטן ייִדישן פֿאָלקסליד "צען ברידער זענען מיר געווען" זינגט זיך וועגן "שמערל מיטן פֿידל, טבֿיה מיטן באַס, שפּילט זשע מיר אַ לידל, אויפֿן מיטן גאַס". דאָס האָט באַווירקט איציק מאַנגערס באַרימט ליד וועגן "ייִדל מיטן פֿידל" אין דעם פֿילם מיט דעם זעלביקן נאָמען. דאָס ליד וועגן דעם רבי אַלימלך וואָס האָט געשיקט נאָך די פֿידלערס, צימבלערס, פּײַקלערס איז אויך באַקאַנט.
אין אַן אַנדער פֿאָלקסליד זינגט אַ חתונה־גאַסט: "בײַט זשע מיר אויס אַ פֿינפֿאונצוואַנציקער אויף סאַמעראָדנע דרײַער" און ער בעט די קלעזמאָרימלעך צו שפּילן "אַ ניגון אַ נײַעם". אין "כאַצקעלע", בעט זיך די אָרעמע מומע "שפּיל מיר אַ קאַזאַצקעלע". אויך אין דעם אַמעריקאַנער טעאַטער־ליד פֿון אייב עלשטיין "אוי, מאַמע, בין איך פֿאַרליבט" זינגט דאָס מיידל צו איר מאַמען: "אַ קלעזמער־ייִנגל, מאַמע געטרײַע, ליגט מיר גאָר אין זין". און אין אַן אַלט ליד פֿון צבֿי־הירש גרשוני זינגט דער ייִד:: "פֿון שפּאַניע טראָג איך מײַן צימבל אַהער" וואָס דערציילט וועגן די אַלע רדיפֿות אויף ייִדן, און לאָזט זיך אויס, אַז דער זינגער וויל בלײַבן אַ ייִד.
עס זײַנען אויך פֿאַראַן אַ צאָל אַנדערע ווענדונגען צו קלעזמאָרים, זיי זאָלן שפּילן פֿאַרשיידענע לידער, ווי למשל מרדכי געבירטיגס "אָ נעם, גוטער קלעזמער, דײַן פֿידל אין האַנט און שפּיל מיר דאָס לידל פֿון גאָלדענעם לאַנד". זעליק באַרדיטשעווער אין זײַן ליד "דוינע" זינגט "שפּיל, דו קלעזמער, מיר אַ וואָלאַך, געלט מזומן אָטאָ צאָל איך" און אין אַנדערע לידער זינגט מען "שפּילט זשע מיר אַ לידעלע פֿון שלום".
דער באַרימטער בדחן אַליקום צונזער האָט אויסגערעכנט אין זײַן ליד "דער סנדק" צום עופֿעלע פֿאַרשיידענע פֿאַכן צו וועלכע דאָס קינד קען זיך נעמען ווען ער וועט אויסוואַקסן, און וועגן קלעזמאָרים דערציילט ער וועגן זייערע שלעכטע מידות:
פֿילײַכט וועט דיר דריקן דײַן נויט,
דו זאָלסט פֿון פֿידל זוכן דײַן ברויט.
פֿיר זיך נישט ווי די כּלי־זמר אַלע,
צו זידלען מחותּנים, זידלען חתן־כּלה;
קומען אויף אַ חתונה נאָר לאַכן און כאַפּן,
זוכן נאָר בראָנפֿן, אַ שנאַפּס צו דערטאַפּן,
שלאָגן זיך אויפֿן גאַס, אויסטאָן די בושה,
מיין נישט, אַז כּלי־זמר האָבן דאָס בירושה!
ער זאָגט אים אָן:
דוד המלך האָט אויך געקענט שפּילן אויפֿן פֿידל
און איז זיך געווען אַ גאַנץ פֿײַנער ייִדל,
און ער פֿירט אויס:
מע מעג קאָנען שפּילן און זײַן אַן ערלעכער מאַן...
אין דער פּאָעמע "די קאַפּעליע" פֿון דוד אַפּאָטהעקער גיט דער מחבר אַ זעלטענע באַשרײַבונג פֿון דער קאַפּעליעס אויפֿטריט בײַם גראַף פֿון שטעטל. מיר ברענגען די ערשטע העלפֿט פֿונעם ליד. די רעשט וועלן מיר דרוקן קומעדיקן מאָל:
ר׳ איציק דער כּלי־זמר אַ קינסטלער אַ פֿידלער,
באַרימט מיט זײַן שפּילן בײַ ייִדן אין פּוילן,
פֿלעגט אָפֿט אָט די מעשׂה, וואָס אים האָט געטראָפֿן,
בין מינחה למעריבֿ פֿאַר אַלע דערציילן:
געווען איז עס איין מאָל אַ חתונה־אָוונט,
מיר האָבן גאַנץ פֿריילעך געשפּילט און געזונגען
הנרות הללו, אויך לאַטקעס געגעסן...
דאַן האָט עס אין קלויסטער צו "ניטל" געקלונגען.
פּלוצעם מיר הערן עס קלאַפּט אין די לאָדן,
מיר לויפֿן אַרויסעט, און ווער איז פֿאַרפֿאָרן?
פּעטרושקאַ דער קוטשער פֿון גראַף פֿון דעם שטעטל,
אַ גוי אַ געזונטער, אַ ייִנגל מיט שפּאָרן:
— פּאַן איצקאַ, נעם גיכער דײַן גאַנצע קאַפּעליע,
— די כּלים, די נאָטן, אַ חתונה שפּילן
— בײַם גראַף מיט אַ גרעפֿין, און אַלע אין הויף דאָרט
— די מוזיק פֿון אײַער קאַפּעליע זיי ווילן.
אַ זעלטן פֿאַרדינסטל! מיר כאַפּן די כּלים,
די גאַנצע קאַפּעליע זי זיצט שוין אין וואָגן;
פּעטרושקאַ ער פֿײַפֿט זיך אַ גוייִשן לידל,
די פֿערד נאָר ווי אָדלערס זיי פֿליִען און טראָגן.
זיי פֿליִען און טראָגן מיט קפֿיצת־הדרך,
גאַנץ שווער צו דערקענען וווּ איצטער מיר זײַנען;
און באַלד טאַקע זעען דעם הויף מיר פֿון ווײַטן
מיט העלע לאַמטערנעס, ווי שטערן באַשײַנען.
מיר קומען אַרײַנעט, עס בלענדעט די אויגן!
פֿיל לאָמפּן און ליכטער אין טויזנט קאָלירן
באַלײַכטן די גילדערנע פּרעכטיקע זאַלן,
סטאַטוען און זײַלן, גאַרדינען און טירן.
און פֿאָרנעמע מענער, נאָר פֿירשטן און גראַפֿן
מיט שווערדן, פּאַלעטן, מיט שניר און מעדאַלן;
זיי טרינקען שאַמפּאַניער, זיי שטיפֿן און לאַכן,
און פֿירן די דאַמען אַרום אין די זאַלן.
אַ וווּנק פֿון מחותּן, אונדז כאַפּן לאַקייען
און פֿירן אַרויף אויף אַ בימה מיט בלומען;
מיר שטעלן זיך אויסעט און סטרויען די כּלים
און באַלד זיך מיט חשק צום שפּילן גענומען.
מיר שפּילן באַלד אויפֿעט דאָס ליד "נאַשאַ פּאָלשטשאַ",
זיי וואַרפֿן אונדז רענדלעך און אויך אימפּעריאַלן;
מיר שפּילן "מאַזורקאַ" און אויך "קראַקאָוויאַקען",
און רענדלעך, ווי האָגל אין הימל זיי פֿאַלן.
מיר שפּילן אויך פּאָלקאַ און וואַלצן, קאַדרילן,
די הערן און דאַמען, זיי טאַנצן און קוועלן;
מיר שפּילן מיט חשק, מיט האַרץ און נשמה,
זיי שיטן מיט רענדלעך, עס איז זיי געפֿעלן.
(דאָס איבעריקע וועלן מיר דרוקן קומעדיקן מאָל).
מיר ווילן בלויז צוגעבן צו דער רשימה י. י. סיגאַלס ליד וועגן קלעזמער, צו וועלכן דער באַרימטער קאָמפּאָזיטאָר לענאַרד בערנשטיין האָט געשאַפֿן מוזיק.