פּובליציסטיק
עני לאָרי גיילאָר
עני לאָרי גיילאָר

ייִדן זײַנען רײַך אין גלויבן און איבערגלויבן, אין פֿאַרשיידענע שיטות און כּיתּות, סעקטעס, רבייִשע און רבנישע דינאַסטיעס, אַתּה בחרתּנוניקעס, קנאָים, צבֿועקעס; ווער רעדט שוין וועגן די פֿרײַדענקער, אַפּיקורסים, אַטעיִסטן, וועלטלעכע, וואָס רופֿן זיך סעקולאַריסטן, פּאָליטישע און נאַציאָנאַלע פּאַרטיי־אָנהענגער. ווער קען זיך צו אונדז גלײַכן. איין זאַך האָבן מיר נאָך נישט באַוויזן, און דאָס איז צו שאַפֿן אַטעיִסטיש־אַפּיקורסישע שטיבלעך, אַגנאָסטישע און פֿרײַדענקערישע באַוועגונגען וואָס זײַנען כּופֿר־הכּל, ווײַל די ציניקער צווישן אונדז האָבן אָנגעוווירן יעדן שמץ פֿון גלויבן און אומגלויבן. נישט געקוקט אויף דעם אַלעם, ווען נישט דער חורבן, וואָלטן מיר זיכער באַרײַכערט געוואָרן פֿון צענדליקער אינטערעסאַנטע כּופֿר־בעיקרניקעס פֿון אונדזער אמונה.

בײַ די אַמעריקאַנער ייִדן איז אַזוי. חומש ניע אומיע (חומש קען ער נישט), רש״י ניע נאַש (רש״י איז נישט אונדזערער), גמרא אַ צרה, און תּורה איז נישט קיין סחורה. זיי זײַנען מומחים דאָ אויף דער פּאָליטיק. זיי קענען זיך אויס סײַ אויף דער רעליגיעזער און סײַ אויף דער פֿרײַדענקערישער. זיי זײַנען אויסגעקאָכט מיט "וואָל־סטריט," און "מיין־סטריט." דער עיקר זײַנען זיי אַרײַנגעטאָן אין זעלבסטפֿאַרזאָרג מיט פּיטשעווקעס. האָבן זיך אַ מענגע מענטשן אײַנגעגאַרטלט, אײַנגעזאָטלט און אײַנגעהובליעוועט אינעם געדאַנק, אַז אויב גאָט איז אַ מענטש, ווײַזט ער נישט אַרויס קיין ברעקל מענטשלעכקייט.

האָבן זיי זיך גענומען בונטעווען קעגן די אַלע רעליגיעזע אײַנשטעלונגען, נישט אַרײַנגערעכנט די בודיסטן, הוגענאָטן, קווייקער, שייקער און טרייסלער. האָט זיך לעצטנס אַזוי געמאַכט, אַז פֿיר באַזונדערע נאָציאָנאַלע גאָטלאָזע אָרגאַניזאַציעס קאָנקורירן צווישן זיך אין אַמעריקע: צווישן זיי — אַטעיִסטן, הומאַניסטן, פֿרײַדענקער און אַגנאָסטיקער.

די פֿיר גרייטן צו אַ גרויסן "קאַמפּיין," אין דער פּרעסע, טעלעוויזיע און ראַדיאָ. זיי גרייטן אַפֿילו צו אַפֿישן אויף די וועגן און שאָסייען איבערן לאַנד. זיי וועלן אַרײַננעמען אין זייערע באַוועגונגען די פּרימיטיווסטע און באַרבאַרישסטע ציטאַטעס פֿון אַלע דרײַ הייליקע שריפֿטן — דעם אַלטן און דעם נײַעם טעסטאַמענט, אַרײַנגערעכנט דעם קאָראַן. אַ חוץ דעם, פֿאַררופֿן זיי זיך אויך אויף וועלט־באַרימטע פּערזענלעכקייטן, אַרײַנגערעכנט אַלבערט אײַנשטיינען.

די גאָטלאָזע טענהן, אַז זיי פֿאַרמאָגן גאַנצע קאַדרעס אַטעיִסטן אונטער זיך, וואָס מאַרשירן צום טאַקט פֿון גאָטלאָזיקייט. די לעצטע צוואַנציק יאָר האָבן זיך געכּפֿלט אַמעריקאַנער בירגער וואָס אידענטיפֿיצירן זיך ניט מיט קיין שום רעליגיע. זיי ציילן הײַנט צו טאָג פֿופֿצן פּראָצענט פֿון דער באַפֿעלקערונג לויט ווי עס איז באַשריבן געוואָרן פֿון די אַמעריקאַנער רעליגיע־אידענטיפֿיקאַציע־אַנקעטעס, וואָס מ׳האָט אויסגעפֿאָרשט אין "טריניטי קאַלעדזש" אין האַרטפֿאָרד, קאָנעטיקוט. דאָס גיבן צו אַזעלכע געלערנטע ווי מאַרק סילק, גרינדער און דירעקטאָר פֿונעם גרינבערג־צענטער פֿון רעליגיע־שטודיעס צווישן דער אַלגעמיינער אַמעריקאַנער באַפֿעלקערונג. זיי גיבן צו אַז די צאָל פֿון די אַטעיִסטישע אָרגאַניזאַציעס ציילט זיך הײַנט אין די צענדליקער טויזנטער.

ווי עס ווײַזט זיך אַרויס, איז די קאָנקורענץ אין־לשער צווישן די פֿרײַדענקערישע אָרגאַניזאַציעס. יעדע איינע פֿון זיי וויל אָפּבײַסן אַ חלק פֿונעם פֿאַרנעם, ווײַל קאָמערציעל לוינט זיך עס. צווישן אומגלייביקע געפֿינען זיך קאַרפּנקעפּ מיט גרויסע סומעס געלט, און זיי האַלטן אויס די אינסטיטוציעס און אָרגאַניזאַציעס.

עני לאָרי גיילאָר, וויצע־פּרעזידענטקע פֿון "פֿרײַהייט פֿון רעליגיע־פֿונדאַציע" אין מעדיסאָן, וויסקאָנסין, פּאַסט דער לאָזונג:

"מיר פֿילן אַז דער איינציקער אופֿן ווי צו באַקעמפֿן דעם שאַנדפֿלעק מיט וועלכן מען טאַדלט די אַטעיִסטן און אַגנאָסטיקער וווּ זיי גייען און שטייען איז, אַז מענטשן מוזן דאָס באַקעמפֿן און אָנערקענען אין דער עפֿנטלעכקייט דעם פֿאַקט, אַז זייערע בעסטע פֿרײַנד, משפּחה־מיטגלידער, שכנים און באַקאַנטע גלייבן נישט אין גאָט. זיי דאַרפֿן קעמפֿן פֿאַר זייערע גלײַכע רעכט ווי ס׳האָבן עס אַמאָל געטאָן די פֿאַרשקלאַפֿטע אַפֿראָ־אַמעריקאַנער, האָמאָסעקסואַליסטן און לעזביאַנקעס."

די סעקולאַריסטן טענהן, אַז ס׳איז געקומען די העכסטע צײַט אַנטקעגן צו שטעלן זיך דער קירך און די פּאָליטיקער אין וואַשינגטאָן, וועלכע נוצן אויס אַלע מעגלעכקייטן צו דערגרייכן זייערע צילן מיט אַזעלכע פֿראַזעס ווי:

"אַמעריקע איז אַ קריסטלעך פֿאָלק!"

זיי ציטערן ווען מ׳דערמאָנט די אָפּזונדערונג און אָפּשיידונג פֿון "קירך און שטאַט." אַלע פֿיר אָרגאַניזאַציעס האַלטן, אַז זיי מוזן פּראָטעסטירן קעגן די פּאָליטיקער וואָס דערקלערן אַז די געזעצן פֿון דער קאָנסטיטוציע מוזן זײַן באַזירט אויפֿן נײַעם טעסטאַמענט און אויף די צען געבאָט. אָבער די אַטעיִסטישע באַוועגונגען האַלטן, אַז די פֿאָטערס פֿון דער אַמעריקאַנער קאָנסטיטוציע האָבן אײַנגעשטעלט דאָס לאַנד אויף סעקולערער דעמאָקראַטיע.

עס ווײַזט זיך אַרויס, אַז דער טײַערסטער "קאַמפּיין," וואָס ס׳האָט אָרגאַניזירט די "אַמעריקאַנער הומאַניסטישע אַסאָציאַציע" בראָש מיטן פֿילאַנטראָפּ־סטײַפֿלס־פֿונדאַציע, וואָס האָט זיך באַשטײַערט מיט הונדערט און פֿופֿציק טויזנט דאָלאַר, ווי אַ טייל פֿון דעם אײַנקונפֿט וואָס קומט אַרײַן זיי אויסצוהאַלטן. איר ציל איז אויפֿצוקלערן פֿאַר די מאַסן דעם אומגלויבן און די וועלטלעכקייט. בײַ זייערע עפֿנטלעכע אויפֿטריטן וועלן זיי ציטירן פֿאַר די אַמעריקאַנער צוהערער גאַנצע טראַקטאַטן פֿון די הייליקע ביכער, דער עיקר יענע טראַקטאַטן וואָס האָבן צו טאָן מיט פֿרויען, האָמאָסעקסואַלן און דעם גרימצאָרן פֿון גאָט. אייניקע פֿון זייערע בולעטינען דעקן אויף די שריפֿטן פֿונעם אַלטן טעסטאַמענט, אַזוי צו זאָגן:

"די מענטשן פֿון שומרון מוזן לײַדן פֿאַר זייער שולד, ווײַל זיי האָבן זיך אַנטקעגנגעשטעלט זייער גאָט. זיי וועלן פֿאַלן פֿון אַ שווערד, זייער קליינוואַרג וועט פֿאַרשטויסן ווערן, זייערע טראָגעדיקע ווײַבער וועלן צעשניטן ווערן אַרום די בײַכער (יהושוע 13:16). צו דעם צו גיבן זיי צו אַ ציטאַט פֿון אַלבערט אײַנשטיין, וואָס לייענט זיך:

"איך קען זיך נישט פֿאָרשטעלן אַזאַ מין גאָט."

די אַמעריקאַנער אַטעיִסטישע באַוועגונג, וועלכע איז געשאַפֿן געוואָרן אין יאָר 1963, בראָש מיט דער פֿרוי מאַדאַלין מורי אָ׳הייר, פּלאַנירט אויפֿצוהענגען אַזאַ מין רעקלאַמע פֿאַר "טהענקסגיווינג," אויף די וועגן פֿון זייער אַ באַוועגלעכן אַרײַנפֿאָר צום "לינקאָלן־טונעל," פֿון ניו־דזשוירזי קיין ניו־יאָרק. די רעקלאַמע וועט דעמאָנסטרירן די סצענע פֿון יעזוסעס געבורט מיטן גאַנצן קלאַפּער־געצײַג און אונטער דעם וועט זײַן געשריבן:

"ווייסט איר, אַז די גאַנצע מעשׂה מיט יעזוסן איז אויסגעזויגן פֿון פֿינגער. ס׳איז שוין צײַט אומצוקערן זיך צו לאָגיק."

די "פֿאַראייניקטע אינסטאַנצן פֿון לאָגיק," וועלכע געפֿינט זיך הײַנט צו טאָג אין וואַשינגטאָן, גרייט צו רעקלאַמעס און פּירסום איבער פֿופֿצן שטעט אין לאַנד וואָס לייענען זיך בזה־הלשון:

"אויב איר גלייבט נישט אין גאָט, פֿאַראייניקט זיך מיט אונדז."

אַן אַנדער רעקלאַמע איז געקומען פֿון דער פֿרוי באַרבאַראַ רײַט, אַן אייגנטימערין פֿון אַ רעסטאָראַן אין מעדיסאָן, וויסקאָנסין, וועלכע האָט אויפֿגעהאָנגען אַזאַ מין פֿלוגבלעטל:

"ס׳גייט נישט אין דעם וואָס איר גלייבט. עס גייט אין דעם ווי איר פֿירט זיך אויף."

אָט האָט איר עס, אַ "באַגריסונג" צו די קריסטלעכע יום־טובֿים. פֿאַרשטייט זיך, אַז עס פֿילט זיך אין דער לופֿטן אַ שטילע רעוואָלוציע. דער עולם איז מיד פֿון דער קאַטוילישער קירכע, פֿונעם וואַטיקאַן און פֿון די באַשולדיקונגען קעגן די גלחים וואָס האָבן זיך איזדיעקעוועט און אויסגענוצט סעקסועל אומשולדיקע קינדער זייערע. בכלל איז דאָ אַ געפֿיל אין לאַנד אַז די רעליגיע שטייט אין וועג פֿון דעם אַבאָרטן־פּראָגרעס, באַשיצונג קעגן ווענערישע קראַנקייטן, און דער עיקר — קעגן דעם אומיושר פֿון דער יוסטיץ, און דעם פּראָטעסט קעגן דעם העכסטן געריכט אין לאַנד, וועלכער האָט געהאַט אַ האַנט אין באַשטימען בושן פֿאַר פּרעזידענט.