קונסט
פֿון סערגאָ בענגעלסדאָרף (מאָלדאָווע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
עדואַרד מײַדענבערג
עדואַרד מײַדענבערג

די טעג פֿײַערט די ייִדישע קהילה פֿון מאָלדאָווע דעם 50סטן געבוירן־טאָג פֿונעם אייגנאַרטיקן מאָלער און גראַפֿיקער, וואָס זײַן שאַפֿונג איז גוט באַקאַנט אויך אין אויסלאַנד, עדואַרד מײַדענבערג. ער איז געבוירן געוואָרן אין קעשענעוו אין דער משפּחה פֿונעם באַקאַנטן איבערזעצער אַמאָן מײַדענבערג, וועלכער האָט איבערגעזעצט אויף מאָלדאַוויש די ווערק פֿון גרויסע ליטעראַטור־מײַסטערס, ווי שעקספּיר, טאָלסטוי, דזשעק לאָנדאָן, קיפּלינג, טורגעניעוו און אַנדערע. זײַן מוטער איז אַ לערערין פֿון געשיכטע, אויך זייער אַ פֿעיִקע מוזיקערין און שפּילט פּיאַנע און אַקאָרדעאָן.

דער קליינער עדואַרד איז געוואַקסן אין אַן אַטמאָספֿער פֿון קונסט און ייִדישקייט. זײַן זיידע, אליעזר קישקאָ איז געווען אַ באַקאַנטע פּערזענלעכקייט אין די קעשענעווער ייִדישע קרײַזן; נאָך אַ בחור, איז ער געווען באַקאַנט מיט מענדעלע מוכר־ספֿרים און ביאַליק, וועלכע האָבן הויך אָפּגעשאַצט זײַן טאַלאַנט פֿון אַ פֿאָלקס־זינגער און זאַמלער פֿון ייִדישן פֿאָלקלאָר. לויט דעם פֿאַך אַ זעצער, איז ער מיט דער צײַט געוואָרן דירעקטאָר פֿון אַ דרוקערײַ. קישקאָ איז געווען אַ פֿאַרברענטער ייִדישיסט, זיך געטראָפֿן מיט שלמה מיכאָעלסן, און זײַן שטוב אין קעשענעוו איז שטענדיק געווען אַ שטאַם־אָרט פֿאַר באַקאַנטע ייִדישע געסט: אַנאַ גוזיק, מיכאל אַלכּסנדראָוויטש, נחמה ליפֿשיץ, נחום עפּעלבאַום און אַנדערע. שוין זײַענדיק אויף פּענסיע, האָט דער אַלטער קישקאָ זיך מיטן קאָפּ אײַנגעטונקען אין דער אַרבעט פֿונעם קעשענעווער אַמאַטאָרישן ייִדישן טעאַטער, אָנגעפֿירט פֿון ראובֿן לעווין, וווּ ער האָט געלערנט ייִדיש מיט די יונגע אַקטיאָרן.

אַזאַ געמיש פֿון קלאַסישער ליטעראַטור, מוזיק און ייִדיש — די גײַסטיקע לופֿט פֿון דער משפּחה — האָט אַוודאי געהאַט אַ געוויסע השפּעה אויפֿן פֿאָרמירן דאָס שאַפֿערישע פּנים פֿונעם מאָלער עדואַרד מײַדענבערג. זײַן נטיה צו מאָלערײַ האָט זיך אַנטפּלעקט זייער פֿרי, דעריבער איז בײַ די עלטערן קיין צווייפֿל נישט געווען — זייער זון וועט ווערן אַ מאָלער. נאָכן פֿאַרענדיקן אין קעשענעוו דעם קינסטלערישן טעכניקום האָט עדואַרד אָנגעהויבן אַרבעטן אינעם גרעסטן פֿאַרלאַג פֿון מאָלדאָווע "ליטעראַטוראַ אַרטיסטיקע" (קינסטלערישע ליטעראַטור), ווי אַ מאָלער־אילוסטראַטאָר. זײַן ערשט בוך איז געווען די זאַמלונג פֿונעם בעסאַראַבער שרײַבער פֿון ייִדישן אָפּשטאַם, דניאל שעכטער. די געמעלן צום בוך זײַנען געמאַכט געוואָרן אין אַ פֿרײַען, עקספּרעסיוון נוסח.

אין די אָנהייב 1980ער האָט ער אילוסטרירט די ווערק פֿון טאָלסטוי, גאָרקי, שעקספּיר, ווי אויך די "געשיכטעס פֿון 1001 נאַכט". דווקא בײַ דער אַרבעט האָט ער געהאַט די מעגלעכקייט צו אַנטפּלעקן זײַן טאַלאַנט אין פֿאַרשידענע סטילן, זשאַנערס, ריכטונגען; מיט איין וואָרט, די קלאַסישע ליטעראַטור האָט געלייגט אַן יסוד פֿון זײַן אייגענער קינסטלערישער אינדיווידואַליטעט.

מיט דער צײַט האָט מײַדענבערג דערפֿילט, אַז ס'איז אים ענג זיך צו געפֿינען צווישן די טאָוולען פֿון ביכער, און ער פֿאַרנעמט זיך מיט אייגענע מאָלערישע און גראַפֿישע אימפּראָוויזאַציעס, געמאַכט שוין גאָר אין אַן אַנדער סטיל. אַ היפּש אָרט פֿאַרנעמט אין זײַנע קינסטלערישע ווערק די ייִדישע טעמע. אין יענער צײַט האָט ער זיי נישט געקאָנט דירעקט אָנרופֿן "ייִדישע מאָטיוון", האָט ער זיי געגעבן אַסבסטראַקטע נעמען: "בעסאַראַבער פּאָרטרעטן", אָדער "רעקוויעם". אָבער אין דער טעמע "רעקוויעם" זעט מען בולט די מאָטיוון פֿונעם חורבן און פֿונעם קעשענעווער פּאָגראָם, 1903. וואָס שייך דעם ציקל "בעסאַראַבער פּאָרטרעטן", קוקן פֿון די בילדער אַרויס פֿאַרשידענע ייִדישן טיפּן.

שפּעטער זײַנען אַ סך פֿון די, צו מאָל פֿאַנטאַסמאַגאָרישע אימפּראָוויזאַציעס, אַרײַנגעבראַכט געוואָרן אינעם נײַעם ציקל "בעסאַראַבער אַלבאָם". נישט ווייניק צייכענונגען פֿון דעם דאָזיקן ציקל זײַנען אַרײַנגעפֿלאָכטן געוואָרן אינעם ליטעראַרישן טעקסט פֿונעם שרײַבער יחיאל שרײַבמאַן. "ס'האָט מיר אָפּגעגליקט צו אילוסטרירן דרײַ פֿון זײַנע לעצטע ביכער, — דערמאָנט זיך מײַדענבערג, — צוויי פֿון זיי זײַנען דערשינען נאָך בײַם לעבן פֿונעם שרײַבער: ׳יצירה און ליבע׳ און ׳זיבן יאָר מיט זיבן חדשים׳; דאָס בוך ׳גרויס און קליינס׳ איז אַרויס שוין נאָך זײַן טויט".

בשעתן שמועסן מיט מײַדענבערג, האָט ער דערמאָנט זײַן אַרבעט איבער דעם בוך פֿון באָריס סאַנדלער, "ווען דער גולם האָט פֿאַרמאַכט די אויגן", געווידמעט די געשעענישן אַרום דעם קעשענעווער פּאָגראָם, 1903. "די טעמע פֿונעם ראָמאַן האָט זיך איבערגערופֿן מיט דער אינערלעכער שטימונג פֿון מײַן אייגענער גראַפֿיק. ווען מע עפֿנט דאָס בוך, זעט מען באַלד, ווי אָרגאַניש עס פֿלעכט זיך איבער דער טעקסט מיט די גראַפֿישע צייכענונגען", — האָט באַטאָנט דער מאָלער.

אין יאָר 2000 האָט דער דיכטער און איבערזעצער רודאָלף אָלשעווסקי פֿאָרגעלייגט מײַדענבערגן צו אילוסטרירן דאָס לידער־זאַמלבוך "פֿליִענדיקע שאָטנס", איבערזעצונגען אויף רוסיש פֿון פֿינף בעסאַראַבער דיכטער: באַרדיטשעווער, שטערנבערג, סאַקציִער, ריווקין און שטיינבאַרג. אייניקע צייכענונגען האָט מײַדענבערג געמאַכט ספּעציעל פֿאַר דעם בוך, און אייניקע אַריבערגעטראָגן פֿון זײַן ציקל "בעסאַראַבער אַלבאָם". ווי עס טענהט דער מאָלער אַליין, איז שווער בײַם אילוסטרירן פּאָעזיע, צו שאַפֿן עפּעס קאָנקרעטס; צו צעשווענקט זײַנען די געשטאַלטן.

צווישן זײַנע נײַע ציקלען איז כּדאַי צו דערמאָנען די סעריע "ייִדישער בית־עולם". אַ סך פֿון די מאָלערײַען האָט דער פֿאָנד "דור לדור" אײַנגעשלאָסן אינעם מאַרטיראָלאָג "נר־תּמיד", געווידמעט דעם קעשענעווער בית־עולם. לויט דער באַשטעלונג פֿון דעם פֿאָנד, האָט מײַדענבערג געמאַכט אַן אָריגינעלן טויער־עסקיז פֿונעם אַלטן בית־עולם, וואָס איז אויפֿגעשטעלט געוואָרן דעם 7טן אַפּריל 2003, צום 100סטן יאָרצײַט פֿונעם קעשענעווער פּאָגראָם.

בײַ דער ייִדישער ביבליאָטעק אין קעשענעוו אויף איציק מאַנגערס נאָמען, טרעפֿן זיך שוין איבער צען יאָר ייִדישע מאָלער, אין שפּיץ מיט עדואַרד מײַדענבערג. דער דאָזיקער קלוב פֿאַראייניקט די מאָלער, וואָס מאָלן אויף ייִדישע טעמעס: מיכאל ברומיאַ ("פֿאָרווערטס" האָט געשריבן וועגן זײַן שאַפֿונג), סוועטלאַנאַ פֿילאָנאָוואַ און אַנאַטאָלי קאַלינענקאָ; ערן־מיטגלידער פֿון דעם קלוב זײַנען געווען די ישׂראלדיקע מאָלערין אַלאַ זעווינאַ, ווי אויך די מאָלער, וואָס וווינען הײַנט אין אַנדערע לענדער, ווי למשל, שולמית טשערווענסקי (דײַטשלאַנד) און מאַטוויי לעווינזאָן (דײַטשלאַנד). אַלע האָבן זיי זיך באַטייליקט אין פֿאַרשידענע אויסשטעלונגען, געווידמעט דער ייִדישער מאָלערײַ.

לעצטנס איז אין קעשענעוו, אינעם שענסטן גאַלעריע־זאַל פֿון דער שטאָט, דורכגעפֿירט געוואָרן די צווייטע פּערסאָנאַלע אויסשטעלונג פֿון עדואַרד מײַדענבערג, אונטערן נאָמען "נוסח EDWARD", וואָס האָט אַרויסגערופֿן אַ גרויסן אינטערעס בײַ די אײַנוווינער פֿון מאָלדאָווע. ווי אַן עמבלעם פֿון דער אויסשטעלונג, איז אויסגענוצט געוואָרן מײַדענבערגס אַ צייכענונג "יעקבֿס חלום", וואָס טראָגט אין זיך אַ טיפֿן פֿילאָסאָפֿישן אָנדײַט און פֿאַנטאַזיע.