- English Forward
- Archive אַרכיוו
-
Multimedia
מולטימעדעאַ
- ווידעאָ־קאַנאַל Forverts Video Channel
- „פֿאָרווערטס‟־קול Forverts Voice
- ירושלים, ישׂראל Jerusalem, Israel
- פּאַריז, פֿראַנקרײַך Paris, France
- וואַרשע, פּוילן Warsaw, Poland
- מאָסקווע, רוסלאַנד Moscow, Russia
- בוענאָס־אײַרעס, אַרגענטינע Buenos-Aires, Argentina
- מעלבורן, אויסטראַליע Melbourne, Australia
- לאָס־אַנדזשעלעס, פֿ״ש Los Angeles, US
- אַרכיוו פֿון „פֿאָרווערטס‟־שעה Archive of the Forward Hour
- Store קראָם
-
Blogs
בלאָגס
- פֿרעגט אַן עצה בײַ ד״ר בערגער Dr. Berger Answers Your Health Questions
- דורך ריקיס אויגן Through Riki's Eyes
- ווײַטער Vayter
- נײַעס פֿאַר בני־בית No Place Like Home
- אידיש מיט אן „א‟ Yiddish with an Aleph
- טאָג בײַ טאָג (ייִדיש־קאַלענדאַר) Day by Day (Yiddish Calendar)
- שיין בייקער אין שיין־שאָו Shane Baker in The Sheyn Show
- עונג־שבת Oyneg Shabes
- פּענשאַפֿט Penshaft
- ראָש־חודש מיט ר׳ ליפּא Rosh Chodesh With Reb Lipa
- אוצרות פֿון „פֿאָרווערטס”־אַרכיוו Treasures From the Forverts' Archive
- פֿאַרגעסן און ווידער געדרוקט Forgotten, and Now - Republished
- ייִדישע שרײַבער דערציילן Yiddish Writers Speak
-
Sections
אָפּטיילן
- עדיטאָריאַל Editorial
- ישׂראל, מיטל־מיזרח Israel, Middle East
- פּאָליטיק Politics
- מענטשן און געשעענישן Feature Stories
- פּובליציסטיק Opinion
- קהילה Community
- ייִדיש־וועלט Yiddish World
- אַנטיסעמיטיזם Anti-Semitism
- רוחניות Spirituality
- געשיכטע History
- ליטעראַטור Literature
- קונסט און קולטור Arts & Culture
- אין אָנדענק In Memory
- טשיקאַוועסן Out of the Ordinary
- Home אַהיים
|
"פֿאָלקסבינע": פֿאַר דעם האַרבסט־טעאַטער־סעזאָן אין נאָוועמבער האָט דער ניו־יאָרקער "פֿאָלקסבינע־ייִדישער נאַציאָנאַלער טעאַטער" געבראַכט פֿון שטראַסבורג, פֿראַנקרײַך, דעם נאָוואַטאָרישן אַקטיאָר און רעזשיסאָר רפֿאל גאָלדוואַסער. ער האָט אויפֿגעפֿירט די מאָנאָ־פֿאָרשטעלונג "אַ גילגול פֿון אַ ניגון". אָבער דער אָוונט האָט זיך אָנגעהויבן מיט אַן אויסגעטאַנצטער אויסטײַטשונג פֿון אַן אַנדער פּרץ־שאַפֿונג, די פּאָעמע "צוויי ברידער"; די צוויי פּיעסעס האָט מען אָנגערופֿן — "נײַע וועלטן: אַ יום־טובֿ לכּבֿוד י. ל. פּרץ". אין "צוויי ברידער" האָט פּרץ אויסגעניצט דעם פֿאָלקלאָרישן זשאַנער פֿון דער באַלאַדע, אָבער דערציילט, ווי ער האָט עס געטאָן אין זײַן "מאָניש", אַ מעשׂה וואָס איז האַלב־פֿאָלקלאָריש, האַלב מאָדערן. מיט אַזוינע "באַאַרבעטונגען" ווי מע לייענט אינעם באַנד "פֿאָלקסטימלעכע געשיכטעס" האָט פּרץ זיך קונה־שם געווען. "צוויי ברידער" הייבט זיך אָן מיט דער אידיליע — אויף יענער זײַט ים, איז געשטאַנען אַ מאָל, אויף הינערישע פֿיסלעך, אַ הײַזל אין טאָל. געשטאַנען זיך פּשוט, אָן עזות, אָן שטאָלץ, אָן פּוצעכץ, אָן ציגל, פֿון ליים און פֿון האָלץ... אָבער אין גיכן, ווערט פֿון דעם שטיל־האַרמאָנישן לעבן צווישן די ברידער, אַ קריגערײַ. מאָטל דידנער האָט רעזשיסירט די פּיעסע, און רבֿקה וואַרנער האָט אויפֿגעפֿירט די כאָרעאָגראַפֿיע מיט די צוויי טענצער מאַטיו ריווס און בראַנדאָן וואַשינגטאָן. די טענצער האָבן געטאַנצט בשעת צוויי נאַראַטאָרן, מיכל באַראַן און שיין בייקער, האָבן רעציטירט דאָס ליד, וואָס דער עולם האָט געהערט דורך די הילכערס. די סצענע אויף דער בינע, מיטן קליינעם הײַזל פֿון די צוויי ברידער אין מיטן, האָט געשאַפֿן ראָזשער האַנאַ. די אָריגינעלע מוזיק פֿון זיסל־יוסף סלעפּאָוויטש, וואָס ער און מאַט טעמקין האָבן אויסגעשפּילט, שטעלט גוט פֿאָר די פֿאַרחלומטע וועלט פֿון אַ פֿאָלקס־מעשׂה, וואָס ווערט אָבער, איינס־צוויי, פֿאַרוואַנדלט אין אַ קאָשמאַר, ווען די גוטע ברידערישע באַציִונגען ווערן אָפּגעהאַקט צוליב קינאה־שׂינאה. די מוזיק שפּיגלט אויך אָפּ די וואַקסנדיקע שפּאַנונג פֿון דער מעשׂה. מע קען נישט באַצייכענען "צוויי ברידער" ווי אַן אַוואַנגאַרדיש אָדער פּיאָנערישע פֿאָרשטעלונג, ווײַל אַזוינע כאָרעאָגראַפֿירטע אויסטײַטשונגען פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור האָט מען שוין געזען אין ייִדישן טעאַטער יאָרן לאַנג. אין אונדזער צײַט, אין אַמעריקע, האָט פּערל לאַנג זיך אָפּגעגעבן מיט דעם זשאַנער. אָבער דידנער האָט ריכטיק פֿאַרשטאַנען, אַז פּרצעס "צוויי ברידער" שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ נאַטירלעכן שטאָף אויסגעטאַנצט צו ווערן אויף אַזאַ אופֿן. די מוזיק, טאַנץ און טעקסט האָבן געקלאַפּט צוזאַמען און, מיר דאַכט, אַז אַזאַ פֿאָרשטעלונג איז אַ גוטער מיטל צו ברענגען דאָס פּאָעטישע ווערק פֿון אונדזער קלאַסיקער פּרץ פֿאַר אַ ברייטערן עולם. די פֿאָרשטעלונג "צוויי ברידער" האָט געדויערט ווייניקער ווי אַ האַלבע שעה און איז געווען אַן אַרײַנפֿיר צום "גילגול פֿון אַ ניגון". די אויפֿפֿירונג "גילגול פֿון אַ ניגון" האָבן מיר געזען דעם זומער, ווי אַ טייל פֿונעם "פֿרינדזש־טעאַטער־פֿעסטיוואַל" אין מאַנהעטן, אָבער דער קליינער זאַל האָט דעמאָלט נישט געטויגט פֿאַר דער פּיעסע, וואָס נייטיקט זיך אין קאָמפּליצירטע טעכנישע אויסשטאַטונגען. איצט אינעם מער לײַטישן טעאַטער־זאַל פֿונעם "באַרוך־קאַלעדזש", וואָס איז געוואָרן דער שטענדיקער זאַל פֿון דער "פֿאָלקסבינע", האָט מען זיך נישט געפֿילט אַזוי געענגט אין אָרט, און די סצענעס וואָס דער ווידעאָ־פּראָיעקטאָר האָט געוויזן אויף די טליתים אויף דער בינע, זענען נישט אָפּגעשניטן געוואָרן. ווי אין "צוויי ברידער" ווערט דער טעקסט געלייענט דורך הילכערס פֿון אַ נאַראַטאָר. פּרץ האָט אויך אין "גילגול פֿון אַ ניגון" אויסגעניצט די פֿאָלקלאָרישע מעגלעכקייטן פֿון דערציילן אַ מעשׂה, כּדי פֿאָרצושטעלן די געשיכטע און וואַנדערונגען פֿון אַ ניגון — ווי ער ווערט מגילגול פֿון אַן "אל מלא רחמים" אין אַ טרויעריק ליד, דערנאָך אין אַ פֿריילעכס, אין אַ בעטלער־ליד און אַזוי ווײַטער. גאָלדוואַסער, שפּילנדיק אַלע ראָלעס, זכר און נקבֿה, ווערט פֿלינק מגולגל אין יעדן כאַראַקטער, פּונקט ווי דער ניגון, און דער עולם ווערט וואָס מער נײַגעריק אויסצוגעפֿינען, ווי דער אַקטיאָר און ניגון וועלן זיך בײַטן. עס פֿרייט אונדז, אַוודאי, וואָס די "פֿאָלקסבינע" שטעלט פֿאָר דעם ייִדישן טעאַטער טאַקע אין גאַנצן אויף ייִדיש, און האָט זיך נישט געשראָקן אויפֿצופֿירן פּיעסעס, וואָס וועלן אפֿשר נישט צוציִען די מאַסן, נאָר אַ מער אינטעליגענטן עולם, וואָס וועט אָפּשאַצן און הנאה האָבן פֿון די אוצרות פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור. ייִדיש־יאַפּאַניש ווערטערבוך פֿון יאַפּאַן האָבן מיר באַקומען אַ פּרעכטיק שיין "ייִדיש־יאַפּאַניש ווערטערבוך" פֿון ק. אועדאַ. עס האָבן אים געהאָלפֿן אין דער אַרבעט האָלגער נאַט פֿון דײַטשלאַנד און בער קאָטלערמאַן פֿון ישׂראל. דער באַנד נעמט אַרײַן 1,302 זײַטן, און גיט די יאַפּאַנישע טײַטשן פֿון ייִדישע ווערטער, ווי אויך מוסטערן פֿון זאַצן, אין וועלכע מע קען ניצן די ווערטער. בײַ יעדן וואָרט ווײַזט מען אויך אָן מיט לאַטײַנישע אותיות, ווי אַזוי מע רעדט אַרויס דאָס וואָרט. פּראָפֿ׳ קאַזואָ אועדאַ איז שוין גוט באַקאַנט אויף דער ייִדיש־גאַס פֿאַר זײַנע פֿריִערדיקע אויפֿטוען לטובֿת ייִדיש אין יאַפּאַן. ער האָט מחבר געווען אַ ייִדישע גראַמאַטיק, רעדאַקטירט אַן אַנטאָלאָגיע פֿון ייִדישע דערציילונגען און לערן־מאַטעריאַלן פֿאַרן ייִדיש־סטודענט אין יאַפּאַן. ער שרײַבט אין זײַן אַרײַנפֿיר — "איך האָף, אַז דאָס ווערטערבוך וועט געניצט ווערן פֿון אַ נײַעם דור יאַפּאַנישע סטודענטן פֿון ייִדיש, און אפֿשר פֿון לייענער איבער דער וועלט, וועלכע האָבן אַן אינטערעס צו ייִדיש אָדער אין דעם ווערטערבוך". אויף די לעצטע זײַטן האָט ער אַ באַזונדערע רשימה פֿון ווערטער וואָס שטאַמען פֿון לשון־קודש, און ווי מע דאַרף זיי אַרויסרעדן. אינעם ווערטערבוך האָט מען אויך באַצייכנט די ווערטער וואָס מע האַלט פֿאַר דײַטשמעריזמען, העברעיִזמען און סלאַוויזמען. דאָס ווערק איז באמת אַ לוקסוס־אויסגאַבע און קומט מיט אַ קאַרטאָנענעם קעסטל פֿאַרן בוך. דער פֿאַרלאַג פֿונעם "ייִדיש־יאַפּאַניש ווערטערבוך" איז Daigakusyorin. "די ייִדיש־פֿאַרם": עסן, קהילהשאַפֿט און ייִדיש
בײַ דער גרינדונג־אַסיפֿה פֿונעם "ייִדיש־פֿאַרם"־פּראָיעקט, וואָס איז פֿאָרגעקומען זונטיק, דעם 12טן דעצעמבער, אין דער "סטאַנטאָן־גאַס־שיל" אין מאַנהעטן, האָט מען געקענט הערן ווי מע רעדט ייִדיש אין אַלע ווינקלען, און דער עיקר, זענען געקומען אויף דער פֿאַרזאַמלונג יונגע־לײַט. נפֿתּלי איידלמאַן, צוזאַמען מיט ישׂראל באַס, די פֿאַרלייגערס פֿון "ייִדיש־פֿאַרם", האָט אין אונדזער רובריק באַשריבן דעם פּראָיעקט וואָס וועט מקוים ווערן דעם זומער, ווען אַ גרופּע פֿון 10 ביז 20 יונגע ייִדיש־רעדערס וועלן פֿאַרברענגען אויף דער "קים"־פֿאַרם לעבן באָלטימאָר, מערילאַנד, אַרבעטן אין די פֿעלדער און זיך לערנען וועגן אָרגאַנישער פֿאַרמערײַ. אויף דער אַסיפֿה האָט איידלמאַן גערעדט וועגן די צילן פֿון דער גרופּע און באַס וועגן דעם היסטאָרישן קאָנטעקסט פֿונעם פּראָיעקט. דער פֿאַרוואַלטער יחיאל געלער־קאַץ האָט אין זײַנע ווערטער באַטאָנט, אַז די פֿאַרם וועט צוזאַמענברענגען די חסידישע קרײַזן מיט די וועלטלעכע ייִדיש־רעדערס — אַ שותּפֿות וואָס קומט זעלטן פֿאָר. איינער פֿון די חסידישע אָנטיילנעמער האָט באַגריסט דעם עולם און וואַרעם אויפֿגענומען די צילן און שליחות פֿון דער "ייִדיש־פֿאַרם". צו שטעלן זיך אין קאָנטאַקט מיט דער "ייִדיש־פֿאַרם" גיט אַ קוועטש אויף זייער "פֿייס־בוק"־זײַטל: http://www.facebook.com/pages/yydys-prm-Yiddish-Farm/160038674017031?v=photos |