‫פֿון רעדאַקציע

ווערטן פֿון ייִדישן פֿאָלק — זיי זײַנען צעזייט און צעשפּרייט איבער דער וועלט, ווי דאָס פֿאָלק אַליין, וואָס לאָזט זיך נישט באַזעצן אין איין אָרט, הגם אַזאַ שטח איז שוין דאָ. ייִדן, וווּ זיי זאָלן נישט געווען צושטיין אין זייער צוויי טויזנט־יאָריקן נע־ונד, פֿלעגן זיי מיטברענגען מיט זיך דעם בטחון, אַז דאָ, אויף דעם ברעג, וועט שוין זייער גוט מזל זיך טיף און פֿעסט פֿאַראַנקערן, ביז משיחס קומען.


דער ייִדישער קינאָ — אַמאָל און הײַנט:
שפֿרה לערער: אַ לעבן אויף דער ייִדישער בינע (צווייטער טייל)
די ייִדישע קולטור־וועלט האָט געפּראַוועט דעם 95סטן געבוירן־טאָג פֿון דער אַקטריסע שפֿרה לערער. דער "פֿאָרווערטס" שטעלט פֿאָר איר לעבן און בינע־קונסט.

History of Yiddish Cinema – Shifre Lerer:
A Life On the Yiddish Stage (Part 2)
The Yiddish cultural world celebrated the 95th birthday of actress Shifre Lerer. The Forverts looks at her life and work.

פּובליציסטיק
פֿון סערגאָ בענגעלסדאָרף (מאָלדאָווע)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
אַלכּסנדר אַבראַמאָוויטש

צווישן די לערער פֿון דער מאָלדאַווישער קאָנסערוואַטאָריע, וועלכע איך האָב פֿאַרענדיקט מיט 50 יאָר צוריק, האָט זיך מיר אַמבולטסטן פֿאַרגעדענקט אונדזער פּראָפֿעסאָר פֿון מוזיק־געשיכטע אַלכּסנדר אַבראַמאָוויטש. זיך טרעפֿן מיט אים — סײַ בעת די לעקציעס און סײַ אויסער זיי — פֿלעגט תּמיד לאָזן נאָך זיך אַ טיפֿן שפּור פֿון פֿרייד און ליכט. כ'מיין, אַז נישט ווייניק פֿון זײַן פּערזענלעכקייט האָט מײַן לערער געירשנט בײַ זײַן באַרימטן זיידן, שלום־יעקבֿ אַבראַמאָוויטש, אַנדערש געזאָגט, מענדעלע מוכר־ספֿרים.

אַלכּסנדר אַבראַמאָוויטש איז געבוירן געוואָרן אין אָדעס אין 1900, וווּ ס'האָט געוווינט מענדעלעס גרויסע משפּחה. ווי באַקאַנט, האָט ער אָנגעפֿירט אויף דער דעכטיאַרנע־גאַס מיט אַ גרויסער תּלמוד־תּורה; דאָרט האָט זיך אויך געפֿונען זײַן הויז.

ליטעראַטור

יחיאל שרײַבמאַן, דער באַקאַנטער פּראָזאַיִקער פֿון מאָלדאָווע, איז געבוירן געוואָרן אין 1913 אינעם בעסאַראַבער שטעטל וואַד־ראַשקעוו, וואָס ער האָט אַזוי זאַפֿטיק און האַרציק באַשריבן אין כּמעט אַלע זײַנע ווערק. אין די 1930ער יאָרן געוווינט אין בוקאַרעשט, כּמעט גאַנצע צען יאָר געווען אַ סופֿליאָר אין ייִדישן טעאַטער. אין טשערנאָוויץ און בוקאַרעשט האָט ער זיך באַטייליקט אין דער אונטערערדישער "לינקער" באַוועגונג. דעביוטירט האָט ער אין דער ליטעראַטור מיט אַ דערציילונג, וואָס האָט געהייסן "ערשטע טריט" און איז פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן אין ניו־יאָרקער פּראָלעטאַרישן ליטעראַרישן זשורנאַל "סיגנאַל".

ליטעראַטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

Transit und Transformation.
Osteuropäisch-jüdische Migranten in Berlin 1918-1939.
Verena Dohrn and Gertrud Pickan (eds.).
Göttingen: Wallstein, 2010



דער פֿאָרש־פּראָיעקט "פֿון שאַרלאָטען־גראַד ביז שוינען־פֿירטל", וואָס איז געשטיצט דורך דער מלוכישער דײַטשישער פֿאָרשונגס־געזעלשאַפֿט, גיט זיך אָפּ מיט אַ פֿילזײַטיקער שטודיע פֿון דער מיזרח־אייראָפּעיִשער ייִדישער קהילה אין בערלין צווישן ביידע וועלט־מלחמות.

פּובליציסטיק
פֿון יצחק לודען (‫ישׂראל)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
פֿײַער־לעשער און אײַנוווינער לעשן אַן אָפּגעברענט הויז, דעם 4טן דעצעמבער, אין אין הוד

זײַנען מיר שוין, מיט מזל, איבערגעקומען די שׂרפֿה אויפֿן כּרמל, וועלכע האָט אומגעבראַכט 43 נפֿשות און פֿופֿציק טויזנט דונאַם וואַלד, און מיליאָנען ביימער, לרובֿ פֿון קק״ל, דעם קרן־קימת.

די וואָך פֿון חנוכּה תּשע"א האָט אונדז אָנשטאָט דעם דערוואַרטן נס געברענגט אַן אומגליק. דאָס חנוכּה־לעמפּל האָט זיך איבערגעקערט, דער בוימל האָט זיך אויסגעגאָסן און פֿון דעם "אור לגויים" איז געוואָרן אַן "אש ליהודים", אַ פֿײַער קעגן ייִדן. און די איראָניע (אָדער דער חסד) פֿונעם גורל האָט געוואָלט, אַז צווישן די 39 לעש־עראָפּלאַנען פֿון דעם אינטערנאַציאָנאַלן רעטונגס־פֿלאָט, וועלכן דער פּרעמיער נתניהו האָט אויף גיך אָרגאַניזירט צו פֿאַרלעשן דאָס פֿײַער, זײַנען געווען דרײַ לעש־עראָפּלאַנען פֿון די גריכן, וואָס אין זייער זכות פּראַווען מיר יעדעס יאָר דעם יום־טובֿ פֿון די מכּבייער, און צוויי עראָפּלאַנען פֿון די טערקן, די יוונים פֿון הײַנט...

פֿונעם אייביקן קוואַל
פֿון מ. אַלקין
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

אינעם חומש זענען פֿאַראַן צוויי סדרות, וואָס זייערע נעמען זענען פֿאַרבונדן מיטן ענין פֿון לעבן: "חיי-שׂרה" און "ויחי". די פּרשה "חיי-שׂרה" הייבט זיך אָן מיט שׂרהס טויט — פּונקט להיפּוך צו איר נאָמען. שׂרה איז געווען די מאַמע פֿונעם גאַנצן ייִדישן פֿאָלק — בגשמיות און ברוחניות. ווען מע זאָגט אַ "מי שברך" פֿאַר אַ גר — אַ תּפֿילה פֿאַר אַ קראַנקן, אין וועלכער מע דערמאָנט דער מאַמעס נאָמען — רופֿט מען אים אָן "פּלוני בן שׂרה", ווײַל ווען עמעצער ווערט אַ ייִד, ווערט ער אויך פֿאַררעכנט פֿאַר שׂרהס אייניקל.

ייִדישע מוזיק אינעם 21סטן יאָרהונדערט
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן

וועגן דער ישׂראלדיקער זינגערין רות לעווין האָבן מיר פֿריִער געהאַט אָנגעשריבן אין שײַכות מיטן לוקסוס־באַנד פֿון קאָמפּאָזיציעס, וואָס זי האָט צוגעגרייט און אַרויסגעגעבן פֿון איר טאַטן, לייבו לעווין. ווי אַ ייִדישע זינגערין, איז רות לעווין איינע פֿון די באַקאַנטסטע אין ישׂראל, ווי אויך אין אייראָפּע. זי איז נאָענט פֿאַרבונדן מיט דער גרופּע "יונג ייִדיש" און טרעט אָפֿט אויף בײַ זיי אין תּל־אָבֿיבֿ און ירושלים. זי קען זינגען ייִדישע לידער אין פֿאַרשיידענע סטילן, ווי קאַבאַרעט, טעאַטער, קונסט־ און פֿאָלקסלידער און האָט זיך געלערנט טעאַטער און געזאַנג בײַ בנימין צמח און נחמה ליפֿשיץ, צווישן אַנדערע. צוזאַמען מיט מײַק בורשטיין האָט זי אַרויסגעלאָזט דאָס קאָמפּאַקטל פֿון איר טאַטנס שאַפֿונגען — "נאָך שענער ווי געווען". אין דער אמתן, איז זי מער ווי אַ זינגערין, אַן אַקטיווע קינסטלערין און אָנפֿירערין פֿון דער ייִדישער קולטור אין לאַנד, און איז אָנערקענט געוואָרן פֿאַר איר אַרבעט דורכן סעגאַל־פּריז.

פּובליציסטיק
פֿון פּעטער גאָרענפֿלאָס (דײַטשלאַנד)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
נישט פּלאַפּלען!

ווי באַוווּסט, איז אינעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד נישט געווען ניט קיין דעמאָקראַטיע און ניט קיין פֿרײַהייט פֿון מיינונגען. ווער ס׳פֿלעג נאָר וואַגן צו קריטיקירן די קאָמוניסטישע פּאַרטיי אָדער בכלל צו דערקלערן אויף אַ קול זײַן אייגענעם קוקווינקל, האָט ריזיקירט מיט זײַן קאַריערע און נישט זעלטן אויך מיט זײַן פֿרײַהייט. צווישן די ביכער, וואָס ס׳איז כּדאַי צו לייענען וועגן דער אַזוי גערופֿענער "סאָוועטישער דעמאָקראַטיע" פֿאַר ייִדן, וואָלט איך אָנגערופֿן אַרנאָ לוסטיגערס בוך "דאָס רויטע בוך: סטאַלין און ייִדן". אָנהייב פֿאָריקן יאָרהונדערט, זײַנען אַ סך ייִדן געוואָרן מיטגלידער פֿון "בונד". אַ היפּשער טייל פֿון זיי איז נאָך דער רעוואָלוציע אַריבער צו די באָלשעוויקעס, מחמת לענין האָט דערקלערט אַ מלחמה דעם אַנטיסעמיטיזם.

װעלט פֿון ייִדיש
‫צונויפֿגעשטעלט פֿון איציק גאָטעסמאַן
רפֿאל גאָלדוואַסער אין אַ סצענע פֿון
"אַ גילגול פֿון אַ ניגון" בײַם "פֿאָלקסבינע־טעאַטער"

"פֿאָלקסבינע":
פֿאָרשטעלונגען לכּבֿוד י. ל. פּרץ

פֿאַר דעם האַרבסט־טעאַטער־סעזאָן אין נאָוועמבער האָט דער ניו־יאָרקער "פֿאָלקסבינע־ייִדישער נאַציאָנאַלער טעאַטער" געבראַכט פֿון שטראַסבורג, פֿראַנקרײַך, דעם נאָוואַטאָרישן אַקטיאָר און רעזשיסאָר רפֿאל גאָלדוואַסער. ער האָט אויפֿגעפֿירט די מאָנאָ־פֿאָרשטעלונג "אַ גילגול פֿון אַ ניגון". אָבער דער אָוונט האָט זיך אָנגעהויבן מיט אַן אויסגעטאַנצטער אויסטײַטשונג פֿון אַן אַנדער פּרץ־שאַפֿונג, די פּאָעמע "צוויי ברידער"; די צוויי פּיעסעס האָט מען אָנגערופֿן — "נײַע וועלטן: אַ יום־טובֿ לכּבֿוד י. ל. פּרץ".

פּובליציסטיק
פֿון גענאַדי עסטרײַך
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

מיט אַ יאָרהונדערט צוריק האָבן זיך אין דער אַמעריקאַנער פּרעסע באַוויזן די ערשטע דערציילונגען פֿון בערל באָטוויניק (1885—1945), אַ יונגער בונדיסט, וואָס איז געקומען קיין אַמעריקע אין 1905, נאָך דערפֿילן דעם טעם פֿון אַ רוסישער תּפֿיסה. אין 1913 איז דער יונגער פּען-מענטש שוין געווען אַ שטענדיקער מיטאַרבעטער פֿון "פֿאָרווערטס". בערל באָטוויניק האָט אויך געשריבן דראַמעס פֿאַרן ייִדישן טעאַטער. מיט זײַן פּראָזע קען מען זיך באַקענען אויך אויף ענגליש; צוואַנציק דערציילונגען זײַנע האָבן געשאַפֿן אַ בוך, וואָס איז אַרויס אין 1984 אונטערן טיטל Lead Pencil.

פּובליציסטיק
פֿון מרים שמולעוויטש־האָפֿמאַן (ניו־יאָרק)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"
עני לאָרי גיילאָר

ייִדן זײַנען רײַך אין גלויבן און איבערגלויבן, אין פֿאַרשיידענע שיטות און כּיתּות, סעקטעס, רבייִשע און רבנישע דינאַסטיעס, אַתּה בחרתּנוניקעס, קנאָים, צבֿועקעס; ווער רעדט שוין וועגן די פֿרײַדענקער, אַפּיקורסים, אַטעיִסטן, וועלטלעכע, וואָס רופֿן זיך סעקולאַריסטן, פּאָליטישע און נאַציאָנאַלע פּאַרטיי־אָנהענגער. ווער קען זיך צו אונדז גלײַכן. איין זאַך האָבן מיר נאָך נישט באַוויזן, און דאָס איז צו שאַפֿן אַטעיִסטיש־אַפּיקורסישע שטיבלעך, אַגנאָסטישע און פֿרײַדענקערישע באַוועגונגען וואָס זײַנען כּופֿר־הכּל, ווײַל די ציניקער צווישן אונדז האָבן אָנגעוווירן יעדן שמץ פֿון גלויבן און אומגלויבן. נישט געקוקט אויף דעם אַלעם, ווען נישט דער חורבן, וואָלטן מיר זיכער באַרײַכערט געוואָרן פֿון צענדליקער אינטערעסאַנטע כּופֿר־בעיקרניקעס פֿון אונדזער אמונה.