פּערזענלעכקײטן

דוד מאַזאָווער בעת אַן אינטערוויו בײַם "ייִדישן ביכער־צענטער"
דוד מאַזאָווער בעת אַן אינטערוויו בײַם "ייִדישן ביכער־צענטער"

די וואָך איז אויפֿגעטראָטן דייוויד (דוד) מאַזאָווער אין קאָלומביע־אוניווערסיטעט מיט אַ רעפֿעראַט וועגן זײַן עלטער־זיידן שלום אַש.
דייוויד אַליין קומט פֿון ענגלאַנד, רעדט ענגליש מיט אַ בריטישן דיאַלעקט, און אין צווישן הערט מען פֿון אים אַ ייִדיש וואָרט, און צו מאָל — גאַנצע זאַצן און פּאַראַגראַפֿן. ער איז הויך, שלאַנק, מיט אַ קאָפּ שוואַרצע, קוטשעראַווע האָר, אָנגעטאָן אין אַן עלעגאַנטן צוגעשניטענעם אָנצוג און מאַכט באַלד אויפֿן עולם אַ גוטן אײַנדרוק.
זײַן אויפֿטריט איז געווען באַגלייט מיט בילדער און פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון שלום אַשן, אין זײַן יוגנט ביז זײַן עלטער און פֿון דער אַש־משפּחה. מען האָט אויך געזען די עלעגאַנטע ווילעס וווּ אַש האָט געוווינט אין דער שווײַץ, אין לאָנדאָן, אין ניו־יאָרק און אין בת־ים, אין ישׂראל.
מיט אַ פּאָר צענדליק יאָר צוריק, ווען איך האָב געלערנט ייִדיש אין אָקספֿאָרדער אוניווערסיטעט אין ענגלאַנד, האָב איך זיך באַקענט מיט דודן, בעת ער האָט געמאַכט אַן אויסשטעלונג וועגן ייִדישן טעאַטער אין לאָנדאָן. איך האָב דעמאָלט באַשריבן די אויסשטעלונג און געווען אַנטציקט פֿון שלום אַשס אוראייניקל. זעט אויס, אַז דער זעלביקער דייוויד־דוד פֿאַרנעמט זיך ערנסט מיט שלום אַשס ייִדישער און צו מאָל ענגלישער ירושה, ער פֿאָרט אַרום איבער דער וועלט און באַקענט דעם עולם מיט זײַן באַרימטן עלטער־זיידן.
דער עלטער־זיידע זײַנער — שלום אַש — איז געבוירן געוואָרן אין קוטנע — דעמאָלט אַ קליין שטעטל אין פּוילן — אין 1880, בײַ פֿרומע עלטערן. דער טאַטע זײַנער האָט געהאַנדלט מיט רינדער און דערצו האָט ער געהאַלטן אַ קליינע קרעטשמע בײַ דער זײַט. שלום אַש איז געגאַנגען אין חדר און געקענט עבֿרי ביז ער האָט זיך אָנגעשטויסן אין משה מענדעלסאָנס דײַטשע איבערזעצונגען פֿון תּהילים. האָט ער זיך נישט געפֿוילט, און אַוועקגעזעצט זיך לערנען דײַטש; און ווען דאָס דײַטש איז אים אַרײַן אין די ביינער, האָט ער זיך גענומען צו די דײַטשע קלאַסיקער.
פֿאַרשטייט זיך, אַז זײַנע עלטערן האָבן זיך דערשראָקן. דער בנוק זייערער גייט אויף קרומע וועגן. האָט מען אים אַוועקגעשיקט צו קרובֿים אין אַ פּויליש דערפֿל, וווּ ער האָט זיך גענומען צוקוקן צום לעבן פֿון די פּויערים און פּויערטעס. בשעת־מעשׂה, האָט ער מיט דעם קליינוואַרג פֿון דער משפּחה געקנעלט חומש. ער איז אויך געוואָרן אַ בריוון־שטעלער פֿאַר יענע וואָס האָבן זיך נישט געקענט אונטערשרײַבן.
אין 1900 האָט אַש גענומען די ערשטע שריט אין דער ייִדישער ליטעראַטור און אַוועק קיין וואַרשע, וווּ י. ל. פּרץ האָט אים געראַטן צו קאָנצענטרירן זיך אויף זײַן ייִדיש. אַשס פֿריסטע שאַפֿונגען אויף ייִדיש און אויף לשון־קודש האָבן געהאַט צו טאָן ס’רובֿ מיט זײַנע טרויעריקע טעג ווי אַ יוגנטלעכער. מיט אַ צײַט שפּעטער האָט ער זיך באַפֿרײַנדט מיטן פּויליש־ייִדישן שרײַבער מ. מ. שפּיראָ, וועמענס טאָכטער מאַטילדע ער האָט גענומען פֿאַר זײַן ווײַב.
זײַן ערשט ווערק "מיטן שטראָם," געשריבן אויף ייִדיש אין 1904, האָט אים געעפֿנט טיר און פֿענצטער; אויף אַזוי פֿיל, אַז זײַנע ערשטע דראַמעס האָט מען געשפּילט אויף פּויליש, רוסיש און דײַטש, וואָס איינע פֿון זיי איז געווען "גאָט פֿון נקמה." די דראַמע איז שטאַרק פּראָוואָקאַטיוו און שילדערט אַ פֿרומען ייִד, וועלכער ציט פּרנסה פֿון אַ "הײַזל," מיט גאַסן־פֿרויען. און דאָס בשעת עס וואַקסט בײַ אים אונטער אַ טעכטערל, וועלכע קוקט זיך צו וואָס דאָ קומט פֿאָר און פֿאַרליבט זיך אין איינער פֿון די גאַסן־מיידלעך.
דערווײַל פֿאַלט דער טאַטע אַרײַן אין אַ שרעקלעכער רוגזה און פֿאַריאָגט זי, אַהין, אין הײַזל אַרײַן, וווּ עס געפֿינען זיך זײַנע גאַסן־מיידלעך פֿון וועלכע ער ציט זײַן פּרנסה.
איז ערשטנס, איז עס דער ערשטער פֿאַל ווען ס’רעדט זיך וועגן לעזביאַנער־ליבע בײַ ייִדן, און דאָס שוין אין אָנהייב פֿון 20סטן יאָרהונדערט. צווייטנס, איז עס אַן אָנקלאַגע קעגן דעם היפּאָקריטישן דואַליזם פֿון פֿרומקייט, וואָס אין יענער צײַט האָט עס געמוזט זײַן ממש אַ רעוועלאַציע. מײַן טאַטע האָט מיר דערציילט, אַז ער איז ווי אַ יונגער בחור געגאַנגען זען די פּיעסע אין די דרײַסיקער יאָרן אין לאָדזש, און געזען אַ שלל מיט יאַרמלקעס צווישן עולם.
אַשן איז געגאַנגען אין לעבן צו באַפֿרײַען זיך פֿון די צוימען פֿון שטעטל. דערווײַל האָט ער באַזוכט ארץ־ישׂראל און ווײַטער זיך פֿאַרנומען מיט ווערק ווי "ר’ שלמה נגיד" (1913), "מאָטקע גנבֿ," און "אָנקל מאָזעס," וואָס דערפֿון האָט מען געמאַכט אַ פֿילם מיט מאָריס שוואַרצן.
מיר, יונגוואַרג אין "אַרבעטער־רינג"־שול, האָבן געלערנט זײַן "קידוש־השם," ווײַל די געשיכטע האָט געהאַט צו טאָן מיט מאַרטירערשאַפֿט. מיר זײַנען געווען אַנטציקט. ווי עס זעט אויס, זײַנען אַשס פֿריִערדיקע ווערק געווען שטאַרק דערהויבן, זײַנע שילדערונגען פֿון ייִדישן קהילה־לעבן, שבת און יום־טובֿ, פֿול מיט לויב צו גאָט און התלהבֿות.
אין צײַט פֿון דער ערשטער וועלט־מלחמה האָט די משפּחה אַש געוווינט אין אַמעריקע און נאָך דער מלחמה זיך אומגעקערט קיין פּוילן און פֿראַנקרײַך. נאָכן יאָר 1938 האָט זיך די משפּחה באַזעצט אין אַמעריקע, וווּ ער האָט געדרוקט ס’רובֿ פֿון זײַנע ליטעראַרישע ווערק, און ווען ער איז שוין געווען זאַט פֿון די ייִדישע טעמעס, האָט ער זיך גענומען צו אַ טרילאָגיע פֿון קריסטלעכע ווערק. צווישן זיי "דער מאַן פֿון נצרת" (1943), "דער אַפּאָסטאָל" (1943) און "מערי" (1949). די קריסטלעכע און, דער עיקר, די דרויסנדיקע פּרעסע האָט עס אויפֿגענומען מיט לויב.
פֿאַרשטייט זיך, אַז די ייִדישע פּרעסע, בראָש מיטן רעדאַקטאָר פֿון "פֿאָרווערטס," אַב. קאַהאַן, האָבן אַשן עפֿנטלעך אַטאַקירט, בויקאָטירט פֿאַר זײַנע קריסטלעכע ווערק, און אים באַשולדיקט אין אָפֿענעם אַפּיקורסות.
אַש האָט אָבער נישט אויפֿגעהערט צו שרײַבן: "איסט־ריווער" (1946), וועגן נאַצי־דײַטשלאַנד; "דער ברענענדיקער דאָרן" (1946), און "משה" (1951). ער האָט בשום־אופֿן נישט אויפֿגעהערט צו זוכן נײַע האָריזאָנטן מיט זײַנע אַגרעסיווע און קאָנטראָווערסיאַלע ווערק. ער איז אַוועק אין זײַן ליטעראַרישער קאַריערע אויף ייִדיש וווּ קיינער האָט נישט דערוועגט איבערצוטרעטן די שוועל, און דערמיט זיך פֿאַרדינט אַן אינטערנאַציאָנאַלע רענאָמע.
פֿאַר זײַן טויט האָט ער זיך באַזעצט אין בת־ים, אין ישׂראל, וווּ ער האָט געהאַט אַ סבֿיבֿה אַרום זיך צווישן זײַנע קוטנער לאַנדסלײַט. געשטאָרבן איז ער אָבער אין לאָנדאָן אין 1957. זײַן הויז אין בת־ים האָט זיך פֿאַרוואַנדלט אין אַ שלום אַש־מוזיי וווּ עס געפֿינט זיך אַ בכּבֿודיקע זאַמלונג פֿון ייִדישע קונסט־אָביעקטן. אַ טייל פֿון זײַן עזבֿון געפֿינט זיך אין לאָס־אַנדזשעלעס, קאַליפֿאָרניע, און די גרעסטע טייל פֿון זײַנע פֿריִערדיקע ווערק און כּתבֿ־ידן געפֿינען זיך אין יעיל־אוניווערסיטעט.
מיט איין וואָרט, דער אָוונט איז געווען סײַ באַלערנדיק און סײַ אינטערעסאַנט. נאָך דער פּרעזענטאַציע האָבן סטודענטן און בכּבֿודיקע געסט געשטעלט פֿראַגעס. איין פֿראַגע האָט זיך ממש פֿאַרגנבֿעט אין מײַן געדעכעניש, און זי איז געווען:
"האָט אַש עפּעס געשריבן וואָס האָט געהאַט אַ שײַכות מיט אונדזער חורבן אין אייראָפּע?"
אָבער אויף דעם איז נישט געקומען קיין ענטפֿער, ווײַל ווי עס זעט אויס האָט קיינער פֿריִער נישט געשטעלט אַזאַ פֿראַגע, און נאָך אַ פֿראַגע האָט מיר געדליבעט אין קאָפּ: ווי קומט עס, אַז שלום אַשס קריסטלעכע ווערק זײַנען געשריבן געוואָרן און אַרויס אין דער צײַט פֿון אונדזער חורבן? אויף דעם, האָב איך געטראַכט, איז אפֿשר יאָ דאָ אַן ענטפֿער. איך שטעל זיך פֿאָר, אַז אַש האָט זיך געפֿונען אין אַ דילעמע, האָט ער אָנגעשריבן און אַרויסגעגעבן זײַנע קריסטלעכע ביכער. ווי האָט ער געקענט פֿאַרלייקענען און פֿאַרדעקן דאָס אין צײַט פֿונעם חורבן.
אָבער דייוויד־דוד מאַזאָווער איז דאָך פֿאָרט דאָס אוראייניקל פֿון אַזאַ באַרימטן עלטער־זיידן. ער קען בלויז זאָגן עדות אויף דעם וואָס ער האָט זיך דערוווּסט ווען ער איז געקומען צום שׂכל.
קיין גוטע פֿרײַנד צווישן די ייִדישע שרײַבער און פּאָעטן האָט אַש נישט פֿאַרמאָגט. אַב. קאַהאַן, דער רעדאַקטאָר פֿון "פֿאָרווערטס", האָט אים משלח געווען פֿון זײַן בלאַט. אָבער אַש איז געווען אַ קלוגער ייִד, געוווּסט ווי זיך אַן עצה צו געבן מיטן לעבן, מיט זײַנע שריפֿטן, און נישט אויפֿגעגעבן זײַן שטרעבונג צום רום און רײַכטום.