ווערטן פֿון ייִדישן פֿאָלק — זיי זײַנען צעזייט און צעשפּרייט איבער דער וועלט, ווי דאָס פֿאָלק אַליין, וואָס לאָזט זיך נישט באַזעצן אין איין אָרט, הגם אַזאַ שטח איז שוין דאָ. ייִדן, וווּ זיי זאָלן נישט געווען צושטיין אין זייער צוויי טויזנט־יאָריקן נע־ונד, פֿלעגן זיי מיטברענגען מיט זיך דעם בטחון, אַז דאָ, אויף דעם ברעג, וועט שוין זייער גוט מזל זיך טיף און פֿעסט פֿאַראַנקערן, ביז משיחס קומען.
וועגן דעם זאָגן עדות די מאָנומענטאַלע אַרכיטעקטורע בנינים סײַ רעליגיעזע און סײַ קהלשע, אויפֿגעשטעלט נישט אויף איין יאָר, נאָר אויף דור־דורות. די ראָד פֿון ייִדישן מזל האָט אָבער נישט אויפֿגעהערט זיך צו דרייען, און איין גלות האָט זיך פֿאַרביטן אויף אַן אַנדערן. קיין שטיינער, ווייסט מען דאָך, טראָגט מען מיט זיך נישט אַוועק, הגם די אַרויסגעטריבענע ייִדן פֿון שפּאַניע האָט מען דערלויבט מיט זיך נעמען די מצבֿות פֿון זייערע אָבֿות.
בלײַבן נאָך ביז הײַנט שטיין אין אָפּגעפֿרעמדטע שטעט שטומע עדות פֿון אַמאָליקן ייִדישן הו־האַ. נישט אומזיסט אָבער זאָגט מען, אַז ווען די שׂונאים־ישׂראל ווילן פֿאַרשאַפֿן ווייטיק אַ לעבעדיקן ייִד, לאָזן זיי אויס זייער גיפֿט אויף די טויטע. די דאָזיקע "טראַדיציע" ווערט נישט אויסגעשעפּט, און גיט זיך אויך איבער פֿון איין דור צו אַן אַנדערן ביזן הײַנטיקן טאָג. עס בײַטן זיך אַפֿילו נישט די מיטלען פֿון פֿאַרניכטן די ייִדישע ווערטן — פֿײַער, דער גרעסטער שותּף צו שׂינאה.
אַזוי האָבן געברענט די ייִדישע ווערטן במשך פֿון יאָרהונדערטער, אָנהייבנדיק פֿונעם בית־המיקדש — דורך די שׂרפֿות און פּאָגראָמען פֿון מיטלעלטער און "קרישטאָלנאַכט" — ביזן קבֿר פֿון יוסף הצדיק אין שכם, שוין אין נײַעם מילעניום. און אַלץ צוליב איין סיבה — צו פֿאַרשאַפֿן ווייטיק די ייִדן. אויסוואָרצלען זייער זכר פֿון דער וועלט און וועלט־געשיכטע. לעצטנס, לייענען מיר, אַז אינעם איצטיקן איראַן, סטראַשען די יורשים פֿון המן, די ראַדיקאַל־געשטימטע סטודענטן, צו פֿאַרברענען דעם קבֿר פֿון אסתּר און איר פֿעטער מרדכי.
אין דעם "מאַניפֿעסט", אונטערגעשריבן פֿון די סטודענטן פֿון דעם אוניווערסיטעט אין כאַמדאַן, ווערט בפֿירוש געזאָגט אַזוי: "אין דער צײַט, ווען די ייִדן ווילן צעשטערן אונדזער הייליקייט ׳אַל־אַקצאַ׳, גייען די מוסולמענער ווײַטער אָן מיט זייער שווײַגעניש, און די צווייטע לויט איר ווערט ייִדישע הייליקייט — אסתּרס און מרדכיס קבֿר בלײַבן שטיין גאַנץ און נישט גערירט אויף דער ערד פֿון איראַן!.. אויב זיי וועלן וואַגן אָנצורירן אונדזער ׳אַל־אַקצאַ׳, וועלן מיר צעטראָגן אויף שטיקלעך דעם קבֿר פֿון די געפֿערלעכע מערדער!"
מיט צען יאָר צוריק האָבן שוין די פּאַלעסטינער פֿאַנאַטיקער פֿאַרברענט און חרובֿ געמאַכט אין שכם יוספֿס קבֿר, נישט געקוקט דערויף, וואָס אויך פֿאַר די מוסולמענער איז עס אַ הייליק אָרט. שוין אַ היפּשע צײַט גייט אָן אַ גאַנצע מלחמה אַרום רחלס קבֿר און דער מערת־המכפּלה אין חבֿרון. די הייליקייטן געהערן צו ביידע רעליגיעס און סײַ די ייִדן און סײַ די מוסולמענער האָבן תּמיד אָנערקענט דעם פֿאַקט... אָבער אונדזערע בשותּפֿותדיקע אָבֿות און אמהות קאָנען טאַקע נישט רוען אין זייער אייביקייט; דאָ אויף דער ערד האַלט מען אין איין טיילן זייער געביין, און פֿאַרשטייט זיך, אַז די גרעסטע עקספּערטן אין דעם געביט זײַנען די מומחים פֿון "אונעסקאָ", וואָס האָבן שוין באַשלאָסן אויף זיכער, אַז רחלס קבֿר און מערת־המכפּלה זײַנען נאָר מוסולמענישע הייליקייטן און מוזן זײַן אויסגעמעקט אויף דער רשימה פֿון נאַציאָנאַלע ווערטן אין ישׂראל.
אויב ס'איז אײַך ווייניק יושר, קוקט אַרײַן אין די לעצטע רעזולטאַטן פֿון די "טיפֿע היסטאָרישע אויספֿאָרשונגען", דורכגעפֿירט פֿון איינעם אַ מוטאַוואַקעל טאַך — אַ וואַזשנער טשינאָווניק און גרויסער קענער פֿון דער איסלאַמישער קולטור. לויט זײַן הויך־קוואַליפֿיצירטער אָפּשאַצונג געהערט דער כּותל־מערבֿי דווקא צו די מוסולמענישע ווערטן און איז אַ טייל פֿון דעם מעטשעט "אַל־אַקצאַ". וועט אונדז שוין נישט חידושן, אַז דווקא זײַן מיינונג וועט זײַן די קאָמפּעטענטסטע, ווען "אונעסקאָ" וועט אַרויסטראָגן וועגן דעם ענין איר אייגענעם פּסק־דין.