- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
ווי ברייט עס זאָל נישט פֿאַרשפּרייטן זיך די ציוויליזאַציע־נעץ איבער אונדזער פּלאַנעטע, און ווי הויך עס זאָלן נישט פֿליִען אין הימל די קאָסמאָס־שיפֿן, ווען עס קומט צו אויבערגלויבענישן פֿאַלט די מענטשהייט אַרײַן אינעם טיפֿסטן תּהום פֿון מיטל־עלטערלעכער פֿינצטערניש. בפֿרט, ווען עס גייט די רייד וועגן די בילבולים אויף ייִדן. דעם האַרבסט האָט די ניו־יאָרקער ייִדישע גאַס גענאָסן פֿון אַ פּאַריזער גאַסט — מילענאַ קאַרטאָווסקי. סײַ אַ זינגערין, סײַ אַן אַקטריסע, רעזשיסאָרין, און שרײַבערין — גלייבט זיך קוים, אַז זי איז אַלט בלויז 23 יאָר. כאָטש יונג, פֿאַרמאָגט זי אָבער גרויסע אַמביציעס; צווישן זיי, אַ טעאַטער־פּראָיעקט מיט צוויי כאַראַקטערן, וואָס דאַרף פֿאָרקומען אין פֿאַרשיידענע לענדער אויף פֿאַרשיידענע שפּראַכן — אַ "נײַע ייִדישע אָדיסעע." אין יעדן לאַנד וועט מען זיך פֿאַרטיפֿן אין דער ייִדישער געשיכטע פֿונעם אָרט און אין דער פּראָבלעם פֿון אויפֿהאַלטן און אויסדריקן אַן אייגענע ייִדישע אידענטיטעט. בעת אירע דרײַ חדשים אין ניו־יאָרק האָט זי איבערגעלעבט איר אייגענע אָדיסעע. אין פֿרילינג האָבן מיר באַשריבן איר פֿאָרשטעלונג "טשאָלנטגאַנג", וואָס זי האָט אויפֿגעפֿירט אין פּאַריז און דערנאָך בײַם מאָנטרעאָלער אינטערנאַציאָנאַלן טעאַטער־פֿעסטיוואַל אין יוני. זײַענדיק אַ געהילף אין דער "ייִדיש־זומער־ווײַמאַר"־פּראָגראַם האָט דער דירעקטאָר אַלען בערן איר געעצהט, אַז אויב זי וויל עפּעס שאַפֿן אינעם ייִדישן טעאַטער, זאָל זי פֿאָרן קיין ניו־יאָרק און זיך פֿאַרטיפֿן אין דער ייִדישער קולטור־סבֿיבֿה. איז זי געקומען אין סעפּטעמבער מיט אַ געוויינטלעכער דרײַ־חודשדיקער וויזע און זיך גענומען צו דער אַרבעט. בערך דרײַ פֿערטל פֿון די רוסיש־רעדנדיקע ייִדן לעבן הײַנט–צו–טאָג מחוץ די אַלטע סאָוועטישע גרענעצן. זינט 1970, ווען די סאָוועטישע מאַכט האָט דערלויבט די ייִדישע עמיגראַציע, זײַנען פֿונעם סאָוועטן־פֿאַבאַנד אַרויסגעפֿאָרן כּמעט צוויי מיליאָן ייִדן, בערך אַזוי פֿיל, ווי בעת דער גרויסער עמיגראַציע פֿון 1881—1914. אָבער להיפּוך צו דער ערשטער כוואַליע, ווען די מערהייט ייִדן זײַנען טאַקע פֿאַרבליבן אין רוסלאַנד, איז די הײַנטיקע ייִדישע באַפֿעלקערונג אין די לענדער פֿונעם אַמאָליקן סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, מערסטנטייל אין רוסלאַנד און אוקראַיִנע, אַ גאַנץ קליינע, אַרום אַ האַלבן מיליאָן נפֿשות. אַזאַ מין מאַסאָווע ייִדישע יציאת־רוסלאַנד איז אַ פּועל־יוצא פֿונעם צעפֿאַל פֿונעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. דער שפּיץ פֿון דער עמיגראַציע האָט זיך באַוויזן אין דער ערשטער העלפֿט פֿון די 1990ער יאָרן. איצט האָט זיך די עמיגראַציע כּמעט אָפּגעשטעלט, און אין משך פֿון די ערשטע צענדליק יאָר פֿונעם 21סטן יאָרהונדערט האָט זיך דער מצבֿ סטאַביליזירט. אַנשטאָט מאַסן־עמיגראַציע איז געקומען מיגראַציע צווישן די הויפּט־צענטערס פֿון דער רוסיש־ייִדישער צעשפּרייטונג. אַ היפּש ביסל אימיגראַנטן פֿאַרמאָגן רוסישע בירגערשאַפֿט און קומען קיין רוסלאַנד רעגולער, אויף אַ באַזוך אָדער צוליב געשעפֿטן. די וואָך איז אויפֿגעטראָטן דייוויד (דוד) מאַזאָווער אין קאָלומביע־אוניווערסיטעט מיט אַ רעפֿעראַט וועגן זײַן עלטער־זיידן שלום אַש. דייוויד אַליין קומט פֿון ענגלאַנד, רעדט ענגליש מיט אַ בריטישן דיאַלעקט, און אין צווישן הערט מען פֿון אים אַ ייִדיש וואָרט, און צו מאָל — גאַנצע זאַצן און פּאַראַגראַפֿן. ער איז הויך, שלאַנק, מיט אַ קאָפּ שוואַרצע, קוטשעראַווע האָר, אָנגעטאָן אין אַן עלעגאַנטן צוגעשניטענעם אָנצוג און מאַכט באַלד אויפֿן עולם אַ גוטן אײַנדרוק. זײַן אויפֿטריט איז געווען באַגלייט מיט בילדער און פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון שלום אַשן, אין זײַן יוגנט ביז זײַן עלטער און פֿון דער אַש־משפּחה. מען האָט אויך געזען די עלעגאַנטע ווילעס וווּ אַש האָט געוווינט אין דער שווײַץ, אין לאָנדאָן, אין ניו־יאָרק און אין בת־ים, אין ישׂראל. מיט אַ פּאָר צענדליק יאָר צוריק, ווען איך האָב געלערנט ייִדיש אין אָקספֿאָרדער אוניווערסיטעט אין ענגלאַנד, האָב איך זיך באַקענט מיט דודן, בעת ער האָט געמאַכט אַן אויסשטעלונג וועגן ייִדישן טעאַטער אין לאָנדאָן. איך האָב דעמאָלט באַשריבן די אויסשטעלונג און געווען אַנטציקט פֿון שלום אַשס אוראייניקל. זעט אויס, אַז דער זעלביקער דייוויד־דוד פֿאַרנעמט זיך ערנסט מיט שלום אַשס ייִדישער און צו מאָל ענגלישער ירושה, ער פֿאָרט אַרום איבער דער וועלט און באַקענט דעם עולם מיט זײַן באַרימטן עלטער־זיידן. עס זעט אויס, אַז בשעת די שטורעמדיקע כוואַליע פֿון סאָציאַלע פּראָטעסטן אין ישׂראל איז לעת-עתּה אָפּגעשוואַכט געוואָרן, ווערן די פּראָטעסטן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן וואָס מער פֿאַרשטאַרקט. דער לעצטער פּרוּוו צו עוואַקויִרן די פּראָטעסטאַנטן פֿון זוקאָטי־פּאַרק, דערמאָנט די זעלבע שׁיטות וואָס דער תּל-אָבֿיבֿער שטאָטראָט האָט געהאַט באַנוצט, עוואַקויִרנדיק די פֿאַרשידענע געצעלט-שטעטלעך אין תּל-אָבֿיבֿ — אינמיטן דער נאַכט, כּלומרש צוליב "היגיענישע פּראָבלעמען". אין ביידע לענדער האָבן די דעמאָנסטראַנטן געפֿונען פֿאַר זייערע הויפּט־לאָזונגען געלונגענע מאָטאָס: "מיר זענען די 99%!" — אין אַמעריקע, און "דאָס פֿאָלק פֿאָדערט סאָציאַלע גערעכטיקייט!" — אין ישׂראל. און ביידע באַוועגונגען האָבן זיך גענייטיקט אין אייגענע העלדן. אין ישׂראל האָבן די ראָל, צום מערסטנס, געשפּילט יונגע פֿרויען, ווי דפֿני ליף און אַנדערע; און וואָס שייך די אַמעריקאַנער ייִדן, שפּילט איצט אַזאַ ראָל דניאל זאַרעצקי, וואָס האָט אָנגעהויבן מיט "אָקופּירט ייִדישקייט!", ווי אַ מיטל צו מאָביליזירן די אַמעריקאַנער ייִדן אין דער אַלגעמיינער "אָקופּאַציע"־באַוועגונג. אָט דער דניאל האָט זיך דעם 10טן נאָוועמבער אין דער "רמת-אורה" שיל אין מאַנהעטן באַטייליקט אין אַ דיאַלאָג מיט הרבֿ אַהרון לייבאָוויטש פֿון ישׂראל וועגן די פּראָטעסטן אין ביידע לענדער און וועגן דעם ייִדישן קוקווינקל, וואָס שייך סאָציאַלער גערעכטיקייט אין אַלגעמיין. אין דער פֿאָריקער פּרשה — "תּולדות" — איז געגאַנגען אַ רייד וועגן די קאָמפּליצירטע באַציִונגען צווישן זין פֿון יצחק אָבֿינו: יעקבֿ און עשׂו. הגם זיי זענען געווען צווילינג־ברידער, האָבן זיי אָנגעהויבן קריגן זיך נאָך אין זייער מאַמעס בויך; צוליב דעם, וואָס יעקבֿ האָט אָפּגעקויפֿט עשׂוס בכורה און באַקומען אַ ספּעציעלע ברכה, מיט וועלכער זײַן טאַטע האָט געוואָלט בענטשן עשׂון, איז דאָס מחלוקת פֿאַרגאַנגען אַזוי ווײַט, אַז יעקבֿ האָט געמוזט אַנטלויפֿן פֿון זײַן היים קיין חרן, וווּ עס האָט געוווינט זײַן פֿעטער, לבֿן. עס קומען אָפֿט אַרויס אין דרוק ביכער וועגן אַלטע ייִדישע מצבֿות אין מיזרח־ און מערבֿ־אייראָפּע, אָבער מע וואָלט אויך געקענט אַרויסגעבן אַן אינטערעסאַנטן פֿאָטאָ־אַלבום פֿון אַלטע אַמעריקאַנער ייִדישע מצבֿות. דער אימאַזש פֿון אַן אַלטער מצבֿה האָט אין זיך אַ צוציִענדיקן כּוח וואָס פֿאַרכאַפּט דעם פֿאָרשער, דעם טוריסט און סתּם צוקוקער. איך פֿלעג פֿאָרן אויף אַלטע אינטערעסאַנטע בית־עולמס אין טעקסאַס, וועלכע האָבן אָפּגעשפּיגלט דאָס שווערע לעבן פֿון די ערשטע ייִדן דאָרטן; ס‘רובֿ פֿון זיי "פּעדלערס". אויף איין מצבֿה אין דער שטאָט אָסטין שטייט פּשוט "יעקבֿ פּאָלאַק — הרוג באוסטון, 1920". עס איז נאָך דעמאָלט געווען דער "ווילדער וועסט" אין יענע מקומות, אַפֿילו אינעם 20סטן יאָרהונדערט. ווער ווייסט, ווי דער דאָזיקער יעקבֿ פּאָלאַק איז נעבעך אומגעקומען? איך שטעל זיך פֿאָר אין אַ "שוט־אַוט", ווי מע זעט אין די האָליוווּד־פֿילמען. אויף אַן אַנדער מצבֿה פֿונעם בית־עולם אינעם שטעטל לולינג, האָט מען געשריבן ענגלישע ווערטער, אָבער מיט ייִדישע אותיות — "באָרן" (געבוירן) "דײַד" (געשטאָרבן); אַ סימן, אַז כאָטש די ערשטע אימיגראַנטן האָבן פֿאַרגעסן לשון־קודש און ייִדיש, האָבן זיי נאָך געדענקט דעם אלף־בית און האָבן געוואָלט אויסדריקן זייער ייִדישקייט דורך די אותיות, אַפֿילו אין אַן אַנדער שפּראַך. מע דאַרף נישט פֿאָרן קיין טעקסאַס אָדער אייראָפּע צו באַזוכן גאָר אינטערעסאַנטע בית־עולמס. ווער סע וויל אויספֿאָרשן אַשכּנזישע ייִדישע נעמען, למשל, וואָלט געדאַרפֿט פֿאַרברענגען עטלעכע טעג אין די ריזיקע "פֿעלדער" פֿון ניו־יאָרק. ווען איך פֿאָר אויף קבֿר־אָבֿות אין עלמאָנט, ניו־יאָרק, לייען איך יעדעס מאָל ייִדישע נעמען וואָס איך האָב פֿריִער נישט געהערט. אין יאָר 1932 איז קיין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד געפֿאָרן איינער פֿון די פֿירנדיקע "פֿאָרווערטס"-זשורנאַליסטן — מענדל אָשעראָוויטש. אין דער צײַטונג האָט מען אים געהאַלטן פֿאַר אַ מומחה אין אוקראַיִנע, ווײַל, ערשטנס, האָט ער אַליין געשטאַמט פֿון אוקראַיִנע און, צווייטנס, האָט ער זיך תּמיד אינטערעסירט מיט דער געשיכטע און פֿאָלקלאָר פֿון אוקראַיִנישע ייִדן, ווי אויך פֿון די אוקראַיִנער. זײַנע רײַזע-נאָטיצן האָבן זיך געדרוקט אין "פֿאָרווערטס" און זײַנען אויך אַרויס ווי אַ בוך (זייער אַן אינטערעסאַנטס) אונטערן טיטל "ווי מענטשן לעבן אין סאָוועט-רוסלאַנד" (1933), וווּ אָשעראָוויטש האָט פֿאַרשריבן אַ מוסטער פֿון פֿאָלקלאָר פֿון יענער צײַט: * * * אַ פּויער פֿון אַ דאָרף איז געקומען אין אַ גרויסער שטאָט ווי אַ דעלעגאַט אויף אַ סאָוועטישער קאָנפֿערענץ. קיין געבילדעטער איז ער ניט געווען. ער האָט אָבער געהאַט גרויס דרך-ארץ פֿאַר געבילדעטע מענטשן, און אויף די זיצונגען פֿון דער קאָנפֿערענץ האָט ער זיך זייער אויפֿמערקזאַם צוגעהערט צו די רעדעס פֿון די פֿירער. אַבֿרהם־בער גאָטלאָבער איז געווען איינער פֿון די ערשטע משׂכּילים־שרײַבער אין מיזרח־אייראָפּע. ער איז געווען באַווירקט פֿון יוסף פּערל, מענדל לעפֿין, ר׳ יצחק־בער לעווענזאָן א״אַנד. צוליב דעם האָבן די חסידים אים געצוווּנגען צו גטן זײַן ערשטע פֿרוי. שפּעטער האָט ער גענומען וואַנדערן און פּרעדיקן די השׂכּלה־פּראָגראַם פֿון בילדונג און רוסיפֿיצירן זיך. אין די פֿאַרשיידענע שטעט וווּ ער האָט געלעבט פֿון מלמדות, האָט ער איבערגעזעצט שילערן אויף העברעִיִש און ייִדיש, געשריבן פּיעסעס, צונויפֿגעשטעלט פֿריילעכע קופּלעטן אין ייִדיש, אַליין געשריבן צו זיי די מעלאָדיעס און זיי אַליין פֿאָרגעזונגען פֿאַר זײַנע צוהערערס. ער איז געווען אַ לערער אין דער זשיטאָמירער ראַבינער־שול אין די 0681ער יאָרן, וווּ אַבֿרהם גאָלדפֿאַדען האָט געלערנט און אַבֿרהם־בער האָט געהאַט אַ שטאַרקן אײַנפֿלוס אויף זײַן שפּעטער־באַוווּסטן תּלמיד. אַ סך פֿון גאָטלאָבערס שאַפֿונגען זײַנען פֿאַרלוירן געגאַנגען; בלויז אַ פּאָר האָבן זיך אָפּגעפֿונען און אויפֿגעהיט געוואָרן. ווי שלמה עטינגער, האָט ער פֿאַרייִדישט שילערס "דער גלאָקע" אין זײַן, "דאַס ליד פֿונעם קוגל" — בײַ אים, אַן אָפּשפּיגלונג פֿון דעם ייִדנס לעבן. אין דער צײַט וואָס דער קוגל באַקט זיך, גייט ער דורך די שטאַפּלען, די מינהגים און דעם לעבנס־שטייגער וואָס באַגלייטן דעם ייִד. (אַגבֿ, דאַרפֿן מיר דאָס ליד צוגעבן צו דער רשימה "שפּײַז אין לידער" וואָס מיר האָבן געדרוקט פֿאָריקן מאָל אין שײַכות מיטן דאַנק־טאָג "טענקסגיווינג"). וואָס מאַכט אַ געביט פֿון וויסנשאַפֿט פֿאַר אַ געביט פֿון וויסנשאַפֿט? צווישן די וויכטיקסטע פֿאַקטאָרן זײַנען, ערשטנס, אַקאַדעמישע צײַטשריפֿטן און צווייטנס, קאָנפֿערענצן. מיט אַקאַדעמישע צײַטשריפֿטן האַלט בײַ אונדז, אין הילכות ייִדיש, זייער שמאָל. טעאָרעטיש איז דאָ ערגעץ אַ זשורנאַל, אויף ענגליש, וואָס הייסט "ייִדיש", אָבער ווער זעט אים? ער גייט ניט אַרויס. עמעצער האַלט עס אין די הענט און לאָזט צו אים קיינעם ניט צו, כאָטש איך האָב געהערט וועגן געוויסע פּרוּוון דעם זשורנאַל ווידער אויפֿלעבן. אונטער דער מאַרקע פֿון ייִוואָ זײַנען אויך דאָ אַזעלכע "פֿאַרפֿרוירענע", קליניש-פֿאַרשטאָרבענע צײַטשריפֿטן, וואָס מענטשן, וועלכע זײַנען איצט גראָ, האָבן זיי געזען, ווען זייערע האָר האָבן נאָך געהאַט אַ קאָליר. מיט קאָנפֿערענצן איז דער מצבֿ אַ בעסערער. שוין אַ היפּש ביסל צײַט קלײַבט זיך צונויף אין דײַטשלאַנד אַ ייִדיש-קאָנפֿערענץ. דאָס קומט פֿאָר יאָר-אײַן יאָר-אויס אין צוויי אוניווערסיטעטן נאָכן סדר: אין טריר און אין דיסעלדאָרף. און עס זײַנען דאָ אויך אַנדערע אַקאַדעמישע צונויפֿקומענישן, וואָס ספּעציאַליזירן זיך אין ייִדיש-לימודים. ווי אַ דוגמא, האָב איך די חוצפּה צו דערמאָנען דאָ דרײַ אַזעלכע פֿאָרומס, צו וועלכע איך אַליין האָב אַ דירעקטן שײַכות: אין אַ וואָך אַרום וועט אין ייִוואָ דורכגיין אַן איינטאָגיקע קאָנפֿערענץ, געווידמעט די אַמעריקאַנער יאָרן אין דעם לעבן פֿון מאַקס ווײַנרײַך, דער "טאַטע" פֿון ייִוואָ; סוף אַפּריל 2012, וועט אין דער דײַטשישער שטאָט רעגנסבורג זיך צונויפֿקלײַבן אַ געלערנטער עולם צו רעדן וועגן יוסף אָפּאַטאָשו, איינעם פֿון די בעסטע ייִדישע פּראָזאַיִקער אין אַמעריקע (אָבער דווקא אין דײַטשלאַנד איז גרינגער געווען צונויפֿקלײַבן אַן אָפּאַטאָשו-קאָנפֿערענץ, איידער אין אַמעריקע); טײַערע חזנטע, גרענעצן אויב עס גלוסט זיך אײַך אַ מאָל צוגרייטן אַן עלעגאַנט מאכל, מאַכט אַ פֿראַנצויזישע ציבעלע־זופּ. דאָס בעסטע ברויט אַרײַנצולייגן אין דער זופּ איז אַ שטריצל (איטאַליעניש אָדער פֿראַנצויזיש ברויט), אָבער איר קענט ניצן וואָסער ברויט איר ווילט. די זופּ קאָכט מען, צום טייל, אין אַ הייסן אויוון; זײַט זשע זיכער, אַז די שיסעלעך אין וועלכער די זופּ באַקט זיך קענען אויסהאַלטן די היץ.
באַשפּריצט אַ פּאַטעלניע מיט שפּריצבוימל און פּרעגלט די ציבעלע איבער אַ מיטעלן פֿײַער 15 מינוט, ביז עס ווערט ווייך און גאָלדן־ברוין. מישט אַרײַן די פּוטער |