ווי ברייט עס זאָל נישט פֿאַרשפּרייטן זיך די ציוויליזאַציע־נעץ איבער אונדזער פּלאַנעטע, און ווי הויך עס זאָלן נישט פֿליִען אין הימל די קאָסמאָס־שיפֿן, ווען עס קומט צו אויבערגלויבענישן פֿאַלט די מענטשהייט אַרײַן אינעם טיפֿסטן תּהום פֿון מיטל־עלטערלעכער פֿינצטערניש. בפֿרט, ווען עס גייט די רייד וועגן די בילבולים אויף ייִדן.
נאַט אײַך, ווי אַ בײַשפּיל, די רעזולטאַטן פֿון דער אומאָפּהענגיקער עקספּערט־קאָמיסיע, וואָס איר אויפֿגאַבע איז געווען אויסצופֿאָרשן די אַנטיסעמיטישע דערשײַנונגען אינעם הײַנטיקן דײַטשלאַנד. וואָס זשע מיינט איר ליגט אינעם יסוד פֿון האַס צו ייִדן? די זעלבע אַלטע בילבולים, וועלכע האָבן זיך טיף אײַנגעוואָרצלט אין דער דײַטשישער געזעלשאַפֿט. אָפֿיציעל, איז נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה דער אַנטיסעמיטיזם פֿאַרטריבן געוואָרן פֿון דער פּאָליטישער קולטור; און דאָך זײַנען מיט דער קרענק אָנגעשטעקט 20% פֿון דער דײַטשישער באַפֿעלקערונג.
אין יאַנואַר 2009 האָבן אין דײַטשלאַנד געוווינט איבער 82 מיליאָן מענטשן; דאָס מיינט, אַז אַן ערך 16 מיט אַ האַלבן מיליאָן — טראָגן אין זיך די באַקטעריע פֿון שׂינאה צו ייִדן.
אויפֿן סמך פֿון אַ ריי ספּעציפֿישע אויספֿאָרשונגען איז די עקספּערט־קאָמיסיע, וועלכע איז באַשטאַנען פֿון אָנערקענטע מומחים אין געשיכטע, טעאָלאָגיע און אַנדערע הומאַניטאַרע וויסנשאַפֿטן, געקומען צום אויספֿיר, אַז דער הויפּט־קוואַל פֿון דײַטשישן אַנטיסעמיטיזם קומט אַרויס פֿון די רעכטע עקסטרעמיסטן. 90% פֿון אַנטיסעמיטישע אַרויסזאָגונגען, דאָס פֿאַרשוועכן בית־עולמס און פֿאַלן פֿון פֿאַרלייקענען דעם חורבן־אייראָפּע, פֿאַלט אויס דווקא אויף דער דאָזיקער גרופּע.
צוריק גערעדט, דאַרף מען אויך האַלטן אין זינען, אַז די שׂינאה צו ייִדן איז ברייט פֿאַרשפּרייט צווישן דער מוסולמענישער באַפֿעלקערונג אין דײַטשלאַנד, הגם, די דײַטשישע טערקן קריגן פֿון די רעכטע עקסטרעמיסטן (און נישט נאָר) זייער אייגענע "פּאָרציע ליבע". מיר ווייסן אָבער פֿון אונדזער גאָר נישט ווײַטער געשיכטע, אַז ווען עס קומט צו אויסלאָזן דעם כּעס צו ייִדן, קומען גיך צו אַן אַחדות פֿאַרשידענע עקסטרעמיסטישע כּוחות.
בײַ דער הײַנטיקער גלאָבאַליזאַציע, ווערט אויך גלאָבאַליזירט די שׂינאה צו ייִדן. נאָך מער, די ייִדן ווערן שוין נישט געטיילט אויף "אייגענע" (דײַטשישע, רוסישע, פֿראַנצויזישע וכּדומה); די ייִדן נעמען זיך שוין נישט אויף ווי עפּעס אָפּגעזונדערטע טיילן פֿון איין פֿאָלק, צעוואָרפֿן איבער דער וועלט. הײַנט ווען מע רעדט וועגן ייִדן, מיינט מען מדינת־ישׂראל און די אַלע פּראָבלעמען וואָס זײַנען מיט דער ייִדישער מדינה פֿאַרקניפּט און פֿאַרבונדן.
לאָמיר זיך אָבער אומקערן צו דער אויספֿאָרשונג אין דײַטשלאַנד. אין די דײַטשישע שולן איז פֿאַרשפּרייט די טעמע פֿונעם ייִדישן חורבן און די ראָלע, וואָס די נאַציס האָבן געשפּילט אין דער טאָטאַלער פֿאַרניכטונג. עס ווערט אויך באַטראַכט די ראָלע פֿון הײַנטיקן דײַטשלאַנד און דאָס אַחריות, וואָס דאָס לאַנד טראָגט אין שײַכות מיט ישׂראל. די עקספּערטן האַלטן אָבער, אַז ס’איז נישט גענוג; אַז מע מוז רעדן וועגן די הײַנטיקע אויסבראָכן פֿון אַנטיסעמיטיזם, פֿאַרבונדן מיטן מיטל־מיזרחדיקן קאָנפֿליקט, איסלאַמיסטישער פּראָפּאַגאַנדע און פֿינאַנציעלן קריזיס.
אויב אין די 1970 יאָרן האָט זיך געלאָזט באַמערקן אַ ממשותדיקע אָפּשוואַכונג פֿון אַנטיסעמיטיזם אין דײַטשלאַנד, קודם־כּל, צוליב דעם, וואָס דער עלטערער דור דײַטשן, עדות און באַטייליקטע אינעם חורבן, איז אונטערגעגאַנגען; קומט איצט פֿאָר אַ מין "אויפֿלעבונג" פֿון יענע "ברוינע זוימען"; אין אַ געוויסן זין, אַ דאַנק די פֿאַרשידענע טעקסטן, ווידעאָס, שפּילערײַען אין דער אינטערנעץ.
די עקספּערטן זעען אַ סכּנה אין דעם, אַז אין די צרות פֿונעם לעצטן פֿינאַנץ־קריזיס, ווערן ווידער באַשולדיקט די ייִדן. עס ווערן ווידער אַרויסגעבראַכט אויף דער "ליכטיקער שײַן" די פֿינצטערע בילבולים וועגן "גיריקע ייִדן" און די "זקני־ציון", די געהיימע פֿירער פֿון דער וועלט...
נאָך אין יאָר 2009, בעתן אויספֿרעג, דורכגעפֿירט פֿונעם בעליפֿעלד־אוניווערסיטעט, האָט יעדער פֿינפֿטער רעספּאָנדענט אויף דער פֿראַגע: "צי מיינט איר, אַז די ייִדן האָבן אַ צו גרויסע ווירקונג אין דער פֿינאַנץ־וועלט?" — געענטפֿערט: "יאָ!"