ליטעראַטור
פֿון מיכאל קרוטיקאָוו (ען־אַרבאָר)
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

Transit und Transformation.
Osteuropäisch-jüdische Migranten in Berlin 1918-1939.
Verena Dohrn and Gertrud Pickan (eds.).
Göttingen: Wallstein, 2010



דער פֿאָרש־פּראָיעקט "פֿון שאַרלאָטען־גראַד ביז שוינען־פֿירטל", וואָס איז געשטיצט דורך דער מלוכישער דײַטשישער פֿאָרשונגס־געזעלשאַפֿט, גיט זיך אָפּ מיט אַ פֿילזײַטיקער שטודיע פֿון דער מיזרח־אייראָפּעיִשער ייִדישער קהילה אין בערלין צווישן ביידע וועלט־מלחמות. נאָך דער ערשטער וועלט־מלחמה איז די דײַטשישע הויפּט־שטאָט געוואָרן אַ טראַנזיט־סטאַנציע פֿאַר טויזנטער ייִדן פֿון פּוילן, ליטע, גאַליציע און אוקראַיִנע, וועלכע האָבן פֿאַרלאָזט זייערע חרובֿ־געמאַכטע היימען און זיך געלאָזט אין וועג אַרײַן. פֿאַר אַ סך ייִדן איז דאָס געווען זייער ערשטע באַגעגעניש מיט דער מאָדערנער אייראָפּעיִשער קולטור. אַן אָפּשטעל אין בערלין, אַפֿילו אַ קורצער, האָט שטאַרק געווירקט אויף זייער באַנעם פֿון דער וועלט און פֿון זיך אַליין.

אָט די דאָזיקע צוויי שליסל־באַגריפֿן, "טראַנזיט" און "טראַנספֿאָרמאַציע", דינען ווי צוויי וועקטאָרן, וועלכע באַשטימען די אָריענטאַציע פֿונעם פּראָיעקט. אויף דער קאָנפֿערענץ, וואָס איז פֿאָרגעקומען אין דעם בערלינער ייִדישן מוזיי אין אָקטאָנער 2009, האָט די אינטערנאַציאָנאַלע פֿאָרשערישע גרופּע פֿאָרגעשטעלט די סך־הכּלען פֿון זייער אַרבעט.

אין די 1920ער יאָרן איז בערלין אויף אַ ווײַלע געוואָרן די הויפּטשטאָט פֿון ייִדישער אייראָפּע. דאָ האָבן זיך באַזירט די ביוראָען פֿון וויכטיקע ייִדישע אינסטיטוציעס׃ דער "אָרט", די ייִדישע טעלעגראַף־אַגענטור, ייִדישע, העברעיִשע און דײַטשישע פֿאַרלאַגן. די ייִדישע באַפֿעלקערונג איז געווען אַ שעטנז פֿון פֿאַרשידענע סאָציאַלע שיכטן, רעליגיעזע שיטות און קולטורעלע עדות, וואָס האָבן כּמעט גאָרנישט ניט געהאַט בשותּפֿות.

די אָרעמע פּראָסטע ייִדן, מערסטנטייל חסידים פֿון פּוילן און גאַליציע, האָבן באַוווינט די אַלטע געגנט "שוינענפֿירטל", אינעם מיזרח־טייל, בשכנות מיטן שטאָט־צענטער. די מער פֿאַרמעגלעכע און געבילדעטע עמיגראַנטן פֿון מיטלשטאַנד, דאָס רובֿ פּליטים פֿון דער רוסישער רעוואָלוציע, האָבן געלעבט אין דער מערבֿדיקער געגנט "שאַרלאָטנבורג", וואָס האָט באַקומען אין דער רוסישער סבֿיבֿה אַ צונאָמען "שאַרלאָטנגראַד", און די סמעטענע — די "עכטע" דײַטשישע ייִדן (כאָטש אַ סך פֿון זיי האָבן געשטאַמט פֿון מערבֿ־פּוילן, וואָס איז געוואָרן גערמאַניזירט אין משך פֿונעם נײַנצנטן יאָרהונדערט) — האָבן געלעבט אין די שיינע ווילעס פֿון די פּאַרק־געגנטן פֿון טירגאַרטן, גרונעוואַלד און ליכטערפֿעלדע.

די טאָפּאָגראַפֿיע פֿון בערלין פֿאַרנעמט אַ חשובֿ אָרט אינעם זאַמלבוך פֿון דער קאָנפֿערענץ. וועגן דער אָפּשפּיגלונג פֿונעם גרויס־שטאָטישן לעבן אין די ווערק פֿון ייִדישע און העברעיִשע מחברים שרײַבן שחר פּינסקער, מאַרק קאַפּלאַן, רחל זעליג און דער מחבר פֿון די דאָזיקע שורות. די ייִדישע אָרגאַניזאַציעס און אינסטיטוציעס ווערן באַהאַנדלט אין די אַרטיקלען פֿון אַלעקסאַנדער איוואַנאָוו, אַלעקסאַנדראַ פּאָליאַן, תּמר אור, גענאַדי עסטרײַך און מאַרקוס וואָלף. ביז 1933 איז בערלין געווען אַ וווינאָרט פֿון חשובֿע ייִדישע פּערזענלעכקייטן; וועגן שמעון דובנאָוו און זײַנע איבערזעצער שרײַבט אָלאַף טערפּיץ, און וועגן מיכה־יוסף בערדיטשעווסקיס יאָרן אין בערלין שרײַבט קאַרין נויבורגער.

דער מעטאָדאָלאָגישער חידוש פֿונעם פּראָיעקט, ווי עס דערקלערן די אַקאַדעמישע אָנפֿירערינס גערטרוד פּיקאַן און ווערענאַ דאָרן, באַשטייט אין דעם, וואָס מען נעמט ספּעציעל אין באַטראַכט די קולטורעלע און סאָציאַלע חילוקים צווישן פֿאַרשידענע שיכטן און גרופּעס פֿון דער בערלינער מיזרח־אייראָפּעיִשער ייִדישער באַפֿעלקערונג. "עס זײַנען דאָ געווען סײַ הייסע אָנהענגער סײַ פֿאַרביסענע קעגנער פֿון דער רוסישער רעוואָלוציע, סײַ ציוניסטן סײַ גלות־נאַציאָנאַלסיטן, סײַ אָרטאָדאָקסן סײַ ליבעראַלן, סײַ חסידים סײַ מתנגדים." דאָס ייִדישע בערלין פֿון דער ווײַמאַרער תּקופֿה שטעלט מיט זיך פֿאָר אַן עולם־קטן פֿון דעם גאַנצן אַשכּנזישן ייִדנטום.

בערלין איז געווען דאָס לעצטע אָרט, וווּ די פֿאָרשטייער פֿון אָט די אַלע פֿאַרשידענע פּאָליטישע, רעליגיעזע, קולטורעלע און סאָציאַלע שיטות און ריכטונגען האָבן נאָך געקאָנט לעבן צוזאַמען. דערפֿאַר איז די "ייִדישע טאָפּאָגראַפֿיע" פֿון דער שטאָט אַזוי חשובֿ. בערלין איז געווען אַן איבערגאַנג־פּונקט צו דער נײַער תּקופֿה, ווען דאָס מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדנטום האָט זיך געשפּאָלטן. אין די 1930ער יאָרן זײַנען ייִדן אין מיזרח־ און מיטל־אייראָפּע געוואָרן אַלץ מער אָפּגעריסן פֿון די נײַע צענטערס אין אַמעריקע און ארץ־ישׂראל. עס איז שוין מער קיין מאָל ניט געווען אַזאַ אָרט, וווּ ייִדן מיט פֿאַרשידענע אידעיִשע, פּאָליטישע, קולטורעלע אײַנשטעלונגען האָבן נאָך געקאָנט זיך צונויפֿקומען אין אַ קאַפֿע און שמועסן אויף ייִדיש, העברעיִש, רוסיש, דײַטש און פּויליש.

דאָס נײַע זאַמלבוך איז אַ באַווײַז, אַז דײַשטלאַנד איז איצט געוואָרן דער וויכטיקסטער צענטער פֿון ייִדישע לימודים און פֿאָרשונגען אין אייראָפּע. אַ קאָלעקטיווער פּראָיעקט פֿון אַזאַ פֿאַרנעם, געשטיצט פֿון אַ מלוכישער פֿונדאַציע, איז הײַנט קוים מעגלעך ערגעץ־וווּ אַנדערש צו רעאַליזירן. נאַטירלעך האָט אַלץ, וואָס האָט צו טאָן מיט ייִדן, אַ באַזונדערן באַטײַט אינעם דײַטשישן קאָנטעקסט. אָבער מחוץ פּאָליטישע און אידעאָלאָגישע אַספּעקטן, האָבן די דאָזיקע פֿאָרשונגען אַ וואָגיקן וויסנשאַפֿטלעכן און קולטורעלן ווערט.

פּראָיעקטן פֿון אַזאַ שניט, וואָס ברענגען צונויף פֿאָרשער פֿון פֿאַרשידענע געביטן, דערמעגלעכן פֿון דאָס נײַ צו באַטראַכטן די ייִדישע ירושה. דאָס ייִדישע בערלין קומט אַרויס ניט סתּם ווי אַ טראַנזיט־פּונקט אויפֿן וועג פֿון מיזרח־אייראָפּע לעבֿר־הים, נאָר ווי אַן אָרט, וווּ עס האָט זיך אויסגעשטאַלטיקט אַ נײַער מאָדערנער מין ייִדישקייט, וווּ עס האָבן זיך צונויפֿגעשמאָלצן פֿאַרשידענע טראַדיציעס און קולטורעלע שיטות. ווען מען טראַכט הײַנט וועגן דעם ייִדישן המשך, קוקט מען צוריק אויף דער אייראָפּעיִשער דערפֿאַרונג און מע זוכט נאָך אַלץ לאַנג־פֿאַרגעסענע אידעען, געשטאַלטן, פּערזענלעכקייטן, וועלכע קאָנען העלפֿן משׂיג צו זײַן דעם מצבֿ, אין וועלכן די ייִדישע וועלט געפֿינט זיך הײַנט־צו־טאָג.