געשיכטע

אַ מצבֿה אינעם דאָרף קאַרליבאַבאַ, לעבן סאַטמער, פֿונעם בוך "שפּורן וואָס פֿאַרגייען"
אַ מצבֿה אינעם דאָרף קאַרליבאַבאַ, לעבן סאַטמער, פֿונעם בוך "שפּורן וואָס פֿאַרגייען"

עס קומען אָפֿט אַרויס אין דרוק ביכער וועגן אַלטע ייִדישע מצבֿות אין מיזרח־ און מערבֿ־אייראָפּע, אָבער מע וואָלט אויך געקענט אַרויסגעבן אַן אינטערעסאַנטן פֿאָטאָ־אַלבום פֿון אַלטע אַמעריקאַנער ייִדישע מצבֿות. דער אימאַזש פֿון אַן אַלטער מצבֿה האָט אין זיך אַ צוציִענדיקן כּוח וואָס פֿאַרכאַפּט דעם פֿאָרשער, דעם טוריסט און סתּם צוקוקער. איך פֿלעג פֿאָרן אויף אַלטע אינטערעסאַנטע בית־עולמס אין טעקסאַס, וועלכע האָבן אָפּגעשפּיגלט דאָס שווערע לעבן פֿון די ערשטע ייִדן דאָרטן; ס‘רובֿ פֿון זיי "פּעדלערס". אויף איין מצבֿה אין דער שטאָט אָסטין שטייט פּשוט "יעקבֿ פּאָלאַק — הרוג באוסטון, 1920". עס איז נאָך דעמאָלט געווען דער "ווילדער וועסט" אין יענע מקומות, אַפֿילו אינעם 20סטן יאָרהונדערט. ווער ווייסט, ווי דער דאָזיקער יעקבֿ פּאָלאַק איז נעבעך אומגעקומען? איך שטעל זיך פֿאָר אין אַ "שוט־אַוט", ווי מע זעט אין די האָליוווּד־פֿילמען. אויף אַן אַנדער מצבֿה פֿונעם בית־עולם אינעם שטעטל לולינג, האָט מען געשריבן ענגלישע ווערטער, אָבער מיט ייִדישע אותיות — "באָרן" (געבוירן) "דײַד" (געשטאָרבן); אַ סימן, אַז כאָטש די ערשטע אימיגראַנטן האָבן פֿאַרגעסן לשון־קודש און ייִדיש, האָבן זיי נאָך געדענקט דעם אלף־בית און האָבן געוואָלט אויסדריקן זייער ייִדישקייט דורך די אותיות, אַפֿילו אין אַן אַנדער שפּראַך.
מע דאַרף נישט פֿאָרן קיין טעקסאַס אָדער אייראָפּע צו באַזוכן גאָר אינטערעסאַנטע בית־עולמס. ווער סע וויל אויספֿאָרשן אַשכּנזישע ייִדישע נעמען, למשל, וואָלט געדאַרפֿט פֿאַרברענגען עטלעכע טעג אין די ריזיקע "פֿעלדער" פֿון ניו־יאָרק. ווען איך פֿאָר אויף קבֿר־אָבֿות אין עלמאָנט, ניו־יאָרק, לייען איך יעדעס מאָל ייִדישע נעמען וואָס איך האָב פֿריִער נישט געהערט.
וואָס שייך פֿאָלקלאָר האַלט איך, אַז דאָס "דעשיפֿרירן" די אַלטע ייִדישע מצבֿות פֿון מיזרח־אייראָפּע בלײַבט אַ פּראָבלעם. אַ סך פֿײַנע שטודיעס אויף דער טעמע האָט מען שוין אָנגעשריבן, צווישן זיי אַרבעטן פֿון רחל וויזשניצער־בערנשטיין און מאַקס דיאַמאַנט וועגן דער קונסט פֿון די מצבֿות. ס‘רובֿ פֿון די סימבאָלן אויף די שטיינער פֿאַרשטייט מען גאַנץ קלאָר — די צוויי הענט פֿון די כּהנים ווי זיי דוכנען, אַ וויינענדיקע ווערבע. מאָניקאַ קראַיעווסקי און אירע ביכער פֿון די 1980ער יאָרן וועגן די פּוילישע מצבֿות האָט אָנגעהויבן ממש אַן אינדוסטריע פֿון ביכער וועגן די אַלטע, פֿאַרגעסענע שטיינער. לעצטנס זענען אַרויס נײַע ווערק וועגן די אוקראַיִניש־ייִדישע מצבֿות, און יעדעס בוך גיט צו נײַע פּרטים צו דער פֿאָרשונג. ש. אַנ־סקי אויף זײַנע עקספּעדיציעס האָט שוין דאַן פֿאַרשטאַנען, אַז די מצבֿות זענען וויכטיק סײַ היסטאָריש, סײַ קינסטלעריש. אַגבֿ, האָט דער ישׂראלדיקער קונסט־פּראָפֿעסאָר משה באַראַש, אַ משפּחה־פֿרײַנד, אָנגעשריבן דעם איינציקן אַרטיקל, מיר דאַכט, אין וועלכן ער דערציילט וועגן זײַן שמועס מיט אַן אַלטן מצבֿה־קריצער פֿון מיזרח־אייראָפּע.
ווען איך האָב געוואָלט אויסגעפֿינען דעם טײַטש פֿונעם סימבאָל אויף מײַן עלטער־זיידנס מצבֿה — אַ לייב מיט זײַן וויידל אין מויל — וואָס איך האָב געפֿונען אין זוויניעטשקע, בוקעווינע, מיט צוויי יאָר צוריק, האָב איך נישט געפֿונען קיין צופֿרידנשטעלנדיקן ענטפֿער. די פֿאָרשער האַלטן, אַז אַלץ אין אַ קרײַז אויף דער מצבֿה, באַטײַט אין דעם פֿאַל דעם וויידל פֿונעם לייב; דאָס רעדל פֿונעם לעבן, אייביקייט, אָדער דער געדאַנק פֿון תּחית־המתים. אָבער אַזוי ווי איך ווייס, אַז מײַן עלטער־זיידע איז געשטאָרבן פֿון כאָלערע, און זײַן מצבֿה האָט מען אויפֿן בית־עולם בכּיוון אַוועקגעשטעלט ווײַט פֿון די אַנדערע מצבֿות (צוליב דער מורא פֿאַר מגפֿה), האַלט איך, אַז דער וויידל אין מויל באַטײַט טאַקע סם אָדער מגפֿה. דאָס איז דאָך אַ זעלטענער פֿאַל, ווען מע ווייסט וועגן דעם מענטש אינעם קבֿר, און ווי אַזוי ער איז געשטאָרבן. געוויינטלעך, ווייסט דער פֿאָרשער פֿון די מצבֿות אַבסאָלוט גאָרנישט וועגן דעם פֿאַרשטאָרבענעם, אַחוץ די גוטע ווערטער אויף דער מצבֿה.
מצבֿות אויפֿן סערעטער בית־עולם פֿונעם בוך "אייביקייט דורך שטיינער"
מצבֿות אויפֿן סערעטער בית־עולם פֿונעם בוך "אייביקייט דורך שטיינער"

אַ ריזיקער אַלבאָם וועגן דעם בית־עולם אין דער בוקעווינער שטאָט, סערעט, פֿון וואַנען מײַן טאַטע האָט געשטאַמט, איז אַרויסגעקומען אין יאָר 2000 אויף רומעניש — "Dainuire prin Piatra" (אייביקייט דורך שטיינער) פֿון סילוויוּ סאַני. די פֿאָרש־אַרבעט וואָס מע האָט אַרײַנגעלייגט אין דעם וויסנשאַפֿטלעכן באַנד, איז צו באַוווּנדערן, אָבער אַ ייִדיש־שפּראַכיקער מבֿין וואָלט זיי געדאַרפֿט העלפֿן, בפֿרט מיט די ייִדישע נעמען. פֿון דעסטוועגן, רעכנט מען אויס אַ שלל נעמען, וואָס זענען הײַנט שוין זעלטן (איך לאָז איבער די אָריגינעלע אָרגטאָגראַפֿיע): בינצא (פֿון בינע), ברעה (ברכה?) עייטה (עטל), פֿאַליק, פֿישער, חנצה (פֿון חנה), הערצל, חינקה, יעבֿץ, יוטה, קאַסיל (דער מחבר טײַטשט אויס דעם נאָמען ווי אַ פֿאָרעם פֿונעם דײַטשן אָרט קאַסעל, אָבער מסתּמא פֿון יקותיאל). ליפּמאַן, ליטמאַן, מחלה, מאָניש, מאַנעס, מרגליס, מייטה, נעתה, רעכיל, סילקה, שאַפּירא, זעליג, זיסל, זוסמאַן. דער מחבר רעכנט אויך אויס די מינים דעקאָראַציעס און סימבאָלן אויף די שטיינער, און מיט שיינע בילדער גיט ער איבער די פֿאַרשיידנקייט פֿון דער ייִדישער מצבֿה־קונסט.
אויף דעם סערעטער בית־עולם בין איך אין 1984 געווען מיט טאַטע־מאַמע. דעם זיידנס קבֿר האָט מען געפֿונען און דאָס איז געווען ממש אַ נס, ווײַל באמת באַשטייט דער בית־עולם פֿון דרײַ ריזיק־גרויסע בית־עולמס. דער גוייִשער וועכטער פֿונעם פֿעלד האָט אונדז דערציילט, אַז זײַן זון האָט זיך געשפּילט צווישן די אַלטע מצבֿות און איינע איז אַרויפֿגעפֿאַלן אויף אים און אים דערהרגעט. מיר זענען צו לאַנג נישט געבליבן, טראַכטנדיק, אַז ער קען נקמה נעמען אין אונדז.
אַן אַנדער צוגאַנג צו אַלטע ייִדישע בית־עולמס, באַשטייט פֿון אַ מער קינסטלערישן אופֿן; נישט בלויז צו האָבן אין געדאַנק די אויסקריצונגען, נאָר אויך די גאַנצע מיזרח־אייראָפּעיִשע לאַנדשאַפֿט, וווּ די מצבֿות שטעקן אַרויס ווי עלנטע יתומים. יעדער טוריסט אין מיזרח־אייראָפּע האָט געפֿילט אַ ספּעציעלן צי בײַם האַרצן, ווען מע גייט צווישן די מצבֿות, אויף די בערג, אין די וועלדער; אַ נאָענטקייט צום ייִדישן עבֿר, וואָס נאָר די שטיינער קענען איבערגעבן.
אין אַ בוך אויף דײַטש, ׳Spuren, Die Vergehen׳ (שפּורן וואָס פֿאַרגייען) פֿון סײַמאָן גײַסבולער (בערלין, 2010) וועגן דער אַמאָליקער ייִדישער קהילה פֿון סאַטמער און דער געגנט אַרום איר, שטעלט דער מחבֿר דעם וויזועלן טראָפּ אויף די אַלטע מצבֿות אין דער לאַנדשאַפֿט. גײַסבולער איז אַ פֿאָטאָגראַף און קיין אַנאַליז פֿון די שטיינער מאַכט ער נישט, אָבער אַן איבערבליק פֿון דער טראַגישער געשיכטע פֿון די אָרטיקע ייִדן איז ער מרמז. דערצו דריקט ער אַלטע משפּחה־בילדער פֿון דער געגנט און פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון די אַמאָליקע שילן. כאָטש דאָס בוך איז געצילט אויף טוריסטן און נישט פֿאָרשער, נעמט דאָס נישט צו קיין האָר פֿון דער שטאַרקער עמאָציע.
ס‘איז טאַקע זייער טרויעריק, וואָס די איינציקע שפּורן פֿון די ייִדן אין אַזוי פֿיל קהילות אין מיזרח־אייראָפּע זענען געבליבן נאָר די מצבֿות. אָבער שטיינער האָבן טאַקע וואָס צו דערציילן — גאָר אַ סך; מע דאַרף עס נאָר קענען הערן...