פֿײַער־לעשער און אײַנוווינער לעשן אַן אָפּגעברענט הויז, דעם 4טן דעצעמבער, אין אין הוד |
Credit: Getty Images |
זײַנען מיר שוין, מיט מזל, איבערגעקומען די שׂרפֿה אויפֿן כּרמל, וועלכע האָט אומגעבראַכט 43 נפֿשות און פֿופֿציק טויזנט דונאַם וואַלד, און מיליאָנען ביימער, לרובֿ פֿון קק״ל, דעם קרן־קימת.
די וואָך פֿון חנוכּה תּשע"א האָט אונדז אָנשטאָט דעם דערוואַרטן נס געברענגט אַן אומגליק. דאָס חנוכּה־לעמפּל האָט זיך איבערגעקערט, דער בוימל האָט זיך אויסגעגאָסן און פֿון דעם "אור לגויים" איז געוואָרן אַן "אש ליהודים", אַ פֿײַער קעגן ייִדן. און די איראָניע (אָדער דער חסד) פֿונעם גורל האָט געוואָלט, אַז צווישן די 39 לעש־עראָפּלאַנען פֿון דעם אינטערנאַציאָנאַלן רעטונגס־פֿלאָט, וועלכן דער פּרעמיער נתניהו האָט אויף גיך אָרגאַניזירט צו פֿאַרלעשן דאָס פֿײַער, זײַנען געווען דרײַ לעש־עראָפּלאַנען פֿון די גריכן, וואָס אין זייער זכות פּראַווען מיר יעדעס יאָר דעם יום־טובֿ פֿון די מכּבייער, און צוויי עראָפּלאַנען פֿון די טערקן, די יוונים פֿון הײַנט...
די הײַנטצײַטיקע מכּבייער, די ישׂראלדיקע אַרמיי און די מאַכט־אָרגאַנען, וועלכע זײַנען איבערצײַגט און האַלטן אין איין איבערצײַגן די וועלט און זיך אַליין, אַז מדינת־ישׂראל איז דער שטאַרקסטער כּוח אין מיטעלן מיזרח, האָט זיך אַרויסגעשטעלט אין איר גאַנצער אומבאַהאָלפֿנקייט אין איר פֿאַרמעסט מיט דער סטיכיע פֿון דער נאַטור. און מען טאָר נישט פֿאַרגעסן, אַז אין דעם קומענדיקן מיליטערישן פֿאַרמעסט מיט אונדזערע פֿײַנט, וועגן וועלכן מען רעדט בײַ אונדז אַזוי פֿיל, ווי וועגן אַ זיכערער עווענטואַליטעט, וועט די נאַטור — דאָס מיינט דאָס פֿײַער — זײַן דעם פֿײַנטס אַן אַקטיווער און געפֿערלעכער שותּף. ווײַל אין דער קומענדיקער מלחמה וועט דער טעריטאָריאַלער פֿאַקטאָר שוין מער נישט זײַן קיין מיוחס, און ישׂראל וועט שוין מער נישט קענען טענהן, ווי לויט דער ביז־איצטיקער "קאָנצעפּציע", אַז די ישׂראלדיקע אַרמיי וועט נישט דאַרפֿן קעמפֿן אויף איר אייגענער טעריטאָריע, נאָר וועט אַריבערפֿירן די מלחמה אויפֿן שטח פֿונעם פֿײַנט.
און אויך דאָס איז געווען איינע פֿון די זינלאָזע טענות פֿון די זעלבסטזיכערע "פּאַטריאָטן", ווי אַ טייל פֿון דער אַלטער קאָנצעפּציע — אַז מיר דאַרפֿן זיך אויף קיינעם נישט פֿאַרלאָזן, נאָר אויף זיך אַליין; מיר קענען זיך באַגיין אָן דער פּאָליטישער און מיליטערישער הילף פֿון אַנדערע, אויב זיי פֿאַרלאַנגען פֿון אונדז אויפֿצוגעבן די קאָלאָניזאַציע און דעם בוי אויף די פֿאַרנומענע שטחים, מחוץ דער "גרינער ליניע". אַזוי איז עס געשען מיטן מוותּר זײַן אויף דער אַמעריקאַנער "מתּנה" פֿון די צוואַנציק סאַמע מאָדערנסטע וואָפֿנס אין ווערט פֿון נאָך דרײַ ביליאָן דאָלאַר און טאָטאַלער פּאָליטישער אונטערשטיצונג קעגן דער אָנגייענדיקער דע־לעגיטימאַציע און איזאָלאַציע — פֿאַרן פּרײַז פֿון בלויז אײַנפֿרירן אויף אייניקע חדשים דעם בוי, וואָס האָט געפֿירט צום דורכפֿאַל פֿון דעם איצטיקן הינקענדיקן שלום־עקספּערימענט. אויפֿן אָרט פֿון דער פֿאַרלאַנגטער אײַנפֿרירונג פֿון דעם בוי אויף די שטחים, איז געקומען די אײַנפֿרירונג פֿון דעם שלום־פּראָצעס.
אָנשטאָט דעם גאַנג צו אַ שלום איז געקומען דער אָנשטעל, אַז ער גייט ווײַטער אָן. די צוויי צדדים פֿון דעם אַנגאַזשירטן דרײַעק, אַמעריקע און ישׂראל, האָבן עפֿנטלעך, אין דער זעלבער צײַט זיך מודה געווען בפֿירוש אין זייער דורכפֿאַל צו דערפֿירן צו דער באַנײַונג פֿון די דירעקטע געשפּרעכן מיט די פּאַלעסטינער צו דערגרייכן אַ גיכן הסכּם וועגן די גרונט־מחלוקתן צווישן די צדדים. אָבער נתניהו, וועלכער האָט זיך שוין געהאַט פֿאַרפֿליכטעט צום פּרינציפּ פֿון צוויי מדינות פֿאַר ביידע פֿעלקער, האָט די דערקלערונג וועגן דעם דורכפֿאַל אָפּגעגעבן אין אַ טאָן פֿון נצחון, און האָט נאָך דעם שטאָלצירט דערמיט, אַז ער האָט נישט געלאָזט זיך "אײַנפּעקלען" (פֿון דעם העברעיִשן וואָרט "להתקפּל") פֿאַר אָבאַמאַ. דאַקעגן האָט הילאַרי קלינטאָן באַגלייט איר דערקלערונג מיט דער באַמערקונג, אַז די קאָלאָניזאַציע איז אַ בפֿירושדיקע שטרויכלונג פֿאַר דעם שלום. זי, און נאָך איר דער פּרעזידענט אָבאַמאַ, האָבן אָבער נישט אַרויפֿגעוואָרפֿן אויף קיינעם די אַחריות פֿאַר דעם דורכפֿאַל, כּדי צו קענען צוריקגיין צו דער פֿריִערדיקער שיטה פֿון די פֿאַרמיטלונגס־געשפּרעכן פֿון דזשאַן מיטשעל.
מיט אָט דעם פּאָליטישן "נצחון", וואָס האָט אים צוריקגעקערט די פּאָפּולאַריטעט בײַ זײַנע פֿונדאַמענטאַליסטישע שותּפֿים אין דער קאָאַליציע און אין זײַן פּאַרטיי, איז נתניהו אַרײַנגעטראָטן אין דעם פֿײַער־איבעררײַס צווישן דער פֿאַרלאָשענער שׂרפֿה אויפֿן כּרמל און דער געפֿאַר פֿון אַ באַנײַטער פּאָליטישער שׂרפֿה — סײַ אויף דעם דערווײַל באַרויִקטן, אָבער דאָך אָנגעגליטן, וווּלקאַן פֿון מיטעלן מיזרח, און סײַ אויפֿן אינערלעך־פּאַרטיייִשן יאַריד. נתניהו פּרובירט מיט אַלע מיטלען און תּירוצים ממשיך זײַן דעם "נצחון" זײַנעם איבער אָבאַמאַ און ווײַטער אָפּשלעפּן דעם שלום־דיאַלאָג מיט די פּאַלעסטינער, דריקנדיק אויף דעם אַמעריקאַנער פּרעזידענט אָפּצוּווענדן זײַן אויפֿמערק פֿון דער פּאַלעסטינער פּראָבלעם צו דער אַטאָמישער געפֿאַר מצד איראַן; פֿאַרשטאַרקן קעגן איר די עקאָנאַמישע סאַנקציעס און דערלאַנגען איר אַ מיליטערישן קלאַפּ. אויפֿן אינערלעכן פֿראָנט האָט דער פּאָליטישער יאַריד זיך אויפֿגעוועקט פֿון זײַן קורצן דרימל, ווען דאָס פֿײַער פֿון דער שׂרפֿה האָט זיך אײַנגעשטילט, און עס קאָכט מיט סקאַנדאַלן פֿון אַלע סאָרטן — פֿון פֿאַרברעכנס, אָפֿטע מאָרד־פֿאַלן אין די משפּחות, מיט קאָרופּציע, סעקס, שווינדלערײַען, ראַסיזם פֿון רבנים און פּאַרטיייִשע רײַסענישן, וואָס פֿאַרדעקן און פֿאַרשטעלן דאָס ביסעלע ליכט און די שיינקייטן, וואָס זײַנען נאָך פֿאַראַן אין לעבן פֿון דער מדינה.
אַזוי ווי נאָך יעדן מלוכישן דורכפֿאַל, האָט זיך אויך איצט צעפֿלאַקערט די מלחמה אַרום אירע נאָכפֿאָלגן, אויף וועמען עס ליגט די שולד און די אַחריות פֿאַר דעם דורכפֿאַל פֿון נישט קענען פֿאַרלעשן די שׂרפֿה מיט די אייגענע כּוחות, פֿאַר דער נישט־צוגעגרייטקייט, פֿאַר דער פֿאַרנאַכלעסיקטער, נעבעכדיקער אויסשטאַטונג פֿון די פֿײַערלעשער, אַזוי ווי דאָס איז געווען נאָך דער צווייטער לבֿנונישער מלחמה, נאָך וועלכער עס איז געשאַפֿן געוואָרן די ווינאָגראַד־קאָמיסיע. און אַזוי ווי נאָך יעדן מלוכישן דורכפֿאַל, איז די ערשטע מחלוקת אַרום דער פֿאָדערונג אויפֿצושטעלן אַ מלוכישע אויספֿאָרש־קאָמיסיע — זי זאָל זײַן "מיט ציינער", מיט פֿולמאַכטן צו באַשטראָפֿן די, אויף וועמען עס וועט פֿאַלן די דירעקטע אַחריות.
זינט דער יום־כּיפּור־מלחמה זענען געשאַפֿן געוואָרן, נאָך שאַרפֿע מחלוקתן, אַרום 70 אַזעלכע אויספֿאָרש־קאָמיסיעס, אָבער נאָר אַ קליינער טייל פֿון זייערע מסקנות זײַנען געוואָרן רעאַליזירט; און קיינער פֿון די פֿאַראַנטוואָרטלעכע מיניסטאָרן האָט נישט דעמיסיאָנירט, און זייער ווייניק הויכע מלוכה־באַאַמטע זײַנען געוואָרן באַשטראָפֿט. אין דעם פֿאַל וואַרפֿט די עפֿנטלעכקייט די שולד אויף די פֿיר מיניסטאָרן: דעם אינערן־מיניסטער אלי ישי פֿון ש״ס, וואָס צו זײַן מיניסטעריום געהערט די פֿײַערלעשער־דינסט; דער פֿינאַנץ־מיניסטער יובֿל שטײַניץ, וועמען דער אינערן־מיניסטער באַשולדיקט, אַז ער האָט זיך אָפּגעזאָגט צו דערטיילן די נייטיקע סובווענצן צו מאָדערניזירן די פֿײַערלעשונג־ און רעטונגס־דינסט; דעם זיכערהייטס־מיניסטער אהוד ברק, אַז ער האָט נישט געשטעלט די מיליטערישע רעטונגס־איינהייטן צום פֿאַרמעסט קעגן דעם פֿײַער אויפֿן כּרמל און, אַחרון־אַחרון, קעגן דעם פּרעמיער נתניהו, וועמעס אַקטיוויטעט בעת דער שׂרפֿה איז געווען דאָס פּאָזירן פֿאַר דעם פֿאָטאָגראַפֿישן טעלעוויזיע־עקראַן.
ווי עס ווײַזט זיך אַרויס, איז פֿאַר אים די שׂרפֿה אויפֿן כּרמל נישט געווען קיין נאָווינע: אַזאַ שׂרפֿה, כאָטש אין אַן עטוואָס קלענערן פֿאַרנעם, האָט אים געטראָפֿן אויך בעת זײַן ערשטער רעגירונגס־קאַדענץ מיט 12 יאָר צוריק, און די זעלבע רייד וועגן דער נויטווענדיקייט צו פֿאַרשטאַרקן די פֿײַערלעשער־סיסטעם האָט ער געלאָזט הערן אין אָקטאָבער 1998: "די איצטיקע כוואַליע פֿון די שׂרפֿות איז אַ מכּה פֿון נאַציאָנאַלן ראַנג". ער האָט צוגעגעבן, אַז "מען דאַרף געפֿינען אַ גיכע לייזונג צו פֿאַרשטאַרקן די פֿײַערלעשער־סיסטעם".
אין משך פֿון דרײַ טעג האָט אין אָקטאָבער 1998 געבושעוועט אַ פֿײַער אין צפֿון פֿון לאַנד, און אויך דעמאָלט זײַנען די היגע פֿײַערלעשער געווען אומבאַהאָלפֿן: ישׂראל האָט אַלאַרמירט צו דרײַ לעשונג־עראָפּלאַנען פֿון גריכנלאַנד. אין דער כּנסת האָט מען דעמאָלט פּראָטעסטירט הלמאַי ישׂראל האָט נישט קיין אייגענע לעש־עראָפּלאַנען. אַ האַרבער באַריכט איז דערלאַנגט געוואָרן דעם אינערן־מיניסטער אלי סוויסה, אויך ער איז געווען פֿון ש״ס, און מ׳האָט אים געמוסרט, אַז די נאַכלעסיקייט "האַלט אָן שוין 20 יאָר".
זינט דעמאָלט האָט זיך כּמעט גאָרנישט געענדערט פֿון דער ערשטער ביז דער צווייטער קאַדענץ פֿון דער רעגירונג אונטער דער אָנפֿירונג פֿון דעם זעלבן בנימין נתניהו. געענדערט האָט זיך נאָר די ציפֿער פֿון דער פֿאַרנאַכלעסיקונג: זי דויערט שוין נישט קיין צוואַנציק, נאָר צוויי און דרײַסיק יאָר... אָנשטאָט צו זאָרגן פֿאַר דעם וווילשטאַנד פֿון די בירגער, זאָרגן די מנהיגים פֿאַר זייער וווילזײַן און ווי אַזוי צו פּראָפֿיטירן פֿון די נאַציאָנאַלע אומגליקן פֿאַר דער פֿאַרזיכערונג פֿון זייער מאַכט.
תּל־אָבֿיבֿ, 14טער דעצעמבער, 2010