געזעלשאַפֿט

פּראָטעסט־געצעלטן אין "גן הסוס", ירושלים, ט"ו באָב
פּראָטעסט־געצעלטן אין "גן הסוס", ירושלים, ט"ו באָב
Credit: Nino Herman

עס זעט אויס, אַז בשעת די שטורעמדיקע כוואַליע פֿון סאָציאַלע פּראָטעסטן אין ישׂראל איז לעת-עתּה אָפּגעשוואַכט געוואָרן, ווערן די פּראָטעסטן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן וואָס מער פֿאַרשטאַרקט. דער לעצטער פּרוּוו צו עוואַקויִרן די פּראָטעסטאַנטן פֿון זוקאָטי־פּאַרק, דערמאָנט די זעלבע שׁיטות וואָס דער תּל-אָבֿיבֿער שטאָטראָט האָט געהאַט באַנוצט, עוואַקויִרנדיק די פֿאַרשידענע געצעלט-שטעטלעך אין תּל-אָבֿיבֿ — אינמיטן דער נאַכט, כּלומרש צוליב "היגיענישע פּראָבלעמען".
אין ביידע לענדער האָבן די דעמאָנסטראַנטן געפֿונען פֿאַר זייערע הויפּט־לאָזונגען געלונגענע מאָטאָס: "מיר זענען די 99%!" — אין אַמעריקע, און "דאָס פֿאָלק פֿאָדערט סאָציאַלע גערעכטיקייט!" — אין ישׂראל. און ביידע באַוועגונגען האָבן זיך גענייטיקט אין אייגענע העלדן. אין ישׂראל האָבן די ראָל, צום מערסטנס, געשפּילט יונגע פֿרויען, ווי דפֿני ליף און אַנדערע; און וואָס שייך די אַמעריקאַנער ייִדן, שפּילט איצט אַזאַ ראָל דניאל זאַרעצקי, וואָס האָט אָנגעהויבן מיט "אָקופּירט ייִדישקייט!", ווי אַ מיטל צו מאָביליזירן די אַמעריקאַנער ייִדן אין דער אַלגעמיינער "אָקופּאַציע"־באַוועגונג. אָט דער דניאל האָט זיך דעם 10טן נאָוועמבער אין דער "רמת-אורה" שיל אין מאַנהעטן באַטייליקט אין אַ דיאַלאָג מיט הרבֿ אַהרון לייבאָוויטש פֿון ישׂראל וועגן די פּראָטעסטן אין ביידע לענדער און וועגן דעם ייִדישן קוקווינקל, וואָס שייך סאָציאַלער גערעכטיקייט אין אַלגעמיין.
אָנגעהויבן רעדן האָט דער רבֿ פֿון ישׂראל. אהרון לייבאָוויטש איז אַן אָרטאָדאָקסישער רבֿ אין ירושלים, אַן עולה פֿון אַמעריקע אין אַ סבֿיבֿה פֿון אַמעריקאַנער עולים: ס’רובֿ פֿון די קהילה-מיטגלידער אין זײַן שיל אין דער "נחלאות"־געגנט זענען אַמעריקאַנער עולים. ער איז דער גרינדער און פֿאָרזיצער פֿון "סולם-יעקבֿ" — אַ פּראָגראַם, וואָס בילדעט אויס יונגע לערער און ייִדישע פֿירער. רבֿ אַהרון האָט אַקטיוו אָנטייל גענומען אין די סאָציאַלע פּראָטעסטן במשך פֿונעם פֿאַרגאַנגענעם זומער, וואָס לויט אים "זענען זיי געווען גאָר שטאַרקע און אַ גאַנץ שיינע זאַך."
ער האָט ווײַטער געגעבן דעם עולם צו פֿאַרשטיין דעם הינטערגרונט פֿאַר די פּראָטעסטן: "דער שטײַגנדיקער מהלך צווישן די וואַקסנדיקע הוצאָות און דעם געהאַלט האָט געמאַכט דאָס לעבן אוממעגלעך פֿאַר אַ סך יונגע משפּחות אין מיין קהילה. ישׂראל האָט אויפֿגעהערט צו זײַן אַ גוט אָרט צו לעבן. דער פּרײַז פֿון דעם קאָטעדזש-קעז, וואָס איז געווען אַ ישׂראלדיקער סימבאָל פֿון סטאַבילקייט, איז אַרויף. איך און מײַן משפּחה ראַנגלען זיך מיט אונדזערע געלט-הוצאָות: דאָס עסן, צוגאָב־קלאַסן און אַקטיוויטעטן פֿאַר די קינדער... צי קענען מיר זיך ווײַטער פֿאַרגינען צו וווינען אין ׳נחלאות׳ — דער צענטער פֿון אונדזער קהילה?"
דניאל זאַרעצקי האָט אויך דערציילט וועגן דעם שווערן עקאָנאָמישן מצבֿ פֿון זײַן משפּחה, וואָס האָט אים געבראַכט צו די ניו-יאָרק פּראָטעסטן: "מײַנע טאַטע-מאַמע זענען אָנגעזעצט געוואָרן צוליב דעם עקאָנאָמישן קריזיס. זיי האָבן פֿאַרלוירן זייערע אַרבעט-שטעלעס און געפֿינען זיך אויפֿן וועג צו ווערן אינגאַנצן היימלאָז, אָן צו קענען צאָלן זייערע געזונט-הוצאָות. און דאָס איז דער מצבֿ פֿון מיליאָנען אַמעריקאַנער: קיין דאַך, קיין אַרבעט — אַ ווירקלעכקייט וואָס האָט מיך אויפֿגעבראַכט — אָן אַן אויסוועג..."
אָקופּירנדיק דעם "טײַמס-סקווער"
אָקופּירנדיק דעם "טײַמס-סקווער"
Credit: Adi Mahalel

ווי האָבן די צוויי באַזונדערע מענטשן זיך אַרײַנגעגאָסן אין די פּראָטעסט-באַוועגונגען? רבֿ אַהרון דערציילט, אַז דער פּראָטעסט־צענטער אין ירושלים, "גן-הסוס" — אַ פּאַרק אין ירושלים, געפֿינט זיך דרײַ גאַסן פֿון זײַן הויז. "דער גאַנצער פּאַרק איז געווען פֿאַרשטעלט מיט געצעלטן. מער ווי אַ העלפֿט פֿון די באַטייליקטע זענען געווען נישט רעליגיעז; און פֿאָרט אין תּישעה-באָבֿ האָבן אַלע געשריגן ׳איכה׳ אין איינעם, אַרײַנגערעכנט אַזעלעכע, וואָס האָבן דאָס געטאָן צום ערשטן מאָל אין זייער לעבן. איך האָב זיך אַרײַנגעקוקט אין זייערע פּנימער און דערפֿילט, ווי ס’כאַפּט מיך אַרום אַ רוחניותדיקע איבערלעבונג, די שענסטע אין מײַן לעבן."
זאַרעצקי זאָגט, אַז בײַם אָנהייב איז ער מסופּק געווען מיט אַלצדינג, "אָבער מיט דער צײַט האָב איך זיך גענומען פֿילן אַלץ מער און מער באַקוועם, און כ’האָב געוואָלט זיך אין דעם באַטייליקן. האָב איך זיך מישבֿ געווען, אַז ס’רובֿ פֿון מײַנע באַקאַנטע זענען דאָך ייִדן; און נאָך דעם וואָס איך בין געהאַט געווען טעטיק אין דער באַוועגונג קעגן דער מלחמה אין איראַק, האָב איך געלעבט אין ישׂראל עטלעכע יאָר. דעמאָלט האָב איך פֿאַרבעטן מענטשן זיך צונויפֿנעמען אין זוקאָטי־פּאַרק פֿאַר אַ שבת-מאָלצײַט און גערעכנט, אַז ס’וועלן קומען מאַקסימום 30 מענטשן, און מיר וועלן שמועסן וועגן דער פּרשה און סאָציאַלער גערעכטיקייט. איך האָב זיך דורכגעשריבן מיטן באַרימטן הרבֿ אַרטור וואַסקאָוו, און ער האָט פֿאָרגעלייגט צו פּראַווען אַ סאָציאַלן כּל-נדרי אַנטקעגן ׳וואָל-סטריט׳. נו, עס זענען זיך צונויפֿגעקומען 400 מענטשן אינעם ערשטן טאָג, 700 אינעם צווייטן און צום סוף — צווישן 700 און 1,500 מענטשן. אַזוי האָבן די ייִדן איבערגענומען די גאַסן במשך פֿון די ימים-נוראָים און סוכּות!"
וואָס שייך דער אויטאָמאַטישער פֿאַרבינדונג וואָס מע מאַכט זייער אָפֿט סײַ אין ישׂראל און סײַ אין אַמעריקע צווישן דער רעליגיע און רעכטער פּאָליטיק, האָט הרבֿ אַהרון באַמערקט, אַז "ערשטנס, איז דאָ אין ישׂראל אַ שטײַגנדיקער אינטערעס פֿון די לינקע צו ייִדישקייט. און צווייטנס, האָבן די פּראָטעסטן אַריבערגעוואָרפֿן אַ בריק צווישן די פֿרומע און די סעקולערע. די בשותּפֿותדיקע אמונה, אַז אַלע זענען געשאַפֿן געוואָרן ׳בצלם אלוהים׳; און בכלל זײַנען די ווערטן פֿון מענטשן-ליבע, פֿון ׳ואהבֿת לרעך כּמוך׳, מער וויכטיקער, ווי צו היטן די מיצוות. עס רעדט זיך אפֿשר איצט וועגן אַ גלאָבאַלער געלעגנהייט צו געפֿינען דעם צד-השווה אין דער גאַנצער מענטשהייט."
נו, מע וואָלט זיך געקענט ריכטן, אַז נאָך אַזעלכע באַגײַסטערנדיקע ווערטער וועט דער עולם נעמען זיך האַלדזן און קושן — ביז די אַטמאָספֿער פֿון שלום וועט זיך פֿאַרשפּרייטן פֿון דער קליינער שיל איבער דער גאַנצער וועלט. אָדער, כאָטש נישט אַטאַקירן מיט געוואַלד איינער דעם צווייטן. מע וואָלט טאַקע געקענט טראַכטן אַזוי, אָבער אייגנטלעך, איז די אַטמאָספֿער פֿונעם אָוונט געווען אַ הייסע און אַ שפּאַנענדיקע, גלײַך פֿון אָנהייב אָן.
עס זעט אויס, אַז אַ פּאָר רעכטע פּאַרשוינען פֿון דער קהילה איז נישט מוצא-חן געווען, אַז דניאל זאַרעצקי איז פֿאַרבעטן געוואָרן צו רעדן אין זייער שיל. פֿאַר וואָס האָט עס זיי געאַרט? ווײַל זיי האָבן געלייענט, אַז זאַרעצקי האָט "די העזה" צו קריטיקירן אויך די ישׂראלדיקע פּאָליטיק און די אָקופּאַציע פֿון די פּאַלעסטינער שטחים. דאָס איז לכל-הפּחות זייער תּירוץ, למאַי זיי האָבן באַפֿאַלן נאָר זאַרעצקין (איינער האָט אַפֿילו געבראַכט מיט זיך פּאָמידאָרן!) און בכלל נישט אויפֿן רבֿ פֿון ישׂראל, כאָטש די צוויי רעדנערס האָבן צווישן זיך מסכּים געווען כּמעט מכּוח יעדן ענין.