|
אַ גרופּע יונגע לײַט מאַכט זיך היימיש אויף דער ייִדיש־וואָך. פֿון רעכטס: ריינע שעכטער, רבֿקה דוד, מירעלע קעסלער, אשר פֿינקל, קלמן דוד, לײַלאַ פֿעדער, אַרעלע ווישוואַנאַט, דניאל שעכטער (קרעדיט: בענאַ קעסלער) |
|
ס׳איז שוין אַ טראַדיציע אויף דער יערלעכער ייִדיש־וואָך פֿון יוגנטרוף, אַז פֿרײַטיק־צו־נאַכטס, נאָכן עסן, רוקט מען צונויף די בענקלעך אין עסצימער, און מע זינגט — אַ מאָל, שעהען לאַנג — זמירות און אַנדערע שבתדיקע לידער אויף ייִדיש.
אָבער הײַיאָר, נאָך האַלבער נאַכט, ווען אַ סך פֿון די באַטייליקטע זענען שוין געלעגן אין די בעטן, האָבן בערך דרײַסיק יונגע לײַט, ס׳רובֿ אין די 20ער און 30ער יאָרן, זיך אַראָפּגעגנבֿעט צו דער אָזערע מיט פֿלעשלעך ווײַן און בראָנפֿן, אַרײַן אינעם דערבײַיִקן פּאַוויליאָן און צונויפֿגערוקט דרײַ לאַנגע טישן, כּדי צו פּראַווען אַ פֿאַרברענגען אויף זייער אייגענעם שטייגער.
נאָך עטלעכע לחיימס, איז מען געוואָרן אַ ביסל מער צוגעלאָזן, און זיך ווידער צעזונגען, אָבער דאָס מאָל אויף אַ מער שפּילעוודיקן אופֿן. ניצנדיק די ייִדישע לידער, וואָס מע לערנט אין די אָנהייבער־קלאַסן — ווי "טײַערע מלכּה" און "און מיר זענען אַלע ברידער" — האָט מען צו זיי צוגעטראַכט נײַע סטראָפֿעס מיט פֿרישע גראַמען, באַפֿעפֿערט מיט גרעבלעכע רמזים, וואָס האָבן אַרויסגערופֿן גרויס געלעכטער.
"ס׳איז געווען אַזוי שעפֿעריש, און אויך זייער קאָמיש," האָט באַמערקט ד״ר מאַרק קאַפּלאַן, אַ פּראָפֿעסאָר פֿון ייִדישער ליטעראַטור אין "דזשאָנס האָפּקינס אוניווערסיטעט" און איינער פֿון די באַטייליקטע אין יענעם פֿאַרברענגען. "ס׳איז געוואָרן אַ מין פֿאַרמעסט, ווער ס׳קען אויסטראַכטן די בעסטע — און באַליידיקנדיקסטע — סטראָפֿעס, אַלץ מיטן ניגון פֿון דער ׳ראַפּ־מוזיק׳, אָבער אויף ייִדיש!"
שפּעטער האָבן צען בחורים און מיידלעך זיך געשטעלט אין צוויי רייען, און געשפּילט די באַקאַנטע אַמעריקאַנער לויפֿשפּיל, "רעד ראָווער"; אַ פּנים, האָט זיך זיי אַ ביסל פֿאַרבענקט נאָך די קינדער־יאָרן. ווי עס האָט באַמערקט מנחם־יאַנקל איידלמאַן, אַ 27־יאָריקער "וועטעראַן" פֿון דער ייִדיש־וואָך: "אַלץ וואָס ס׳האָט זיך אונדז פֿאַרגלוסט — האָבן מיר געטאָן!"
במשך פֿון דער הײַיאָריקער ייִדיש־וואָך האָט די ענערגיע און טעטיקייט פֿון די יוגנטלעכע אין די 20ער און 30ער געמאַכט אַ גרויסן רושם — צום גרויסן טייל, ווײַל עס זענען געווען אַ היפּשע צאָל פֿון זיי. און ס׳איז נישט געווען קיין צופֿאַל; יאָרן לאַנג האָט זיך די ייִדיש־וואָך אָנגעהויבן אַרום דעם 24סטן אויגוסט — אין דער זעלבער וואָך, וואָס ס׳רובֿ קאָלעדזשן אין די דרום־שטאַטן הייבן שוין אָן זייערע קלאַסן. הײַיאָר האָט מען געמאַכט די ייִדיש־וואָך מיט אַ וואָך פֿריִער, האָבן דערפֿאַר מער פֿון די סטודענטן געקאָנט קומען.
צוליב דער דאַטע־ענדערונג, האָט מען אָבער, צום ערשטן מאָל אין 25 יאָר, געמוזט פּראַווען די ייִדיש־וואָך אויף אַ נײַ אָרט — אין וואָרוויק, נ״י. די אַדמיניסטראַציע פֿונעם ביז־איצטיקן אָרט — אין קאָפּייק — איז פּשוט נישט געווען גרייט צו פֿאַרדינגען "יוגנטרוף" דאָס אָרט מיט אַ וואָך פֿריִער.
אַן אַנדערע סיבה, פֿאַר וואָס מער יונגע לײַט זענען געקומען איז, ווײַל יהודית וואַלעצקי, די קאָאָרדינירערין פֿון דער ייִדיש־וואָך, האָט צונויפֿגעשטעלט און אַרויסגעשיקט שיינע, קאָלירטע בראָשורן צו די לערער פֿון אַלע אָפּטיילן פֿון ייִדיש־ און ייִדישע שטודיעס, ווי אויך צו די "הילל"־אָרגאַניזאַציעס אין די קאָלעדזשן איבערן לאַנד.
|
די נײַע פֿירערשאַפֿט (פֿון רעכטס): ליאנה יעלען, מינע־ליפֿשע ווישוואַנאַט, שפֿרה ווײַטמאַן,
יהודית וואַלעצקי, פֿייגי זילבערמאַן און בענאַ קעסלער. בײַ דער האַנט: קריינדל נויבערג
(קרעדיט: בענאַ קעסלער) |
|
צווישן די נײַ־געקומענע איז זכריה שער, אַן 21־יאָריקער סטודענט פֿונעם "אוניווערסיטעט פֿון קאַליפֿאָרניע" אין אירווײַן, וועלכער האָט זיך געלערנט ייִדיש צוויי יאָר אין אַ ייִדישער מיטלשול — די New Community Jewish High School, אין וועסט־הילס, קאַליפֿאָרניע — און אויך אין דער ווילנער זומער־פּראָגראַם. שער האָט געזאָגט, אַז די איבערלעבונג פֿון פֿאַרברענגען מיט אַנדערע יוגנטלעכע אויף ייִדיש, האָט געמאַכט אויף אים אַ טיפֿן רושם.
"אַזאַ מין סבֿיבֿה, וווּ אַלע קענען אַזוי גוט די ייִדישע קולטור, קען מען נישט שאַפֿן אין קיין אַנדער פּלאַץ," האָט זכריה באַמערקט. "יעדער טאָג איז געווען פֿאַר מיר אַ פֿאַרגעניגן."
לכתּחילה האָט זכריה אָבער איבערגעלעבט אַ שטיקל "קולטור־שאָק". "איידער איך בין געקומען, האָב איך געמיינט, אַז ס׳וועט זײַן אַ צוויי־שפּראַכיקע פּראָגראַם. די סעמינאַרן וועט מען אָנפֿירן אויף ייִדיש, און די אַנאָנסן און די שמועסן — אויף ענגליש; כ׳האָב געמיינט, אַז עס וועלן אויך זײַן מענטשן וואָס קענען בכלל נישט קיין וואָרט ייִדיש. כ׳האָב אָבער באַלד געזען, אַז איך בין געווען פֿון די ערגסטע ייִדיש־רעדער!"
זכריה פֿילט, אַז במשך פֿון דער וואָך האָט זײַן ייִדיש זיך ממשותדיק פֿאַרבעסערט, אָבער איצט דאַרף ער זיך באַמיִען אָנצוהאַלטן די שפּראַך־פֿעיִקייט. "כ׳דאַרף געפֿינען מענטשן מיט וועמען צו ׳סקײַפּן׳," האָט ער געזאָגט. "סקײַפּ" (Skype) איז אַ מיטל צו טעלעפֿאָנירן מענטשן דורך דער אינטערנעץ, וווּ מע זעט איינער דעם צווייטן אויפֿן עקראַן, בשעת מע רעדט, און דערפֿאַר פֿילט עס, ווי מע זיצט אַזש אין זעלבן צימער צוזאַמען.
אַ צווייטער קאַליפֿאָרניער ייִדיש־סטודענט, אַ 23־יאָריקער יונגערמאַן, ראַגהאַוו קרישנאַפּריאַן, וועלכער האָט זיך געלערנט ייִדיש אין בערקלי, האָט אַרויסגערופֿן אַ ספּעציעלן אינטערעס, ווײַל ער האָט גערעדט זייער גוט ייִדיש, פֿול מיט לשון־קודשדיקע טערמינען, הגם ער שטאַמט פֿון דרום־אינדיע, און איז נישט קיין ייִד.
"מײַן אינטערעס צו דער ייִדישער קולטור האָט זיך אָנגעהויבן ווען אַ חבֿרטע האָט מיר דערציילט, אַז בײַ איר אין הויז געפֿינט זיך אַ יזכּור־בוך פֿון קרעמעניץ, אוקראַיִנע, וואָס איר גאַנצע משפּחה וויל עס לייענען אָבער קען נישט," האָט ראַגהאַוו דערקלערט. אָט די פּראָבלעם, אַז די ייִדן קענען מער נישט די שפּראַך פֿון זייערע אָבֿות, האָט אים שטאַרק פֿאַרחידושט, און ער האָט אָנגעהויבן לייענען די איבערזעצונגען פֿון דוד בערגלסאָנס און י. י. זינגערס ראָמאַנען — און דערנאָך באַשלאָסן זיך אַליין אויסצולערנען די שפּראַך.
שפֿרה ווײַטמאַן, וועלכע איז, ווי אַ קינד פֿון "יוגנטרופֿיסטן", ממש אויפֿגעוואַקסן אויף דער ייִדיש־וואָך, האָט געזאָגט, אַז הײַיאָר איז געווען דאָס ערשטע מאָל, וואָס זי האָט דערפֿילט, ווי די יוגנט באַטרעפֿט אַ מין "סוב־קהילה" פֿון דער ייִדיש־וואָך. "אַ סך פֿון דער צײַט, נאָך די נאַכט־אַקטיוויטעטן, זענען מיר צוזאַמענגעקומען, בלויז צו שמועסן און פֿאַרברענגען אין איינעם. ס׳איז אויך געווען אינטערעסאַנט צו רעדן מיט מענטשן פֿון איבער אַמעריקע, צו הערן פֿון וואַנען זיי קענען ייִדיש, און פֿאַר וואָס זיי האָבן זיך עס געלערנט."
|
דער ייִנגסטער דור הערט זיך צו צו אַ ייִדיש מעשׂהלע. פֿון רעכטס: ד״ר שמעון נויבערג, עליע פֿישמאַן, ד״ר דוד פֿישמאַן, סאָניע פֿישמאַן, שירה שאַזיר און רפֿאל קאַפּלאַן (קרעדיט: יהודית בראָ־פּינכאַסניק) |
|
ס׳רובֿ פֿון די יונגע לײַט האָבן געזאָגט, אַז איינער פֿון די הויכפּונקטן הײַיאָר איז געווען דער וואָרט־קאָנצערט פֿון שיין בייקער, וועלכער האָט רעציטירט "מאָניש" פֿון י. ל. פּרץ, און "בעבלעך" — אַ הומאָריסטישער מאָנאָלאָג פֿון א. לוצקי, וואָס דער אַקטיאָר יוסף בולאָוו האָט באַוווּסט געמאַכט, וועגן די שפּרינגענדיקע בעבלעך אין אַ טאָפּ זופּ. זיי האָבן אויך הנאה געהאַט פֿון דער טאַלאַנטאַרניע; דער פּיעסע "יאָסל ראַקאָווער רעדט צו גאָט" מיט דוד מאַנדלבאַום, און פֿון מיכל זאַיאָנץ, אַ ייִד אין די נײַנציקער, וועלכער האָט דערציילט אין זײַן אייגנאַרטיקן פּוילישן דיאַלעקט, די כעלעמער מעשׂיות.
דער פֿאַקט, וואָס אַזאַ ווערק ווי "מאָניש" האָט אויסגענומען בײַם ייִנגערן דור איז אינטערעסאַנט, ווײַל דאָס לשון איז דווקא נישט קיין גרינגס, און בייקער האָט עס רעציטירט גאַנץ גיך. אפֿשר איז עס ווײַל ס׳רובֿ פֿון זיי האָבן בדרך־כּלל נישט קיין געלעגנהייט (אָדער קיין געדולד) צו לייענען די ייִדישע ליטעראַטור, איז אַ וואָרט־קאָנצערט דער איינציקער אופֿן ווי זיי קענען געניסן דערפֿון. אויב אַזוי, איז טאַקע וויכטיק, אַז די ייִדיש־וואָך זאָל דאָס אין זינען האָבן ווען מע פּלאַנירט די פּראָגראַם אויף איבעראַיאָר.
די בחורים און מיידלעך האָבן אויך שטאַרק הנאה געהאַט פֿון לערנען זיך טאַנגאָ מיטן בראַזיליאַנער טאַנץ־לערער, וועלוול שטײַנבערג. דאָנערשטיק אויף דער נאַכט זענען זיי, אויסגעפּוצטע, אַרײַנגעקומען אינעם רחבֿותדיקן אָזערע־פּאַוויליאָן, גענומען פּאַרטנערס, און זיך געלערנט די טריט פֿונעם טאַנץ.
נאָך אַ מערקווערדיקע זאַך וועגן די צענערלינגען און די 20־יאָריקע איז געווען, ווי זיי האָבן אַזוי גיריק אָנגענומען אַ פֿירנדיקע ראָלע — נישט בלויז וואָס שייך דעם אָרגאַניזירן די וואָך, וואָס האָט אַליין געפֿאָדערט אומצייליקע שעהען אַרבעט — בפֿרט הײַיאָר, ווען מע האָט געדאַרפֿט זוכן אַ נײַ אָרט, אָבער אויך בעת דער ייִדיש־וואָך גופֿא. אָפֿט מאָל האָבן זיי זיך געזעצט שפּילן מיט די ייִדיש־רעדנדיקע קינדערלעך, אָדער באַגלייט זיי אויף עקסקורסיעס אינעם דערבײַיִקן זאָאָלאָגישן גאָרטן און עפּל־סאָד.
אָנצופֿירן מיט דער ייִדיש־וואָך איז קיין מאָל נישט גרינג, אָבער דעם זומער איז עס געווען ספּעציעל שווער צוליב דעם נײַעם אָרט — URJ Kutz Camp — אַ צענטער צו טרענירן די נײַע פֿירער פֿון דער רעפֿאָרם־באַוועגונג — וואָס איז מער ענלעך אויף אַ פּראָסטן זומער־לאַגער, ווי דאָס אָרט אין קאָפּייק, וואָס האָט געהאַט אַ סך מער באַקוועמלעכקייטן.
|
אַ גרופּע ייִדיש־וואָכניקעס אין אַ שפּײַזקראָם אין קרית־יואל (קרעדיט: שׂרה־רחל שעכטער) |
|
אַ סך מענטשן האָבן זיך באַקלאָגט צו יהודיתן און אירע אַסיסטענטן, ליאַנע יעלען און מינע־ליפֿשע ווישוואַנאַט, וועגן דער קוואַליטעט פֿונעם עסן און פֿון די בײַדלעך; וועגן דעם וואָס עס זענען נישטאָ קיין סאַרווערס (טאַקע אַ פּראָבלעם פֿאַר די טאַטעס און מאַמעס פֿון קליינע קינדער, וועלכע האָבן געמוזט האַלטן אין איין אויפֿשטיין צו ברענגען נײַע זאַכן צום טיש); וועגן דעם טומל אין עסצימער צוליב די רעשיקע ווענטילאַטאָרן, און וועגן די בערגלדיקע וועגן, וואָס האָבן געשאַפֿן פּראָבלעמען פֿאַר די עלטערע לײַט.
"מענטשן פֿאַרגעסן, אַז די ערשטע יאָרן אין קאָפּייק האָט מען זיך אויך אַ סך באַקלאָגט וועגן דעם עסן און פֿאַרשידענע אַנדערע זאַכן," האָט יהודית דערקלערט. "דער עיקר איז נישט סתּם צו שטעלן טענות, אָבער פֿאָרצולייגן וואָס מיר קענען טאָן צו פֿאַרבעסערן דעם מצבֿ אויף איבעראַיאָר."
יהודית האָט אַליין פֿאָרגעלייגט, למשל, אַז מע קאָן צושטעלן סאַרווערס אין עסצימער; אַרײַנברענגען מער מעבל אין די בײַדלעך; שטעלן בענק אונטער די ביימער, וווּ מענטשן קענען שמועסן, און פֿירן די עלטערע לײַט אויף גאָלף־וואָגנס, אַזוי ווי מע טוט אינעם אַרבעטער־רינג קעמפּ, "סוירקל־לאַדזש".
הגם אַ סך באַטייליקטע אין דער הײַיאָריקער ייִדיש־וואָך האָבן געזאָגט, אַז מע זאָל איבעראַיאָר זיך אומקערן אין קאָפּייק, האָבן די יונגע לײַט געטענהט, אַז זיי איז ליבער אויפֿן נײַעם אָרט. "דאָ האָבן מיר אַזוי פֿיל מער צימערן פֿאַר פֿאַרשידענע מינים אַקטיוויטעטן," האָט שפֿרה דערקלערט. "אַ קונסט־צימער, אַ מוזיק־צימער, אַ גרויסער אָזערע־פּאַוויליאָן..." זי האָט אויך געלויבט די טעכנאָלאָגיש אַוואַנסירטע קלאַנג־סיסטעם אין טעאַטער, וואָס האָט דערמעגלעכט אויפֿצופֿירן טעאַטראַלע ווערק ווי "יאָסל ראַקאָווער רעדט צו גאָט".
דאָס נײַע אָרט אין וואָרוויק, נ״י, האָט אויך געאָגראַפֿישע מעלות: ס׳איז ווייניקער ווי אַ שעה מיט אַ האַלב פֿון ניו־יאָרק, און איז זייער נאָענט צו אַ צאָל פֿאַרווײַלונג־ערטער, וווּהין מע האָט טאַקע דורכגעפֿירט עקסקורסיעס. איינע פֿון די אַרויספֿאָרן איז געווען אין קרית־יואל, דאָס ייִדיש־רעדנדיקע שטעטל פֿון די סאַטמערער חסידים. איין אינדערפֿרי איז אַ גרופּע פֿון 15 ייִדיש־וואָכניקעס — 13 מענער און 2 פֿרויען — געפֿאָרן אַהין. די חסידישע אײַנוווינער האָבן זיי וואַרעם אויפֿגענומען און פּרטימדיק אויסגעפֿרעגט. ווען די ייִדיש־וואָכניקעס זענען אַרויסגעגאַנגען פֿון אַ ספֿרים־געשעפֿט, האָט אַ מיטל־יעריקער ייִד זיי געוווּנטשן אַ גמר חתימה טובֿה, און צוגעגעבן: "אפֿשר איבעראַיאָר וועלן מיר קומען צו אײַך!"
הגם די חילוקי־דעות, צי מע זאָל איבעראַיאָר זיך אומקערן צום נײַעם אָרט, צי נישט, האָט געשאַפֿן אַ שטיקל שפּאַנונג צווישן די יונגע פֿירער און די אַנדערע ייִדיש־וואָכניקעס, זענען אַלע באַגײַסטערט געוואָרן, ווען די סטודענטן האָבן זיך אונטערגענומען, לכּבֿוד שבת, אַליין צו באַדינען די טישן ווי סאַרווערס און צו באַפּוצן די טישן מיט פּאַפּירענע בלימעלעך, וואָס די קינדערלעך האָבן צונויפֿגעשטעלט, אונטערן אויפֿזיכט פֿון איינער פֿון די מאַמעס, ד״ר חנה מאָס.
פֿייגי זילבערמאַן, אַ 24־יאָריקע סטודענטקע פֿון ייִדישן טעאָלאָגישן סעמינאַר, איז געווען די, וועלכע האָט פֿאָרגעלייגט דעם פּלאַן צו שאַפֿן אַ שבתדיקע שטימונג. הגם פֿייגי, אַ געבוירענע און דערצויגענע אין דער ייִדישער טאָגשול אין מעלבורן, אויסטראַליע, האַלט זיך דווקא פֿאַר אַ בונדיסטקע, האָט זי געזאָגט: "כ׳האָב פֿאַרשטאַנען, אַז די מענטשן פֿון דער ייִדיש־וואָך האָבן אַ געוויסע אידעע וואָס עס דאַרף זײַן שבת, און אַז הײַיאָר דאַרפֿן מיר, יונגע, העלפֿן מיט דעם."
צי די ייִדיש־וואָך וועט איבעראַיאָר ווידער פֿאָרקומען אין וואָרוויק, צי מע וועט זיך אומקערן אין קאָפּייק, אָדער אין גאָר אַן אַנדער אָרט, וועט מען נאָך שטאַרק דיסקוטירן. דערווײַל שטאָלצירט מען אָבער מיט די נײַע, יונגע פֿירער, וועלכע האָבן הײַיאָר אַזוי פֿעיִק אָרגאַניזירט אַלע פּרטים פֿון דער ייִדיש־וואָך — סײַ דאָס גשמיות, סײַ דאָס רוחניות — און אַלץ אויף ייִדיש.