פּערל פֿון ‫ייִדישער פּאָעזיע
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון חנה מלאָטעק

איינער פֿון די פֿריילעכסטע ייִדישע יום־טובֿים פֿונעם יאָר‮ איז דער יום־טובֿ פּורים און מיר פֿײַערן אים יעדן יאָר מיט‮ פֿריילעכע לידער: ‬הײַנט איז פּורים‮, ‬מאָרגן איז אויס‮ —‮ ‬גיט מיר‮ אַ פּעני‮ (‬אָדער אַ גראָשן‮), ‬און וואַרפֿט מיך אַרויס‮. ‬הײַנט איז פּורים‮,‬ ברידער‮, ‬ס’איז דער יום־טובֿ גרויס‮, ‬לאָמיר זינגען לידער און‮ גיין פֿון הויז צו הויז‮. ‬אָדער איך וועל אײַך מתּנות שענקען‮, ‬דעם יום־טובֿ פּורים צו געדענקען‮... ‬איז‮ —‮ ‬אַ פֿריילעכן פּורים זאָלט איר אַלע האָבן מיט פֿרייד און גליק‮, ‬מיט די בעסטע ברכות און וווּנטשן‮.

די מגילה

פֿון י‮. ‬גויכבערג

אַ מאָל איז געווען אַ קעניג אַ נאַר‮,‬
און המן זײַן דינער‮ —‮ ‬ביטערער האַר‮.‬
האָט המן דער בייזער געגעבן אַ זאָג‭:‬
נעמט הרגעט די ייִדן‮ ‬—‮ ‬און אַלע אין איין טאָג‮.‬


האָט אסתּר די מלכּה‮, ‬אַ ייִדישע פֿרוי‮,‬
געוויינט פֿאַרן קעניג אַזוי און אַזוי‭:‬
אָ העלף מיר‮, ‬מײַן קעניג‮, ‬מײַן פֿאָלק איז אין נויט‮,‬
דער המן וויל ברענגען אויף ייִדן דעם טויט‮!‬


און באַלד האָט דער קעניג צעבייזערט זיך שטאַרק‭:‬
נעמט הענגט אים‮, ‬דעם המן אין מיטן פֿון מאַרק‮!‬
באַקומען האָט המן ווי ער האָט פֿאַרדינט‮,‬
און געוויינט אויף זײַן טויט האָבן אפֿשר די הינט‮.‬


און אסתּרס פֿעטער‮ —‮ ‬מרדכי דער ייִד
האָט געזונגען פֿאַר ייִדן אַ פּורימדיק ליד‮,‬
געהערט האָבן ייִדן און האָבן געלאַכט‮,‬
און זיסע המן־טאַשן אויף פּורים געמאַכט‮.‬


מגילת־אסתּר

פֿון אַבֿרהם רייזען

נאָך צוויי טעג און ס’קומט אָן פּורים‮,‬
ס’איז דער יום־טובֿ גאָר דער בעסטער‮;‬
לערנען מיר בלויז ביז צו־מיטאָג‮,‬
מאָרגן‮ —‮ ‬פֿרײַ‮, ‬שוין תּענית־אסתּר‮.‬


לערנען מיר בלויז די מגילה
פּסוקים‮, ‬פּסוקים־ווײַז כּסדר‮.‬
און בײַם לערנען ווערט אַפֿילו
אויך שוין פֿריילעכער אין חדר‮.‬


ס’ווערט דערמאָנט שוין המנס‮ "‬ייִחוס"‮ —
בן־המדתא, ‬דאַרף מען קלאַפּן‮. . .‬
נאָר דער רבי בעט בנעימות‭:‬‮‬
קינדערלעך‮, ‬צו וואָס שוין כאַפּן‮?‬


אָבער בײַ די רייד פֿון המן‮,‬
פֿאַר דעם רשע קעגן ייִדן‮ ‬—
קאָכט אונדז אויף זײַן נאָמען
און מיר טופּען און מיר זידן‮.‬
און אַזוי ביז ס’קומט צו שפּאַסן
און עס פֿרייט זיך גאָר דער חדר‮ —
איבער שושנס שענסטע גאַסן
מרדכי רײַט אין מלכס קליידער‮.‬


אויף אַ פֿערד פֿון מלכס שטאַלן
זיצט הויך מרדכי‮ — ‬גאָט צו לויבן‮,‬
המן פֿירט אים‮ ‬—‮ ‬רופֿט געפֿאַלן‭:‬
"זעט ווי מרדכי איז דערהויבן‮!"


מען פֿירט המן צו דער תּליה

פֿון איציק מאַנגער

צעעפֿנט די פֿענצטער‮,‬
צעפּראַלט די טירן‮,‬
מען טוט המן הרשע
איבער די הויפֿן פֿירן‮.‬


מען טוט אים פֿירן‮,‬
מען טוט אים ברענגען
אויפֿן מאַרק צו דער תּליה‮,‬
דאָרט ווען מען אים הענגען‮.‬
־־־־־־־־־
‮"‬תּלין‮, תּלין‮, ‬ווייסט דאָך ווער איך בין‮ ‬—
לאָמיך כאָטש געזעגענען מיט מײַנע זין‮!"


‮"‬דײַנע זין‮, ‬דײַנע זין
וועט מען צו דיר ברענגען
און מען וועט זיי מיט דיר
אין איינעם אויפֿהענגען‮."


"‬תּלין‮, תּלין‮, ‬וויי צו מײַנע יאָרן‮ —
איך וואָס בין כּסדר אין אַ פֿיאַקער געפֿאָרן‮,‬
מוז זיך שלעפּן צו פֿוס
און אָט די קייטן טראָגן‮,‬
פֿאַר וואָס און פֿאַר ווען —
אפֿשר קענסטו מיר זאָגן‮?‬


ניין‮, ‬דו קענסט מיר נישט זאָגן‮,‬
אומזיסט דאָס פֿרעגן‮,‬
איך זע שוין די תּליה‮,‬
זי טאַנצט מיר אַנטקעגן‮.‬


איך הער שוין די תּליה‮,‬
איך הער שוין די ראָבן‮,‬
אויפֿן אַלטן צווינטער
זאָלט עץ מיר באַגראָבן‮.‬


נאָר פֿאַרשטאָפּט מיר די אויערן‮ ‬—
איך טו אײַך באַשווערן —
אַז איך זאָל פֿאַרשפּאָרן
דעם גראַגער צו הערן‮."


אַזוי טענהט דער רשע‮,‬
בשעת ער גייט‮,‬
און ס’לאַכן און שפּעטן
קינד און קייט‮.




פּורים ‮ ‬1942

פֿון נחום יוד

אַזוי פֿיל דורות שוין אַריבער‮,‬
און יאָרן דורכגעוועבט פֿאַרבײַ —
דאָך לעבן מיר נאָך איצטער איבער
די ווײַטע צײַטן פֿון דאָס נײַ‮.‬


אָט זע איך אַחשוורות־שוטה‮,‬
וואָס ווייס ניט קיין מאָל אויס צי אײַן‭:‬
ער וואַלגערט זיך בײַ טישן גרייטע
אַן אָנגעזויפֿענער מיט ווײַן‮.‬


און אָט איז ער‮, ‬דער צורר המן‮,‬
וואָס האָט אויף אונדז זיך אויפֿגעשטעלט‮,‬
און האָט‮ ‬פֿאַרטראַכט אין זײַן נקמה
אונדז אומצוברענגען פֿון דער וועלט‮.‬


און מרדכי‮, —‮ ‬בײַ דעם מלכס טויער‮,‬
וואָס שטייט פֿון המנען ניט אויף‮,‬
די שטילע אסתּר‮, ‬בלייך‮, ‬פֿאַרטרויערט‮,‬
וואָס לאָזט זיך ניט צום מלכס הויף‮.‬


און שפּעטער‮ ‬— המנס סוף דער וויסטער‮,‬
די פֿרייד וואָס איז בײַ אונדז געווען‮. . .‬
וועט מיט דעם נײַעם המן איצטער
געוויס דאָס זעלביקע געשען‮.‬


און שײַנען וועט נאָך אונדזער שטערן
ביז אין דער אייביקייט אַרײַן‮,‬
די וועלט וועט אויסגעלײַטערט ווערן‮,‬
און ס’וועט אַ נײַער פּורים זײַן‮.