געשיכטע

אין יאָר 1932 איז קיין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד געפֿאָרן איינער פֿון די פֿירנדיקע "פֿאָרווערטס"-זשורנאַליסטן — מענדל אָשעראָוויטש. אין דער צײַטונג האָט מען אים געהאַלטן פֿאַר אַ מומחה אין אוקראַיִנע, ווײַל, ערשטנס, האָט ער אַליין געשטאַמט פֿון אוקראַיִנע און, צווייטנס, האָט ער זיך תּמיד אינטערעסירט מיט דער געשיכטע און פֿאָלקלאָר פֿון אוקראַיִנישע ייִדן, ווי אויך פֿון די אוקראַיִנער. זײַנע רײַזע-נאָטיצן האָבן זיך געדרוקט אין "פֿאָרווערטס" און זײַנען אויך אַרויס ווי אַ בוך (זייער אַן אינטערעסאַנטס) אונטערן טיטל "ווי מענטשן לעבן אין סאָוועט-רוסלאַנד" (1933), וווּ אָשעראָוויטש האָט פֿאַרשריבן אַ מוסטער פֿון פֿאָלקלאָר פֿון יענער צײַט:

* * *

אַ פּויער פֿון אַ דאָרף איז געקומען אין אַ גרויסער שטאָט ווי אַ דעלעגאַט אויף אַ סאָוועטישער קאָנפֿערענץ. קיין געבילדעטער איז ער ניט געווען. ער האָט אָבער געהאַט גרויס דרך-ארץ פֿאַר געבילדעטע מענטשן, און אויף די זיצונגען פֿון דער קאָנפֿערענץ האָט ער זיך זייער אויפֿמערקזאַם צוגעהערט צו די רעדעס פֿון די פֿירער.
עס איז דעם פּויער ניט אָנגעקומען אַזוי לײַכט צו פֿאַרשטיין אַלץ וואָס די רעדנער האָבן געזאָגט, ער האָט אָבער דאָך אײַנגעזאַפּט דעם עיקר. איין וואָרט אָבער האָט אים געשטערט און ער האָט ניט געקענט זײַן אין גאַנצן זיכער, צי ער פֿאַרשטייט טאַקע אַלץ צי ניין, און דאָס איז געווען דאָס וואָרט "טעמפּ".
און ווי אויף צו להכעיס האָט יעדער רעדנער אויף דער פּלאַטפֿאָרמע אָן אַ שיעור מאָל אָט דאָס וואָרט איבערגעחזרט: "שנעלער טעמפּ"... "אַמעריקאַנער טעמפּ"... "האַסטיקער טעמפּ"... — אַלץ "טעמפּ" און "טעמפּ"!
בלויז פֿון דעם אַליין וואָס יעדער רעדנער דערמאָנט אָט דאָס וואָרט אַזוי פֿיל מאָל און שטרײַכט עס אונטער אַזוי שאַרף האָט דער פּויער געדרונגען, אַז דאָס מוז אַוודאי זײַן זייער אַ וויכטיק וואָרט. איז ער נאָך דער זיצונג צוגעגאַנגען צו איינעם פֿון די פֿירער און האָט אים געבעטן, ער זאָל אים געבן צו פֿאַרשטיין וואָס דאָס איז אַזוינס אַ "טעמפּ". "איך מוז דאָס וויסן, חבֿר, — האָט דער פּויער געזאָגט, — ווען איך וועל קומען צוריק אין דאָרף, וועל איך דאָך אויך דאַרפֿן רעדן דערפֿון. איך בין דאָך אַ דעלעגאַט און איך וועל דאַרפֿן אָפּגעבן אַ באַריכט."
דער פֿירער האָט געוואָלט זײַן זיכער, אַז דער פּויער וועט אים פֿאַרשטיין. ער האָט געדענקט, אַז די בעסטע זאַך אין אַזאַ פֿאַל וועט זײַן צו געבן אַ לעבעדיקן בײַשפּיל. האָט ער דעם פּויער צוגעפֿירט צום פֿענצטער און, אָנווײַזנדיק אויף אַ גרויסער פֿאַבריק, געזאָגט:
"דו זעסט, חבֿר, אָט די פֿאַבריק? אַיאָ, אַ גרויסע, האַ? פֿון די קוימענס זעצט אַ רויך. אינעווייניק אַרבעטן עטלעכע טויזנט מענטשן בײַ טאָג און בײַ נאַכט. אויסבויען אַזאַ פֿאַבריק אונטער אַן אַנדער אָרדענונג וואָלט געדאַרפֿט געדויערן אַ צען יאָר אַוודאי. אונטער אַ קאָמוניסטישער אָרדענונג אָבער איז — איין יאָר און די פֿאַבריק איז אויסגעבויט! און דאָס הייסט — טעמפּ! פֿאַרשטאַנען?"
נאָך דער קאָנפֿערענץ איז דער פּויער אַוועקגעפֿאָרן צוריק אַהיים און אויף דער פֿאַרזאַמלונג פֿון פּויערים, וואָס ער האָט צונויפֿגערופֿן אין דאָרף, האָט ער שוין געהאַלטן אין איין רעדן וועגן "טעמפּ". האָבן די פּויערים ניט פֿאַרשטאַנען וואָס דאָס איז אַזוינס און, נאָך דעם ווי ער האָט זײַן רעדע געענדיקט, זײַנען עטלעכע פּויערים צוגעגאַנגען און האָבן אים געבעטן, ער זאָל זיי געבן צו פֿאַרשטיין וואָס אַזוינס עס מיינט "טעמפּ".
דאַן האָט דער פּויער פֿונעם דאָרף נאָכגעפֿאָלגט דעם בײַשפּיל פֿונעם פֿירער אין שטאָט. ער האָט די פּשוטע מענטשן צוגעפֿירט צום פֿענצטער, זוכנדיק מיט די אויגן אַ פֿאַבריק, אויף וואָס אָנצוּווײַזן. אָבער אין דאָרף איז דאָך קיין פֿאַבריק ניט געווען, איז דער פּויער דאַריבער געבליבן שטיין אין גרויס פֿאַרלעגנהייט, וואַרפֿנדיק די אויגן אין אַלע זײַטן. און מיט אַ מאָל האָט ער דערזען דעם בית-עולם, און ער האָט זיך דערפֿרייט:
"איר זעט, חבֿרים, אָט דעם בית-עולם? — האָט ער געזאָגט, — אַיאָ, אַ גרויסער בית-עולם? מע זעט קוים אָן דעם פּאַרקן בײַם סוף. אָנפֿילן אַזאַ בית-עולם אונטער אַן אַנדער אָרדענונג וואָלט געדאַרפֿט געדויערן אַ צען יאָר אַוודאי. אונטער אַ קאָמוניסטישער אָרדענונג אָבער איז — איין יאָר און דער גאַנצער בית-עולם איז שוין פֿול... און דאָס הייסט שנעלקייט, דאָס הייסט — טעמפּ! פֿאַרשטאַנען?"

* * *

עס זײַנען דאָ פֿאַרשיידענע אָפּשאַצונגען פֿון דער צאָל קרבנות פֿון דעם הונגער אין די יאָרן 1932—1933. אין אוקראַיִנע אַליין זײַנען געשטאָרבן ניט ווייניקער ווי 3 מיליאָן נפֿשות; דער עיקר, פּויערים. אין יאָר 1937, ווען אין סאָוועטן-פֿאַרבאַנד האָט מען דורכגעפֿירט אַ פֿאָלקס-ציילונג, האָט די סטאַטיסטיק געוויזן אַזאַ פֿאַרקלענערונג פֿון דער באַפֿעלקערונג, באַזונדערס אין אוקראַיִנע, אַז די רעזולטאַטן האָט מען גלײַך פֿאַרבאַהאַלטן. באַשולדיקט האָט מען, פֿאַרשטייט זיך, די סטאַטיסטיקער, און אַ צאָל פֿון זיי האָט מען אומגעבראַכט. צווישן זיי איז געווען אויך דער באַקאַנטער ייִדישער סטאַטיסטיקער אלי ווייצבליט (1895—1937), מיט וועמענס געשיכטע באַשעפֿטיקט זיך איצט די אַמעריקאַנער געלערנטע דעבראַ יאַלען.
דאָס גערעטעניש איז אין 1932 געווען פֿון די ערגסטע. אָבער דאָס איז געווען נאָר אַ טייל פֿון דעם אומגליק. צוליב דעם "טעמפּ", דאָס הייסט, דער היפּער-אינטענסיווער אינדוסטריאַליזאַציע און מיליטאַריזאַציע, האָט מען די פּויערים, צו יענער צײַט שוין פֿאַרשקלאַפֿטע אין קאָלכאָזן, כּמעט גאָרנישט ניט איבערגעלאָזט. די תּבֿואה האָט מען פֿאַרקויפֿט אין אויסלאַנד, כּדי דאָרטן קויפֿן אויסשטאַטונג און אַנדערע זאַכן, נייטיק פֿאַר סטאַלינס פּלענער. ניט צופֿעליק הערט מען איצט אין אוקראַיִנע, אַז מע וואָלט געדאַרפֿט אַ קוק טאָן אין דער געשיכטע, אָנרופֿן די אויסלענדישע פֿירמעס, וועלכע האָבן דעמאָלט געהאַנדלט מיטן סאָוועטן-פֿאַרבאַנד, און זיי אויך מאַכן פֿאַראַנטוואָרטלעך פֿאַר דעם אומגליק.
אין אוקראַיִנע נוצט מען איצט דעם טערמין "האָלאָדאָמאָר", וואָס שטאַמט פֿון "מאָרען מיט הונגער", "אָפּטייטן דורך הונגער". דאָס וואָרט האָט זיך באַוויזן, דאַכט זיך, אין דער סבֿיבֿה פֿון דער אוקראַיִנישער עמיגראַציע, אָבער איצט איז עס אַ וויכטיקער קאָמפּאָנענט פֿון דער אָפֿיציעלער אוקראַיִנישער געשיכטע און פּאָליטיק. ניט צופֿעליק האָט מען דעם 26סטן נאָוועמבער געזען צוזאַמען אַלע פֿיר פּרעדידענטן פֿון דער מדינה — דעם איצטיקן און די פֿריִערדיקע — בײַ דער אָנדענק-צערעמאָניע פֿון דעם אומגליק פֿון די אָנהייב 1930ער יאָרן. לויטן געזעץ, פֿאַלט דער דאָזיקער אָנדענק-טאָג אויס אויף יעדן פֿערטן שבת פֿון נאָוועמבער.
רוסלאַנד און פּראָ-רוסישע קרײַזן אין אוקראַיִנע קוקן קרום אויף דעם האָלאָדאָמאָר-ענין. זיי טענהן, אַז ס׳איז היסטאָריש ניט ריכטיק צו באַשרײַבן עס ווי אַן אַקט פֿון גענאָציד קעגן די אוקראַיִנער, ווײַל געליטן האָט מען פֿון סטאַלינס ווילדע "טעמפּן" אויך אין אַנדערע סאָוועטישע געגנטן. דאָס איז, אָבער, איינע פֿון די היסטאָרישע פֿראַגן, וועלכע וועלן תּמיד בלײַבן באַפֿאַרבט מיט דער אָדער יענער אידעאָלאָגיע.