פּובליציסטיק
אַלכּסנדר אַבראַמאָוויטש
אַלכּסנדר אַבראַמאָוויטש

צווישן די לערער פֿון דער מאָלדאַווישער קאָנסערוואַטאָריע, וועלכע איך האָב פֿאַרענדיקט מיט 50 יאָר צוריק, האָט זיך מיר אַמבולטסטן פֿאַרגעדענקט אונדזער פּראָפֿעסאָר פֿון מוזיק־געשיכטע אַלכּסנדר אַבראַמאָוויטש. זיך טרעפֿן מיט אים — סײַ בעת די לעקציעס און סײַ אויסער זיי — פֿלעגט תּמיד לאָזן נאָך זיך אַ טיפֿן שפּור פֿון פֿרייד און ליכט. כ'מיין, אַז נישט ווייניק פֿון זײַן פּערזענלעכקייט האָט מײַן לערער געירשנט בײַ זײַן באַרימטן זיידן, שלום־יעקבֿ אַבראַמאָוויטש, אַנדערש געזאָגט, מענדעלע מוכר־ספֿרים.

אַלכּסנדר אַבראַמאָוויטש איז געבוירן געוואָרן אין אָדעס אין 1900, וווּ ס'האָט געוווינט מענדעלעס גרויסע משפּחה. ווי באַקאַנט, האָט ער אָנגעפֿירט אויף דער דעכטיאַרנע־גאַס מיט אַ גרויסער תּלמוד־תּורה; דאָרט האָט זיך אויך געפֿונען זײַן הויז. אַלכּסנדרס פֿאָטער, וולאַדימיר אַבראַמאָוויטש, איז געווען דעם שרײַבערס פּלימעניק, וואָס האָט חתונה געהאַט מיט זײַן קוזינע, נאַדיע, מענדעלעס טאָכטער. וולאַדימיר איז געווען אַ דאָקטער און איז פֿרי אומגעקומען בעת דער רוסיש־יאַפּאַנישער מלחמה, אין די שלאַכטן אונטער פּאָרט־אַרטור. זײַן ווײַב איז פֿאַרבליבן אַ יונגע אַלמנה מיט דרײַ קליינע קינדער אויף די הענט. דער עלטערער צווישן זיי איז געווען סאַשע, אָדער אַלכּסנדר — דאָס באַליבטע אייניקל בײַ זײַן זיידן.

אינעם טאָגבוך, וואָס נאַדיע האָט געפֿירט, האָט זי כאַראַקטעריזירט איר עלטערן זון אַזוי: "זייער אַ לעבעדיק, נײַגעריק ייִנגעלע — אַלע האָבן אים ליב, באַזונדערס דער זיידע. זיי פֿלעגן אָפֿט שפּאַצירן און שמועסן. אַלכּסנדר האָט אים געלייענט זײַנע ערשטע לידער, און דער זיידע האָט אים דערציילט פֿאַרשידענע געשיכטעס פֿון זײַן לעבן. ער האָט מיט אים גערעדט ווי מיט אַ גלײַכן. שטאָלצירט מיט סאַשעס טאַלאַנטן, מיט זײַנע אינטערעסן צו געשיכטע, מוזיק, מאַטעמאַטיק און שפּראַכן".

אין 1905 האָט דער קליינער אַלכּסנדר צום ערשטן מאָל "דערפֿילט", וואָס מיינט צו זײַן אַ ייִד. דעמאָלט האָבן זיך אין אָדעס אָנגעהויבן בלוטיקע פּאָגראָמען, און די גאַנצע משפּחה איז שיִער נישט אומגעקומען פֿון די צעיושעוועטע פּאָגראָמשטשיקעס. זיי זײַנען שוין געשטאַנען לעבן דער תּלמוד־תּורה, גרייט געווען זיך אַהין אַרײַנצורײַסן און דאָרט אַלץ צעגראָמירן. מענדעלע מיט זײַן הויזגעזינד האָט זיך אויסבאַהאַלטן אינעם קעלער. געראַטעוועט האָט זיי אַלע דער סטרוזש, אַ פּשוטער רוסישער מענטש, וואָס האָט אײַנגערעדט די שיכּורע בויאַנען, אַז קיינער איז דאָרט נישטאָ און אַז די "שקאָלע" איז געשלאָסן.

ווי אַ פּראָטעסט קעגן דער אַנטיסעמיטישער וואַקכאַנאַליע אין רוסלאַנד, האָט מענדעלע מיט זײַן משפּחה פֿאַרלאָזט דאָס לאַנד און איז אַרויסגעפֿאָרן קיין שווייץ. דאָ אין זשענעווע, האָט אַלכּסנדר זיך אָנגעהויבן לערנען אין דער פֿראַנצויזישער גימנאַזיע. בכלל האָט אַלכּסנדר אַבראַמאָווישט פֿרײַ געקענט ענגליש, דײַטש, איטאַליעניש, לאַטײַן און אַוודאי רוסיש... איך דערמאָן זיך, ווי אויף די לעקציעס פֿון מוזיק־געשיכטע פֿלעגט ער זיך אַוועקזעצן צו דער פּיאַנע און אונדז שפּילן און זינגען פֿאַרשידענע אויסצוגן פֿון אָפּערעס — און אַלץ אויף דער שפּראַך פֿונעם אָריגינאַל.

נאָכן אומקערן זיך קיין אָדעס אין 1908, האָט אַלכּסנדר, גובֿר געווען די אַזוי גערופֿענע "פּראָצענט־נאָרמע (אַ צווייטער "אָנדײַט" אויפֿן ייִדישן ייִחוס), און ממשיך געווען זײַן דערציִונג ווײַטער אין דער אָרטיקער גימנאַזיע, וועלכע ער פֿאַרענדיקט מיט אַ גאָלדענעם מעדאַל. זײַן הויכע בילדונג באַקומט ער אין דער אָדעסער קאָנסערוואַטאָריע און שפּעטער, שוין אין די סאָוועטישע צײַטן, אינעם אינסטיטוט פֿון פֿאָלקס־ווירטשאַפֿט אויפֿן פֿאַקולטעט פֿון יוריספּרודענץ. פֿון דעסטוועגן, פֿאַרנעמט מוזיק אין זײַן קאַריערע דעם אויבנאָן. פֿון 1930 ביז דער מלחמה אַרבעט אַלכּסנדר אַבראַמאָוויטש אין דער באַרימטער אָדעסער קאָנסערוואַטאָריע.

מענדעלע מוכר־ספֿרים און זײַן אייניקל, אַלכּסנדר
מענדעלע מוכר־ספֿרים און זײַן אייניקל, אַלכּסנדר

איך זאָג "באַרימטער", ווײַל דווקא אין דער צײַט לערנען זיך דאָרט די וועלט־באַרימטע מוזיקאַנטן, אַזעלכע ווי די פֿידלערס דוד אויסטראַך, בוסיע גאָלדשטיין, מיכאל פֿיכטענגאָלץ, מיכאל ווײַמאַן; די פּיאַניסטן עמיל גילעלס, יעקבֿ זאַק, יעקבֿ פֿליִער און אַנדערע. נאָך דער מלחמה, צוליב דעם ווילדן מלוכישן אַנטיסעמיטיזם האָט די קאָנסערוואַטאָריע פֿאַרלוירן אירע בעסטע קאַדרען סײַ צווישן די טאַלאַנטירטע סטודענטן און סײַ צווישן דער פּראָפֿעסור. אַזוי איז אויך געשען מיט אַלכּסנדר אַבראַמאָוויטשן, וועלכער האָט זיך געפֿונען אין די מלחמה־יאָרן אין סיביר, אין דער שטאָט אירקוטסק, וווּ ער האָט געפֿירט אַן אַקטיווע קולטור־טעטיקייט אין דעם אָרטיקן מוזיק־טעכניקום און אויף דעם ראַדיאָ. קיין פֿאַרבעטונג צוריק אויף אַרבעט אין אָדעס האָט ער נישט באַקומען און געמוזט פֿאָרן קיין קעשענעוו, וווּ ס'האָט זיך געעפֿנט די וואַקאַנסיע צו פֿאַרנעמען די שטעלע פֿון פּראָפֿעסאָר פֿון מוזיק־געשיכטע. געוווּנען האָבן פֿון דעם די נאָכמלחמהדיקע דורות סטודענטן פֿון דעם דאָזיקן לערן־אַנשטאַלט.

צו פֿאַרענדיקן דאָס שוואַרץ קאַפּיטל פֿון זײַן ביאָגראַפֿיע, וויל איך דאָ צוגעבן, אַז וועגן זײַן אמתן ייִחוס, זײַן "פֿאַמיליע־סוד", וועמעס אייניקן ער איז און ווער איז געווען זײַן זיידע, האָט אַלכּסנדר אַבראַמאָוויטש אויסבאַהאַלטן פֿון נאָך דער מלחמה ביזן סאַמע טויט.

אַלכּסנדר אַבראַמאָוויטש איז געווען אַ גלענצנדיקער לערער. מחבר פֿון וויכטיקע אַרטיקלען וועגן די קאָמפּאָזיטאָרן פֿון מאָלדאַוויע און דער מאָלדאַווישער מוזיקאַלישער קונסט. אויף זײַנע לעקציעס פֿלעגן די סטודענטן קומען ווי אויף אַ שׂימחה, וואָס ס'טרעפֿט זיך נישט אָפֿט. איך געדענק, ווי ער פֿלעגט צוטראַכטן פֿאַר יעדן סטודענט אַ צונאָמען, און אים אַרויסרופֿן אויף די לעקציעס לויט דעם דאָזיקן צונאָמען. אַ גרויסער הומאָריסט, האָט ער אַרײַנגעבראַכט אויף די לימודים אַ באַזונדערע שטימונג. ער האָט אויך געקאָנט אָפּשאַצן דעם וויץ פֿון אַ סטודענט. אַזוי, למשל, איז געשען, אַז בעת דעם עקזאַמען האָט איינער אַ סטודענט געדאַרפֿט דערציילן וועגן דער אָפּערע פֿון מײַערבער "הוגענאָטן". "נו, וואָס האָט איר בדעה צו זאָגן וועגן די ׳הוגענאָטן׳" — האָט אים געפֿרעגט דער פּראָפֿעסאָר. "צום באַדויערן, — האָט געשטאַמלט דער סטודענט, — ווייס איך נאָר וועגן די ׳הוגע׳, ביז די ׳נאָטן׳ בין איך נישט דערגאַנגען!"

דערהערט אַזאַ ענטפֿער, האָט אַלכּסנדר אַבראַמאָוויטש זיך געקאַטשעט פֿאַר געלעכטער. דער סטודענט אַליין האָט באַקומען אַ "דרײַ" — פֿאַר זײַן הומאָר־געפֿיל.

לעצטנס, האָט די טאָכטער פֿון אַלכּסנדר אַבראַמאָוויטש, יעלענאַ אַבראַמאָוויטש, אויך אַ מוזיקאָלאָג, אָרגאַניזירט בײַ דער ייִדישער ביבליאָטעק אויף איציק מאַנגערס נאָמען אַן אָוונט אין אָנדענק פֿון איר פֿאָטערס 110טן געבוירן־טאָג, אויף וועלכן עס זײַנען בײַגעווען זײַנע תּלמידים, הײַנט אָנגעזעענע פּערזענלעכקייטן אין דער מוזיקאַלישער וועלט.