טײַערע חזנטע,
אין קאָלעדזש האָב איך געהאַט אַ חבֿר. ער איז געווען דער ערשטער ערשטער חבֿר מײַנער; זייער אַ סימפּאַטישער מענטש. פֿון דעסטוועגן ,זענען מיר זיך צעגאַנגען, און איך בין געבליבן מיט אַ צעבראָכן האַרץ. ער האָט גאָרנישט געטאָן קיין שלעכטס; מיר האָבן פּשוט געפֿילט, אַז מיר גייען אין פֿאַרשיידענע ריכטונגען אין לעבן. ער איז געווען דרײַ יאָר עלטער פֿון מיר און האָט געוואָלט פֿאַרקנסט ווערן, שטעלן באַלד אַ חופּה און האָבן קינדער.
איך האָב דעמאָלט שטודירט דאָס ערשטע יאָר אין אוניווערסיטעט און געוואָלט אַנטוויקלען אַ קאַריערע און ווײַטער אָנגיין מיט מײַן דערציִונג. דער גורל האָט פּשוט נישט געוואָלט מיר זאָלן בלײַבן אין איינעם.
במשך פֿון די יאָרן זענען מיר געבליבן אין פֿאַרבינדונג, אָבער מיר האָבן זיך נישט געזען שוין 8 יאָר. איך בין לעצטנס אַ כּלה געוואָרן, געמאַכט אַ וווּנדערלעכע קאַריערע, און איך קען זיך נישט באַקלאָגן אויף מײַן לעבן. מײַן אַלטער חבֿר קומט צו גאַסט אין אונדזער שטעטל אין אַ חודש אַרום און וויל זיך זען מיט מיר. צי פּאַסט, איך זאָל זיך טרעפֿן מיט מײַנעם אַ געוועזענעם בחור, ווען איך גיי באַלד חתונה האָבן? וואָס וועט זײַן, אויב די אַלטע געפֿילן צווישן אונדז ווערן ווידער אויפֿגעלעבט
גרענעצן
טײַערע גרענעצן,
דעם שמועס דאַרפֿט איר האָבן מיט אײַער חתן. אַזוי ווי איר זענט אַ העלפֿט פֿון אַ פּאָרל, איז וויכטיק, ער זאָל זיך פֿילן באַקוועם מיט אײַער באַשלוס. אויב ער וועט זיך אויפֿרעגן אָדער ווערן באַזאָרגט, לוינט נישט אַזאַ טרעפֿונג. אויב ער איז נישט קעגן דער באַגעגעניש, דאַרפֿט איר זײַן זיכער, אַז איר ווילט אים זען פֿאַר די ריכטיקע סיבות — דאָס הייסט, זיך נאָך אַמאָל פֿאַרבונדן מיט עמעצן וואָס איר קענט — און נישט צוליב דעם, וואָס איר ווילט זען, צי די אַמאָליקע ליבע ברענט נאָך צווישן אײַך. אויב איר זעט זיך מיט אים, דאַרפֿט איר זיכער פֿאַרשטיין, אַז אײַער חתן מעג זיך אויך זען מיט די געוועזענע חבֿרטעס זײַנע. אויב איר וועט זיך פֿילן אומבאַקוועם, וואָלט איך אײַך געעצהט, איר זאָלט זאָגן אײַער אַמאָליקן חבֿר, אַז איר וואָלט גיכער נישט געוואָלט זיך זען פּנים־אל־פּנים.
טײַערע חזנטע,
מײַן שוועסטער האָט 5 אייניקלעך; מײַן ברודער — 2, און איך וואַרט נאָך אויפֿן ערשטן. יעדעס יאָר קומען מיר זיך צונויף אויף אַ חנוכּה־שׂימחה און מיר צעטיילן די הוצאָות גלײַך אויף דרײַען. די לעצטע עטלעכע יאָר האָב איך גאָרנישט געזאָגט, אָבער מיט דער פֿאַרגרעסערונג פֿון נאָך צוויי אייניקלעך דאָס יאָר, דאַכט זיך מיר, אַז ס‘איז נישטאָ קיין יושר אין דער אַראַנזשירונג, אַז איך זאָל באַצאָלן אַ דריטל פֿאַרן עסן, ווען איך דאַרף נאָך אײַנקויפֿן אַזוי פֿיל מתּנות פֿאַר די אייניקלעך. צי זאָל איך עפּעס זאָגן?
אומיושרדיקע הוצאָות
p>טײַערע אומיושרדיקע הוצאָות,
איר זענט אַבסאָלוט גערעכט. איר זענט ביז אַהער געווען ברייטהאַרציק, וואָס איר האָט באַצאָלט אַ גלײַך דריטל די אַלע יאָרן. עס וואָלט געווען שיין, ווען אײַער שוועסטער און ברודער וואָלטן אַ טראַכט געטאָן וועגן דעם ענין. אָבער אַזוי ווי ס‘איז זיי אַזוינס נישט אײַנגעפֿאַלן, דאַרפֿט איר זיי יאָ עפּעס באַמערקן וועגן דעם. זאָגט זיי פּשוט, אַז אַזוי ווי איר האָט ווייניקער געסט אויף דער שׂימחה און אַ סך מתּנות צו קויפֿן פֿאַר די אייניקלעך, וואָלט געווען מער יושרדיק ווען אײַער בײַשטײַער פֿאַרן עסן זאָל זײַן קלענער.
טײַערע חזנטע,
מײַן פֿרוי האַלט, אַז ס‘איז נישט העפֿלעך צו ניצן אַ ציין־שטעכער בײַם טיש. מיר דאַכט, אַז ס‘איז דווקא בעסער אַזוי, ווי צו האָבן אַ שטיקל סאַלאַט שטעקן אין מויל, אָדער אַ ביסל בראָקאָלי צווישן די ציין. ווער איז גערעכט?
ציין־שטעכער
טײַערער ציין־שטעכער,
איך בין נישט באַקאַנט מיט די אָפֿיציעלע געזעצן פֿון ציין־שטעכערײַ, אָבער איך בין אויפֿן צד פֿון אײַער פֿרוי. צי וואָלט איר געניצט "פֿלאָס" בײַם טיש? אַרויסצושטעכן שטיקלעך עסן פֿון די ציין בשעת מע זיצט צווישן מענטשן, איז נישט שיין. גייט בעסער אין וואַשצימער דאָס צו טאָן, און קומט צוריק צום טיש מיט אַ שמייכל אָן גרינסן אין די ציין!
* * *
איר האָט שאלות אין "הלכות־ליבע?" שיקט אַ בריוו — אויף ייִדיש אָדער ענגליש — צו חזנטע סלעק:
HazzanAri@yahoo.com
אָדער
Cantors Office
10400 Wilshire Blvd
Los Angeles, CA 90024