ייִדיש־וועלט

אָנטיילנעמער אין מילענאַ קאַרטאָווסקיס ייִדישן טעאַטער־וואַרשטאַט, פֿון רעכטס: פּערל טייטלבוים, בנימין פֿאָקס־ראָזען,
לייזער בורקאָ, שיין בייקער און מילענאַ קאַרטאָווסקי.
אָנטיילנעמער אין מילענאַ קאַרטאָווסקיס ייִדישן טעאַטער־וואַרשטאַט, פֿון רעכטס: פּערל טייטלבוים, בנימין פֿאָקס־ראָזען,
לייזער בורקאָ, שיין בייקער און מילענאַ קאַרטאָווסקי.

דעם האַרבסט האָט די ניו־יאָרקער ייִדישע גאַס גענאָסן פֿון אַ פּאַריזער גאַסט — מילענאַ קאַרטאָווסקי. סײַ אַ זינגערין, סײַ אַן אַקטריסע, רעזשיסאָרין, און שרײַבערין — גלייבט זיך קוים, אַז זי איז אַלט בלויז 23 יאָר. כאָטש יונג, פֿאַרמאָגט זי אָבער גרויסע אַמביציעס; צווישן זיי, אַ טעאַטער־פּראָיעקט מיט צוויי כאַראַקטערן, וואָס דאַרף פֿאָרקומען אין פֿאַרשיידענע לענדער אויף פֿאַרשיידענע שפּראַכן — אַ "נײַע ייִדישע אָדיסעע." אין יעדן לאַנד וועט מען זיך פֿאַרטיפֿן אין דער ייִדישער געשיכטע פֿונעם אָרט און אין דער פּראָבלעם פֿון אויפֿהאַלטן און אויסדריקן אַן אייגענע ייִדישע אידענטיטעט. בעת אירע דרײַ חדשים אין ניו־יאָרק האָט זי איבערגעלעבט איר אייגענע אָדיסעע.
אין פֿרילינג האָבן מיר באַשריבן איר פֿאָרשטעלונג "טשאָלנטגאַנג", וואָס זי האָט אויפֿגעפֿירט אין פּאַריז און דערנאָך בײַם מאָנטרעאָלער אינטערנאַציאָנאַלן טעאַטער־פֿעסטיוואַל אין יוני. זײַענדיק אַ געהילף אין דער "ייִדיש־זומער־ווײַמאַר"־פּראָגראַם האָט דער דירעקטאָר אַלען בערן איר געעצהט, אַז אויב זי וויל עפּעס שאַפֿן אינעם ייִדישן טעאַטער, זאָל זי פֿאָרן קיין ניו־יאָרק און זיך פֿאַרטיפֿן אין דער ייִדישער קולטור־סבֿיבֿה. איז זי געקומען אין סעפּטעמבער מיט אַ געוויינטלעכער דרײַ־חודשדיקער וויזע און זיך גענומען צו דער אַרבעט.
זי האָט באַלד געלאָזט וויסן, אַז זי וויל אויפֿשטעלן אַ טעאַטער־וואַרשטאַט און מיט אַ קליינער גרופּע אַקטיאָרן און מוזיקער שאַפֿן עפּעס נײַעס. אַ דאַנק דוד מאַנדעלבאַום און זײַן טעאַטער־גרופּע האָט זי געקענט ניצן דאָס אָרט פֿון דער וועכנטלעכער "טשאָלנט"־אָרגאַניזאַציע. נאָך אַ וואָך, צוויי, האָט זיך פֿאָרמירט די גרופּע; ס‘רובֿ פֿון זיי באַקאַנט אין דער ייִדיש־וועלט: שיין בייקער (אַקטיאָר און דירעקטאָר פֿונעם "ייִדישן קולטור־קאָנגרעס"), די זינגערין פּערל טייטלבוים, דער באַסיסט, קאָמפּאָזיטאָר און זינגער בנימין פֿאָקס־ראָזען, דער ייִדישיסט לייזער בורקאָ און די אַקטריסע עלען ראָזענבערג. צוויי מאָל אַ וואָך האָט מען רעפּעטירט און, דער עיקר, אימפּראָוויזירט אויף די טעמעס וואָס מילענאַ האָט צוגעטראַכט.
זי האָט געטיילט אַ דירה מיט די צוויי יונגע ייִדישיסטן — לייזער בורקאָ און יעקבֿ־פּרץ בלום, אַ פֿירער פֿון "יוגנטרוף". דאָס דאָזיקע "ייִדיש־הויז" געפֿינט זיך אין דער געגנט פֿון בעדפֿאָרד־סטײַוועסענט, ברוקלין, נישט ווײַט פֿונעם חסידישן וויליאַמסבורג, און קאַרטאָווסקי האָט זיך באַקענט צום ערשטן מאָל מיט דער חסידישער וועלט. זי האָט זיך באַקלאָגט, אַז אין פּאַריז קען מען זיך נישט עפֿנטלעך אויסלעבן ווי אַ ייִד, אָבער אין ניו־יאָרק האָט זי זיך געפֿילט, ווי אַ פֿיש אין וואַסער. יום־כּיפּור און שׂימחת־תּורה, ווען הונדערטער יונגע ייִדן האָבן זיך צונויפֿגענומען אין דרויסן לעבן דעם "אָקופּירט וואָל־סטריט"־פּאַרק, האָט זי געזען ווי זיכער עס פֿילן זיך אין ניו־יאָרק די ייִדן.
אײַנגעקויפֿט האָט זי אין די חסידישע קראָמען און געהערט ייִדישע לידער דורך די הילכערס אין געשעפֿט. די חסידישע פֿרויען, מיינענדיק, אַז זי איז אַ בעל־תּשובֿה, האָבן געוואָלט מיט איר אַ שידוך מאַכן. פֿאַרשטייט זיך, אַז איר ייִדיש האָט זיך אַ סך פֿאַרבעסערט במשך פֿון דער צײַט. זי האָט זיך באַקענט סײַ מיט חסידים און זייערע משפּחות, וועלכע פֿירן זיך שטרענג חסידיש, סײַ מיט די אַמאָליקע חסידים, וואָס זוכן נאָך זייער וועג אין דער "דרויסנדיקער" וועלט.
זי האָט אויסגענוצט אַנדערע רעסורסן פֿון ייִדיש־ניו־יאָרק. איין מאָל אַ וואָך האָט זי שטודירט טראַדיציאָנעל ייִדיש־געזאַנג מיט עטל ריים, אַ לערערין און זינגערין וואָס איז גוט באַקאַנט איבער דער וועלט. אין בראָנקס איז זי געקומען צו מײַן מאַמע, די פּאָעטעסע ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן, זיך אויסצולערנען אירע זינגלידער און אַנדערע פֿאָלקסלידער.
איידער זי איז צוריק געפֿאָרן אַהיים, קיין פּאַריז, איז זי אויפֿגעטראָטן אויף אַ קאָנצערט דעם 17טן נאָוועמבער אין דער "קאַוועהויז"־סעריע פֿונעם "קולטור־קאָנגרעס" / "נײַעם ייִדישן רעפּ", אין אַ פּראָגראַם וואָס זי האָט אָנגערופֿן "עפּיזאָדן פֿון אַ ייִדישן האַרבסט". דער קאָנצערט האָט אָפּגעשפּיגלט די פֿאַרשיידענע איבערלעבונגען פֿון איר פֿאַרברענגען אין ניו־יאָרק. איין פֿאָלקסליד האָט זי געזונגען מיט עטל ריים; אַן אַנדער ליד מיט ביילע שעכטער־גאָטעסמאַן; נאָך אַ ליד מיט מיישקע אַלפּערט און בנימין פֿאָקס־ראָזען, און צום סוף, איז אַרויפֿגעקומען אַ חסידישער חבֿר און האָט מיט איר געזונגען חסידישע לידער.
זעלטן קומט פֿאָר אַ גאַנצער קאָנצערט פֿון ייִדישע לידער אָן אַן אינסטרומענטאַלער באַגלייטונג. דער אַמאָליקער עולם אין שטעטל וואָס איז געזעסן אַרום אַ טיש און זיך צוגעהערט צום זינגער אָדער זינגערין, איז געווען צוגעוווינט צו אַזאַ טראַדיציע, אָבער הײַנט דערוואַרט מען די באַגלייטונג פֿון איינער אָדער מער "כּלים" ווען מע זינגט. דעריבער קען איך באמת זאָגן, אַז נישט געקוקט אויף דעם, וואָס זי האָט געזונגען "אַ קאַפּעלאַ", האָט זי מיט הצלחה געהאַלטן דעם אויפֿמערק פֿונעם גרויסן עולם, אַ דאַנק אירע האַרציקע ווערטער און וווּנדערלעכן געזאַנג — נישט קיין לײַכטער אויפֿטו!
מיטוואָך, דעם 23סטן נאָוועמבער, האָט די "טעאַטער־לאַבאָראַטאָריע" פֿאַרבעטן געסט צו קומען און זען אַ פֿאָרשטעלונג פֿון דעם וואַרשטאַט. קאַרטאָווסקי האָט שטודירט טעאַטער מיטן גראָטאָווסקי־מעטאָד, אַן עקספּערימענטאַלער צוגאַנג צום טעאַטער, אַנטוויקלט פֿונעם פּאָליאַק יעזשי גראָטאָווסקי (1933—1999). צום טייל, האָט דער פֿאָלקס־טעאַטער פֿון פֿעלקער אַרום דער וועלט אים אינספּירירט, און מילענאַ ניצט דעם אויסדרוק "אַנטראָפּאָלאָגישער טעאַטער" צו באַשרײַבן דעם אַספּעקט פֿון זײַן שול.
פֿיר אַקטיאָרן האָבן געטאַנצט, געזונגען און אימפּראָוויזירט איינער מיטן אַנדערן, מיט הומאָר, און אַמאָל מיט ווילדקייט. קיין סיפּור־המעשׂה האָט מען נישט אָפֿט געכאַפּט, אָבער דאָס איז נישט געווען דער ציל. קאַרטאָווסקי האָט, ווי די רעזשיסאָרין, געגעבן באַפֿעלן צו די אַקטיאָרן וועגן וואָסער טעמע צו אימפּראָוויזירן, ווי למשל, אַרום דעם ליד "צו דײַן געבורטסטאָג".
אינעם צווייטן טייל האָבן די אַקטיאָרן אַרײַנגעפֿירט דעם עולם אין אַ "סוכּה" און יעדער צוקוקער האָט געטראָגן אַ ליכטל. דער עולם האָט געהערט אימפּראָוויזאַציעס אַרום פּאָעזיע פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, ווי אויך אויפֿן סמך פֿון ייִדישע רעקלאַמעס פֿון וויליאַמסבורג. דערנאָך איז מען געגאַנגען אין קעלער און די אַקטיאָרן האָבן ווי יחידים אויסגעשפּילט זייערע אייגענע אימפּראָוויזאַציעס. צום סוף האָט מען אויסגעשפּילט אַן אימפּראָוויזאַציע אַרום דעם ליד "דער בנין" פֿון שעכטער־גאָטעסמאַן.
אַזאַ אָוונט פֿון ייִדישן טעאַטער האָט נאָך קיינער נישט איבערגעלעבט אין ניו־יאָרק און מע וועט די פֿרישקייט און נאָוואַטאָרישקייט געדענקען אַ לאַנגע צײַט. מילענאַ איז צוריקגעפֿאָרן קיין פּאַריז און זי שרײַבט, אַז זי בענקט נאָך ניו־יאָרק; און מיר בענקען נאָך איר, און האָפֿן, אַז זי וועט נאָך אַמאָל צוריקקומען. די גרויסע שטאָט בײַט זיך כּסדר — דערפֿאַר הייסט עס דאָך נײַ־יאָרק — קען מען נישט צוזאָגן, אַז די שטאָט וועט בלײַבן די זעלבע, ווי מילענאַ האָט זי פֿאַרגעדענקט. אָבער וווּ זי זאָל נישט זײַן — אין ניו־יאָרק אָדער פּאַריז — וועט די אָרטיקע ייִדישע קולטור געווינען פֿון איר קונסט און טאַלאַנט.