אין מאַרק פֿאַר ראָש־השנה (מאָלער: מאיר קירשענבלאַט) |
און אָט שטייען מיר שוין ווידער פֿאַר דעם אָנקום פֿון דעם נײַעם יאָר תשע״א.
די יאָרן לויפֿן שנעל פֿאַרבײַ, עס דאַכט זיך, אַז ניט לאַנג צוריק, ערשט נעכטן, האָבן מיר געפֿײַערט די דאָזיקע טעג...
אָבער דער יערלעכער לוח אויף דער וואַנט פֿעלשט ניט, זײַנע בלעטער זענען געוואָרן אַלץ ווייניקער און ווייניקער, עס איז געבליבן בלויז דאָס לעצטע בלעטל פֿון דעם פֿאַרגייענדיקן יאָר, און דאָס וועט אויך באַלד, אין עטלעכע טעג אַרום, פֿאַרשווינדן...
מיטן אָנקום פֿון חודש אלול הייבן ייִדן אָן אומעטום צו מאַכן די נייטיקע הכנות, כּדי צו באַגעגענען די פֿאָרכטיקע טעג; כּדי צו זײַן גרייט זיך צו שטעלן צום יום־הדין און אָפּגעבן אַ דין־וחשבון פֿאַר דעם בורא־עולם; אַ חשבון־הנפֿש, וואָס איז געטאָן געוואָרן, וואָס עס איז געשען מיט אונדז, ווי און וווּ מען האַלט, ווען נאָך אַ יאָר פֿון אונדזער לעבן גייט אַוועק אין דער פֿאַרגאַנגענהייט.
די פֿון אונדז, וועלכע דאַוונען אויס זייערע תּפֿילות און תּחינות פֿון דעם יום־טובֿדיקן מחזור, און די וועלכע דריקן אויס זייערע געבעטן און וווּנטשן אין דער שטיל, בײַ זיך אין דער היים, ווילן האָפֿן, אַז זייערע געבעטן וועלן מקוים ווערן אין דעם קומענדיקן, נײַעם יאָר.
יעדער איינער, סײַ דער טיף־גלייביקער און סײַ דער חרדי, דער גלאַט־פֿרומער, דער טראַדיציאָנעלער און אַפֿילו סעקולערער ייִד, ווערט באַווירקט פֿון דער שטימונג, וואָס הערשט איצט אַרום אונדז, אין דער ייִדישער גאַס.
פֿאַר אונדז, די על־פּי־נס לעבן־געבליבענע, וועלכע האָבן באַוויזן צו דערציִען אונדזער דאָ־זײַן ביז איצט, קומען אויף אין די טעג זכרונות פֿון אונדזערע ליבע משפּחות און היימען, וואָס זענען אומגעקומען און פֿאַרטיליקט געוואָרן דורך די נאַציס און זייערע אַרויסהעלפֿער, אין די יאָרן פֿון דער צווייטער וועלט־מלחמה.
אין די טעג פֿון די ימים־נוראָים זענען מיר מזכּיר־נשמות, דעם הייליקן אָנדענק פֿון די זעקס מיליאָן קרבנות אונדזערע, וועלכע זענען אומגעבראַכט געוואָרן בעתן חורבן. עס קומען אויף פֿאַר אונדזערע אויגן די חרובֿע ייִדישע קהילות מיט זייערע פּשוטע "עמך"־מענטשן, די אייגנאַרטיקע, אויסנעמלעכע פֿאָלקסטימלעכע טיפּן; דער קאָלירפֿולער, אומפֿאַרגעסלעכער שטעטלדיקער פֿאָלקלאָר, וואָס איז ליידער אָפּגעווישט געוואָרן אויף אייביק, צוזאַמען מיט די מיליאָנען מענער, פֿרויען, קינדער און אַלטע לײַט.
עטלעכע פֿון אַזוינע, אומפֿאַרגעסלעכע טיפּן, וויל איך הײַנט דערמאָנען אין מײַן אַרטיקל, אין דעם ערבֿ־נוראָימדיקן נומער פֿון אונדזער צײַטונג.
1. איטשע דער קצבֿ — "דער וויינענדיקער בעל־תּפֿילה"
אונדזער קלײַזל, וווּ מײַן טאַטע האָט געדאַוונט, האָט קיין מאָל ניט געהאַט קיין אָנגעשטעלטן חזן. דאָרטן זענען געשטאַנען בײַם עמוד אייגענע בעלי־תּפֿילות "וואָס האָבן שטיינער געמאַכט וויינען..."
ווען איטשע דער קצבֿ האָט זיך געשטעלט צום עמוד זאָגן "כּל־נדרי", האָבן אַלע אין דעם איבערגעפּאַקטן קלײַזל געוווּסט, אַז טרוקן וועט מען שוין פֿון דאָרטן ניט אַרויסגיין.
זײַן ביטערער טיפֿער געוויין איז אַרײַנגעדרונגען אין אונדזערע הערצער. מיר קינדער, זענען געשטאַנען ציטערנדיק בײַ דער זײַט פֿון אונדזערע טאַטעס, און מיט אונדזערע מאָגערע באַגריפֿן און רײַכע פֿאַנטאַזיעס, זענען מיר מיטגעגאַנגען צוזאַמען מיט ר’ איטשען, אַהין אין די הויכע עולמות, כּדי צו צערײַסן דעם "רוע גזר־דין"...
די גרויסע, הויכע ליכט אין די זאַמד־טעפּלעך נעבן די פֿענצטער, און אויף די לאַנגע טישן אַרום, האָבן געטריפֿט מיט זייער צעשמאָלצענעם חלבֿ, דער געוויין און כליפּען פֿון די ווײַבער אין דער "עזרת־הנשים" און די טרערן פֿון ר’ איטשען און אַלע מתפּללים אין קלײַזל, זענען זיך צונויפֿגעגאָסן אין איין גרויסן, האַרצרײַסנדיקן יאָמער, וואָס האָט דורכגעשניטן די פֿינצטערניש פֿון דער כּל־נדרי־נאַכט, מיט אַ הילכיקן עכאָ איבער די שטילע וואַסערן פֿון דער דערבײַיִקער "פֿאָנטשיקס־אָזערע", בשכנות מיטן קלײַזל.
2. אָשר "דער פּריסאַדניק"
אויך אָשר "דער פּריסאַדניק" איז געווען באַקאַנט אין שטעטל ווי אַ גוטער און זיסער בעל־תּפֿילה. זײַן הויכע געשטאַלט, די לאַנגע, גרויע באָרד און זײַן שטאָלצער גאַנג, האָט מער געפּאַסט פֿאַר אַן אַלט־רוסישן אַריסטאָקראַט, איידער פֿאַר אַ ייִדן אַ "קאַראַבעיניק" — וואָס האַנדלט אײַן אין די וואָכעדיקע טעג פֿון די פּויערים, דאָרפֿישע פּראָדוקטן.
געוווינט האָט ער אין עק שטעטל, בײַם שאָסיי, וואָס פֿירט קיין סלאָנים אין אַ קליין הײַזל, בשכנות מיט ר’ שמואל "נאַקרישקער". ער פֿלעגט שטיין בײַם אַרײַנפֿאָר אין שטעטל און אויפֿקויפֿן פֿון די פּויערים: הינער, אייער, פֿלאַקס, "סמאָרטשקעס" (געטריקענע שוועמלעך), קאַרטאָפֿל און שאר־ירקות.
ער איז געווען אַ ייִד אַ למדן. אין די בין־השמשותדיקע פֿאַרנאַכטן פֿלעגט ר’ אָשר לערנען מיט ייִדן אין בית־המדרש אַ בלעטל גמרא, אַ פּרק משניות. אַ גאַנץ יאָר האָט ער געדאַוונט אין דעם "מיטעלן" בית־מדרש מיט די שטעטלדיקע האָרעפּאַשניקעס. אין די ימים־טובֿים איז ער געווען דער "שליח־ציבור" פֿון די ייִדן אין קלײַזל, וואָס ליגט בײַ "פּאָנטשיקס־אָזערע" נעבן דער מיל.
זײַן לירישע שטימע און מתיקותדיקער אויסטײַטש פֿון די תּפֿילות האָט שטענדיק בײַגעשטײַערט די מתפּללים און זיי פֿאַרשאַפֿט אַ סך נחת־רוח און פֿאַרגעניגן.
ער האָט אַרײַנגעבראַכט מיט זײַן דאַוונען אין די ענגע טונקעלע ד’ אַמות פֿון קלײַזל דעם לײַכטן, דערקוויקנדיקן ווינטל און דעם זיסן ריח פֿון די בלומען און פֿלאַנצן, דעם אַראָמאַט פֿון די יאָדלעס און דעמבעס, צווישן וועלכע ער האָט יאָרן־לאַנג געלעבט אַרויף־גאַס, אויף דעם "סלאָנימער שאָסיי", נעבן דעם ניט־ווײַטן וועלדל, אין וועלכן מיר קינדער, פֿלעגן שפּאַצירן אין די וואַרעמע וועטערן פֿון פֿרילינג און זומער.
זײַן דאַוונען בײַם עמוד אין די ימים־נוראָים־טעג האָט זיך טיף אײַנגעקריצט אין די זכרונות פֿון אונדזערע קינדער־יאָרן.
3. "ר’ הירש גיט מיר אַ שמעק טאַבעק"
אין די קאַלטע שבתים און יומים־טובֿים, בין מינחה למעריבֿ, פֿלעגן די ייִדן אין קלײַזל זיך צונויפֿזאַמלען אַרום דעם קאַכלדיקן וואַרעמען אויוון, אָנלענען די הענט אויף די וואַרעמע קאַכלען און זיך צוהערן צו דעם שיעור אין "עין־יעקבֿ". ווען די שאָטנס פֿון בין־השמשות האָבן אָנגעפֿילט דעם קליינעם און ענגן צימער פֿון קלײַזל פֿלעגט ר’ הירש דער שמיד, זיך אַוועקשטעלן און "זאָגן" תּהילים. זײַן "זאָגן" איז געווען דורכגעדרונגען מיט מתיקות און ייִראת־שמים, אַז עס האָט געמוזט רירן די פֿאַרהאַרטעוועטע הערצער פֿון די מתפּללים — די בעלי־עגלות, די שמידן, די סטאָליערס, די שוסטערס און "עמך"־ייִדן פֿון שטעטל.
אַ גאַנץ לעבן האָט ר’ הירש "געזאָגט" תּהילים. אַפֿילו נאָך דעם, ווי אַ ברענענדיקער פֿונק איז אָפּגעשפּרונגען פֿון דער קאָוואַדלע און געטראָפֿן אים אין אויג, און אויף שטענדיק אים בלינד געמאַכט, האָט ער ניט מוותּר געווען. ער האָט ווײַטער ממשיך געווען צו זאָגן תּהילים מיט ייִדן אין קלײַזל. ער האָט פֿאַרגעדענקט אויף אויסנווייניק דעם גאַנצן תּהילים; אַפֿילו די תּפֿילות פֿון ראָש־השנה און יום־כּיפּור האָט ער גוט געדענקט און פֿלעגט טאַקע אויך דאַוונען בײַם "עמוד" אין די ימים־נוראָים, מינחה און מעריבֿ.
מיר ייִנגלעך פֿלעגן ליב האָבן צוצוגיין צו אים און בעטן אַ שמעק טאַבעק. ער פֿלעגט עס אונדז צוטראָגן מיט אַ ליבן שמייכל, אונדז געבן אַ קניפּ אין די באַקן און אַפֿילו לאָזן צומאַכן דאָס ביינערנע טאַבעק־פּושקעלע מיטן הילצערנעם דעקל און לעדערנעם שנירל.
4. חיקע "די ביעליקירע"
זי איז געווען אַן אינטערעסאַנטער טיפּ אין אונדזער שטעטלדיקן פּייזאַזש. מען האָט זי גערופֿן "חיקע די ביעליקירע", ווײַל אין אירע יונגע יאָרן האָט זי געלעבט אין דעם דערבײַיִקן דאָרף ביעליקי.
אין איר פּערזענלעך לעבן איז זי געווען עלנט און איינזאַם. זי האָט געפֿונען איר טרייסט און פֿאַרגעניגן אין העלפֿן אַנדערע, נויט־באַדערפֿטיקע אין זשעטל. זי איז געווען די פֿאַרזאָרגערין פֿון חלות אויף שבת און ימים־טובֿים, פֿאַר די וועלכע האָבן ניט געהאַט די פּאָר גראָשן צו קויפֿן אין קראָם אַ ביסל מעל און הייוון. צו דער דאָזיקער שליחות האָט זי זיך איבערגעגעבן בלבֿ־ונפֿש, מיט ליבע און געטרײַשאַפֿט. זי האָט ניט געוואָלט, אַז אַן אָרעמע משפּחה זאָל בלײַבן אָן אַ חלה און ניט קענען מאַכן קידוש שבת און יום־טובֿ.
און ווען עס פֿלעגן זיך דערנענטערן די טעג ערבֿ די ימים־נוראָים, האָט זי "אָפּגעשלאָגן אַלע שוועלן" פֿון שטעטל צו דערמעגלעכן, אַז אַ נויט־באַדערפֿטיקע משפּחה זאָל האָבן די מעגלעכקייט צוצוגרייטן זיך צו די פֿאָרכטיקע טעג, ווי עס דאַרף צו זײַן.
פֿאַר פּסח פֿלעגט זי זאָרגן פֿאַר "מעות־חיטין", פֿאַר מצה און שאר־ירקות צו די סדרים. פֿאַר ראָש־השנה פֿלעגט זי זיי ברענגען געוויסע שפּײַז־אַרטיקלען צום טיש און ניט פֿאַרגעסן אויך, כאָטש אַ כּזית (אַ פּענעץ) פֿון אַ זיספֿרוכט, כּדי זיי זאָלן קענען מאַכן די ברכה פֿאַר אַ גוטן און זיסן יאָר.
סײַ זומער און סײַ ווינטער פֿלעגט זי זיך באַווײַזן אין די שטעטלדיקע הײַזער פֿרײַטיק, און אין די ערבֿ־יום־טובֿ־טעג, מיט אַ גרויסן קאָשיק (קויש) אין די הענט.
איך, אַ קליין ייִנגל, האָב שטענדיק געוואַרט אויף איר, עס האָט מיר פֿאַרשאַפֿט אַ פֿאַרגעניגן אַרײַנצוּוואַרפֿן אין איר גרויסן קויש די חלה און די אַנדערע פּראָדוקטן. איך האָב געפֿילט ווי איך האָב געהאַט אַ חלק אין דער מיצווה פֿון העלפֿן אַן אָרעמער משפּחה צו מאַכן שבת, צו פֿײַערן אַ יום־טובֿ, ווי געהעריק.
קיינער אין שטעטל האָט ניט געוווּסט ווער און וועלכע משפּחה געניסט פֿון איר הילף, אַלץ איז בײַ איר געווען "נתן־בסתר".
אין שטעטל האָט מען אָבער יאָ געוווּסט, אַז כּל־זמן חיקע די ביעליקירע קען נאָך שלעפּן דעם שווערן קויש, אָנגעלאָדן מיט חלות און אַנדערע מטעמים, וועלן אָרעמע ייִדן אין שטעטל האָבן אַ גוטן און פֿריילעכן יום־טובֿ...
* * *
די דאָזיקע גוטהאַרציקע, וווילע ייִדן, פֿרויען און מענער פֿון דעם קליינעם שטעטל, זענען שוין ליידער אויפֿן עולם־האמת. זיי זענען אומגעקומען אין דעם שוידערלעכן חורבן.
פֿאַר די אַלע פֿון אונדז, וועלכע האָבן זיי געקענט און געהערט וועגן זיי, זענען די דאָזיקע שילדערונגען מײַנע פֿון אונדזערע אַמאָליקע היימען, וואַרעמע און אָנגענעמע זכרונות פֿון אונדזערע קינדער־יאָרן, פֿון אונדזער פֿאַרגאַנגענהייט.
איך בין זיכער, אַז אין די אַלע חרובֿע שטעט און שטעטלעך פֿון מיזרח־אייראָפּע, זענען אויך געווען אַזעלכע ענלעכע, אומפֿאַרגעסלעכע טיפּן. זיי אַלעמען ווידמע איך מיט כּבֿוד, ליבע און אָנערקענונג די דאָזיקע קורצע מיניאַטורן.
עס זאָל שוין טאַקע קומען דער אויסגעגאַרטער שלום פֿאַר מדינת־ישׂראל, און פֿאַר עם־ישׂראל, אומעטום אין די תּפֿוצות!
אַ כּתיבֿה וחתימה טובֿה אײַך אַלעמען פֿון ירושלים!