|
ד״ר מאַרק טאָלטס (העברעיִשער אוניווערסיטעט, ירושלים) האָלט אָפּ זײַן רעפֿעראַט |
Credit: Davis Center for Russian and Eurasian Studies, Harvard University |
בערך דרײַ פֿערטל פֿון די רוסיש־רעדנדיקע ייִדן לעבן הײַנט–צו–טאָג מחוץ די אַלטע סאָוועטישע גרענעצן. זינט 1970, ווען די סאָוועטישע מאַכט האָט דערלויבט די ייִדישע עמיגראַציע, זײַנען פֿונעם סאָוועטן־פֿאַבאַנד אַרויסגעפֿאָרן כּמעט צוויי מיליאָן ייִדן, בערך אַזוי פֿיל, ווי בעת דער גרויסער עמיגראַציע פֿון 1881—1914. אָבער להיפּוך צו דער ערשטער כוואַליע, ווען די מערהייט ייִדן זײַנען טאַקע פֿאַרבליבן אין רוסלאַנד, איז די הײַנטיקע ייִדישע באַפֿעלקערונג אין די לענדער פֿונעם אַמאָליקן סאָוועטן־פֿאַרבאַנד, מערסטנטייל אין רוסלאַנד און אוקראַיִנע, אַ גאַנץ קליינע, אַרום אַ האַלבן מיליאָן נפֿשות.
אַזאַ מין מאַסאָווע ייִדישע יציאת־רוסלאַנד איז אַ פּועל־יוצא פֿונעם צעפֿאַל פֿונעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד. דער שפּיץ פֿון דער עמיגראַציע האָט זיך באַוויזן אין דער ערשטער העלפֿט פֿון די 1990ער יאָרן. איצט האָט זיך די עמיגראַציע כּמעט אָפּגעשטעלט, און אין משך פֿון די ערשטע צענדליק יאָר פֿונעם 21סטן יאָרהונדערט האָט זיך דער מצבֿ סטאַביליזירט. אַנשטאָט מאַסן־עמיגראַציע איז געקומען מיגראַציע צווישן די הויפּט־צענטערס פֿון דער רוסיש־ייִדישער צעשפּרייטונג. אַ היפּש ביסל אימיגראַנטן פֿאַרמאָגן רוסישע בירגערשאַפֿט און קומען קיין רוסלאַנד רעגולער, אויף אַ באַזוך אָדער צוליב געשעפֿטן.
עס איז געקומען די צײַט אונטערצוציִען די ערשטע סך־הכּלען פֿון דער תּקופֿה פֿון דער ייִדישער מאַסן־עמיגראַציע פֿון רוסלאַנד. דאָס איז געווען דער ציל פֿון דער אַקאַדעמישער קאָנפֿערענץ "די הײַנטצײַטיקע תּפֿוצות פֿון רוסישן ייִדנטום", וואָס איז פֿאָרגעקומען אינעם האַרוואַרדער אוניווערסיטעט דעם 13טן־15טן נאָוועמבער.
די עמיגראַציע פֿון די 1990ער יאָרן איז אָנגעגאַנגען אין דרײַ ריכטונגען׃ קיין ישׂראל (בערך איין מיליאָן מענטשן), פֿאַראייניקטע שטאַטן (מער ווי 300 טויזנט) און דײַטשלאַנד (העכער 200 טויזנט). די באַדינגונגען פֿאַר אַבסאָרבציע זײַנען געווען פֿאַרשידענע אין אַלע דרײַ לענדער. אין ישׂראל דינט דער באַגריף גופֿא פֿון עליה, ווי אַ וויכטיקער יסוד פֿון דער מלוכישקייט; און די לעצטע כוואַליע פֿון דער רוסישער עמיגראַציע האָט שטאַרק געענדערט דאָס פּנים פֿון דער ישׂראלדיקער געזעלשאַפֿט. אין אַמעריקע איז דער חלק פֿון דער רוסיש־ייִדישער אימיגראַציע אינעם אַלגעמיינעם פֿאַרנעם פֿון אימיגראַנטן פֿון פֿאַרשידענע לענדער אַ גאַנץ קנאַפּער, שוין אָפּגערעדט אין פֿאַרגלײַך מיטן פּראָצענט פֿון דער אַמעריקאַנער באַפֿעלקערונג בכלל. דער "טראָפּ" פֿון רוסישע ייִדן האָט זיך גיך צעשמאָלצן אינעם אַמעריקאַנער "שמעלצטאָפּ", ניט איבערלאָזנדיק קיין ספּעציעלן אייגענעם טעם אָדער ריח.
אין דײַטשלאַנד איז די צאָל רוסיש–ייִדישע אימיגראַנטן אויך ניט קיין גרויסע, אָבער זיי שפּילן אַ וויכטיקע סימבאָלישע ראָל. מיט דער רוסיש־ייִדישער אימיגראַציע האָט דײַטשלאַנד ווידער באַקומען אַ ממשותדיקע ייִדישע קהילה, און דאָס האָט פֿאַרשענערט דעם אינטערנאַציאָנאַלן אימאַזש פֿונעם לאַנד. אַזאַ מין "נאָרמאַליזירונג", וואָס איז צונויפֿגעפֿאַלן אין איין צײַט מיט דער פֿאַראייניקונג פֿון מיזרח־ און מערבֿ־דײַטשלאַנד, איז מסתּמא דער סאַמע דערוואַרטער פּועל־יוצא פֿון דער ייִדישער עמיגראַציע פֿון רוסלאַנד אין די 1990ער יאָרן. צו זײַן אַ ייִד אין דײַטשלאַנד הײַנט הייסט צו שפּילן אַ געוויסע עפֿנטלעכע ראָל, אָבער ווײַט ניט אַלע אימיגראַנטן זײַנען גרייט דאָס צו טאָן.
עס איז דערפֿאַר ניט קיין צופֿאַל, וואָס אַ גרויסע צאָל רעפֿעראַטן אויף דער קאָנפֿערענץ האָבן באַהאַנדלט פֿאַרשידענע אַספּעקטן פֿון רוסיש־ייִדישע אימיגראַנטן אין דײַטשלאַנד. דאָס בילד, וואָס קומט דערפֿון אַרויס, איז אַ צוויי־טײַטשיקס. פֿון איין זײַט האָבן זיך די רוסישע ייִדן רעלאַטיוו גוט אײַנגעאָרדנט אין דער דײַטשישער עקאָנאָמיע, און פֿאַרנעמען אַ חשובֿ אָרט אין דער ייִדישער קהילה. פֿון דער אַנדערער זײַט, פֿילן זיך אַ סך פֿון זיי פֿרעמד און ניט היימיש.
די רעפֿערענטן זײַנען געקומען אין האַרוואַרד פֿון פֿאַרשידענע לענדער פֿונעם רוסיש־ייִדישן גלות, ווי אויך פֿון רוסלאַנד גופֿא, און האָבן באַטראַכט די טעמע פֿון פֿאַרשידענע אידעיִשע און מעטאָדאָלאָגישע שטאַנדפּונקטן. עקאָנאָמיסטן, סאָציאָלאָגן און דעמאָגראַפֿן האָבן אַנאַליזירט די סטאַטיסטיק און געפּרוּווט אויסצוטיילן וויכטיקע טענדענצן. אָביעקטיוו גערעדט, איז די אימיגראַציע געווען אַ דערפֿאָלג. דאָס רובֿ אימיגראַנטן זײַנען געווען בכּוח גובֿר זײַן כּלערליי מניעות און צו געפֿינען אַן אָרט אין דער נײַער סבֿיבֿה. אָבער פֿונעם אַנטראָפּאָלאָגישן שטאַנדפּונקט זעט דער מצבֿ אויס מער קאָמפּליצירט.
די אָפֿיציעלע סטאַטיסטיק שפּיגלט גענוי ניט אָפּ די יחידישע מאַטערנישן. די מערבֿדיקע סאָציאָלאָגישע אַנאַליטיקער שאַצן אָפּ די פּראָבלעם מיט זייערע אייגענע מאָסן, וואָס זײַנען צומאָל ניט גוט צוגעפּאַסט צו דער אייגנאַרטיקער סאָוועטישער מענטאַליטעט. אַזוי למשל, באַטראַכט מען אַלע אַשכּנזישע ייִדן ווי אַמאָליקע "סאָוועטישע" אָדער "רוסישע" ייִדן, ניט געקוקט אויף זייער געאָגראַפֿישן אָפּשטאַם. אַ קירזשנער פֿון שאַרגאָראָד און אַ פּראָפֿעסאָר פֿון לענינגראַד פֿאַלן אַרײַן אין דער זעלביקער קאַטעגאָריע, הגם זייערע ייִדישע "אידענטיטעטן" זײַנען גאָר פֿאַרשידענע.
מע נעמט אָן, אַז די ייִדן אין סאָוועטן־פֿאַרבאַנד זײַנען געווען אָפּגעריסן פֿון רעליגיע און ווייסן גאָר ניט וועגן ייִדישע מינהגים. דערבײַ נעמט מען ניט אין אַכט, אַז געוויסע מינהגים האָבן זיך טאַקע בעסער אָפּגעהיט אין די סאָוועטישע שטעטלעך, איידער אין אויסלאַנד, ווי למשל, דאָס דאַווענען בײַ "קבֿר־אָבֿות", וואָס איז עד־היום פֿאַרשפּרייט אין פּאָדאָליע און מאָלדאָווע.
די סאַמע שאַרפֿע פֿראַגע בײַ אַזאַ מין דיסקוסיעס האָט צו טאָן ניט מיטן עבֿר, נאָר מיט דער צוקונפֿט. וווּהין גייט מען, וואָס וועט זײַן ווײַטער מיט דער רוסיש־ייִדישער עדה? ווי ווײַט וועט מען זײַן בכּוח אָפּצוהיטן דאָס אייגנאַרטיקע רוסיש־ייִדישע קולטורעלע פּנים אין די דרײַ רוסיש־ייִדישע תּפֿוצות?
קיין באַשטימטן ענטפֿער אויף אַזאַ קשיא קאָן מען אַוודאי ניט געבן. אַ סבֿרה, אַז די סאָוועטיש־ייִדישע דערפֿאַרונג וועט מגולגל ווערן אין אַ מין מיטאָלאָגיע, וואָס וועט צונויפֿמישן מעשׂיות וועגן רדיפֿות און דיסקרימינאַציע מיט דער געשיכטע פֿון הצלחה און ווויל־לעבן. אין דעם זין וועט די סאָוועטיש־רוסישע תּקופֿה אין דער ייִדישער געשיכטע זײַן ניט שטאַרק אַנדערש פֿונעם אַמאָליקן ספֿרד, פּוילן אָדער דײַטשלאַנד. און ווי עס ווײַזט די הײַנטצײַטיקע ליטעראַטור, וואָס ווערט געשאַפֿן סײַ אויף רוסיש און סײַ אויף די נײַע שפּראַכן, האַלט מען שוין אין איין אויפֿבויען אַזאַ מין מיטאָלאָגיע.