|
נישט פּלאַפּלען! |
|
ווי באַוווּסט, איז אינעם געוועזענעם ראַטן־פֿאַרבאַנד נישט געווען ניט קיין דעמאָקראַטיע און ניט קיין פֿרײַהייט פֿון מיינונגען. ווער ס׳פֿלעג נאָר וואַגן צו קריטיקירן די קאָמוניסטישע פּאַרטיי אָדער בכלל צו דערקלערן אויף אַ קול זײַן אייגענעם קוקווינקל, האָט ריזיקירט מיט זײַן קאַריערע און נישט זעלטן אויך מיט זײַן פֿרײַהייט. צווישן די ביכער, וואָס ס׳איז כּדאַי צו לייענען וועגן דער אַזוי גערופֿענער "סאָוועטישער דעמאָקראַטיע" פֿאַר ייִדן, וואָלט איך אָנגערופֿן אַרנאָ לוסטיגערס בוך "דאָס רויטע בוך: סטאַלין און ייִדן". אָנהייב פֿאָריקן יאָרהונדערט, זײַנען אַ סך ייִדן געוואָרן מיטגלידער פֿון "בונד". אַ היפּשער טייל פֿון זיי איז נאָך דער רעוואָלוציע אַריבער צו די באָלשעוויקעס, מחמת לענין האָט דערקלערט אַ מלחמה דעם אַנטיסעמיטיזם.
מיר ווייסן, ווי אַזוי דער באָלשעוויזם האָט אָפּגעצאָלט זײַנע געטרײַע דינערס. פֿונדעסטוועגן מוז מען אויך אָנערקענען, אַז אין די ערשטע יאָרן פֿון דער נײַער מאַכט, איז געווען אין רוסלאַנד גענוג פֿרײַהייט. אַזוי, למשל, איז כּמעט אין גאַנצן פֿאַרגעסן געוואָרן די טעטיקייט פֿון וועראַ שמידט, פֿאָרזיצערין פֿון דער אינטערנאַציאָנאַלער פּסיכאָאַנאַליטישער אַסאָציאַציע אין מאָסקווע. מיט דער הילף פֿון דער מלוכה האָט זיך איר אײַנגעגעבן צו שאַפֿן די "לאַבאָראַטאָריע פֿון קינדערהיים", וועלכע האָט זיך פֿאַרנומען מיטן אויספֿאָרשן די אַנטי־אויטאָריטאַרע מיטלען פֿון קינדער־דערציִונג", באַגרינדעט אויף די אויספֿירן פֿון זיגמונד פֿרוידס פֿאָרשונגען.
אַגבֿ, פֿרוידס ביכער פֿלעגן דעמאָלט פֿרײַ דערשײַנען אין די מלוכישע פֿאַרלאַגן און מ׳האָט זיי געקאָנט לייענען אין אַלע ביבליאָטעקן. אַוודאי האָבן אויך נישט אויסגעפֿעלט קיין פּראָבלעמען, ווערט באַטאָנט אין לוסטיגערס בוך, אָבער אַזאַ פּראָגרעסיווער צוגאַנג מצד דער יונגער סאָוועטישער רעפּובליק האָט געפֿונען אַן פּאָזיטיוון אָפּקלאַנג אין מערבֿ. אַלבערט אײַנשטיין און אַ סך אַנדערע באַקאַנטע ייִדישע פּערזענלעכקייטן האָבן זייער וואַרעם זיך אָפּגערופֿן וועגן דער נײַער פּאָליטישער סיסטעם. הײַנט האָט מען נישט ליב צו ריידן וועגן דעם סײַ אין מיזרח און סײַ אין מערבֿ.
סטאַלינס קומען צו דער מאַכט האָט דאָס דאָזיקע פּאָזיטיווע בילד זייער געענדערט. וועראַ שמידט האָט אויפֿגעהערט צו באַקומען די פֿינאַנץ־שטיצע פֿון דער מלוכה און פֿרוידס ביכער זײַנען פֿאַרשוווּנדן געוואָרן פֿון די געזעלשאַפֿטלעכע ביבליאָטעקן. אָבער דאָס איז געווען נאָר אַן אָנהייב פֿון דער בלוטיקער באָד 1937—1938, ווען ס׳זײַנען אומגעבראַכט געוואָרן די געטרײַסטע טוערס פֿון דער סאָציאַליסטישער רעוואָלוציע, צווישן וועלכע עס זײַנען געווען נישט ווייניק ייִדן. ס׳האָט זיך פֿאַרשפּרייט די "קולטור" פֿון מסירות און שרעק; אַזוי איז עס פֿאָרגעקומען אויך אין דעם נאַציסטישן דײַטשלאַנד מיט די פּרײַסלער־פּראָצעסן*; און שפּעטער מיט 15 יאָר — אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, אין די צײַטן פֿון מאַקקאַרטיזם. סטאַלין האָט נישט נאָר פֿאַלסיפֿיצירט די געשיכטע, אַרויסשטעלנדיק זיך אַליין ווי דער איינציקער יורש פֿון לענינען, הגם לענין גופֿא האָט געוואָרנט די פּאַרטיי, אַז ס׳איז אַ סכּנה צו דערלאָזן סטאַלינען צו דער מאַכט; סטאַלין האָט "רעטושירט די בילדער", געליגנערט און פֿאַרניכטעט מיליאָנען מענטשן. נאָך סטאַלינס באַפֿעל איז אין 1940 אין דער מעקסיקאַנער אימיגראַציע דערהרגעט געוואָרן זײַן גרעסטער שׂונא לעוו טראָצקי.
* * *
נאָכן שליסן דעם פּאַקט צווישן היטלערן און סטאַלינען אין אויגוסט 1939 איז דאָס וואָרט "פֿאַשיזם" אויסגעשלאָסן געוואָרן פֿונעם סאָוועטישן לעקסיקאָן; נאָך מער, בעת די פֿאַרהאַנדלונגען האָבן געפֿלאַקערט איבער מאָסקווער גאַסן די נאַציסטישע פֿאָנען. פֿאַר דער ייִדישער באַפֿעלקערונג אין ראַטן־פֿאַרבאַנד האָבן די שטעכיקע האַקנקרייצן קיין גוטן סימן נישט געטראָגן. נאָך דעם ווי דײַטשלאַנד איז אָנגעפֿאַלן אויפֿן ראַטן־פֿאַרבאַנד האָט סטאַלין די ערשטע טעג זיך געמאַכט "נישט־הערנדיק". ער האָט זיך אָפּגעזאָגט צו גלייבן די ידיעות, באַקומען פֿון די סאָוועטישע אַגענטן אין אויסלאַנד, אַזעלכע ווי לעאָפּאָלד טרעפּער און ריכאַרד זאָרגע. דער טויב־בלינדער סאָוועטישער פֿירער האָט געוואָלט נאָר הערן און זען דאָס וואָס עס לוינט אים!
|
אַכטונג, שפּיאָנען, זײַ פֿאָרזיפּטיק בײַם ריידן! |
|
און פּלוצעם האָט ער זיך ווידער דערמאָנט אין "בונד", ריכטיקער, אין די פֿירער פֿון "בונד" — הענריק ערליך און וויקטאָר אַלטער, וועלכע זײַנען נאָכן צעטיילן פֿון פּוילן פֿאַרשפּאַרט געוואָרן אין דער סאָוועטישער תּפֿיסה. ער שלעפּט זיי פֿון דאָרטן אַרויס, ווײַל ער דאַרף זיי האָבן אַרויסצוהעלפֿן אים צו מאָביליזירן די ייִדישע כּוחות אין אַמעריקע. אַזוי ווערט געגרינדעט אין מאָסקווע דער ייִדישער אַנטי־פֿאַשיסטישער קאָמיטעט. שפּעטער, ווען אַמעריקע האָט זיך אָנגעשלאָסן אינעם וועלט־קריג, און מאָסקווע האָט דערפֿילט איר ממשותדיקע שטיצע, האָט מען שוין די אַלטע בונדיסטן נישט געדאַרפֿט; ערליך און אַלטער זײַנען ליקווידירט געוואָרן — צו פֿיל האָבן זיי געוווּסט און געקאָנט דערנאָך דערציילן. דער גורל פֿונעם ייִדישן אַנטי־פֿאַשיסטישן קאָמיטעט, בראָש מיט שלמה מיכאָעלס, איז געווען נישט קיין בעסערער.
כרושטשאָווס קורצע "דערוואַרעמונג־תּקופֿה" האָט ווייניק אַרײַנגעבראַכט אינעם קאַמף קעגן דעם אַנטיסעמיטיזם אין ראַטן־פֿאַרבאַנד; און נישט בלויז דאָרט, נאָר אויך אין דעם אַזוי גערופֿענעם סאָציאַליסטישן לאַגער. צוגעשפּילט האָט אין דעם די "קאַלטע מלחמה", וועלכע וואָלט אָן היטלערן און זײַן נאַציסטישן רעזשים זיך מעגלעך נישט אָנגעהויבן. אין תּוך זײַנען אָבער סײַ־ווי געליגן די דערשטיקטע דעמאָקראַטישע פּרינציפּן פֿון אַ פֿרײַער געזעלשאַפֿט מיט אַ פֿרײַער מיינונג. אַרויסצוברענגען אין אַ סאָוועטישן אָדער מיזרח־דײַטשישן אוניווערסיטעט אַ ציטאַט פֿון פֿרוידס אַן אַרבעט, האָט געמיינט באַלד צו ווערן פֿאַרשריבן צו די אָנהענגער פֿון בורזשואַזער פֿילאָסאָפֿיע.
איך אַליין האָב זיך צופֿעליק באַקאַנט מיט פֿרוידס אַרבעטן אין די סוף 1960ער; זײַענדיק דעמאָלט אַ סטודענט, האָב איך דערזען זײַנע ביכער אין דער ביבליאָטעק פֿון מײַן פּראָפֿעסאָר. פֿאַרשטייט זיך, אַז די צענזור אינעם הײַנטיקן דײַטשלאַנד שפּילט אַן אַנדער ראָלע, איידער ס׳איז געווען אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד. דאָ קומט עס פֿאָר איידעלער, אויף אַן אינטעליגענטן אופֿן. די טעלעוויזיע און אַנדערע מעדיאַ־מיטלען מאַניפּולירן מיט דער געזעלשאַפֿטלעכער מיינונג: די ניט־געוווּנטשענע געדאַנקען באַמיט מען זיך צו באַזײַטיקן, מע דרוקט זיי נישט, מע פֿאַרשווײַגט זיי און, אויב דאָס איז ווינציק — פֿאָלגט מען זיי נאָך. ווי אַ פּראָטעסט צו אַזאַ אויפֿפֿירונג מצד דער רעגירונג, האָט דער דײַטשישער זשורנאַליסט פֿון אַ ייִדישן אָפּשטאַם, מאַרסעל רײַך־ראַניצקי זיך אָפּגעזאָגט פֿון באַקומען די פּרעסטיזשפֿולע טעלעוויזיע־פּרעמיע.
פּונקט ווי נאָך סטאַלינס רעזשים, איז אין ראַטן־פֿאַרבאַנד קיין קאַרדינאַלע פּאָליטישע ענדערונג נישט פֿאָרגעקומען; אַזוי אויך אינעם הײַנטיקן דײַטשלאַנד קאָן מען נאָכשפּירן אַ שוידערלעכע המשכדיקייט פֿונעם רעגיר־פּערסאָנאַל, וואָס קניפּט זיך אָן אין די פֿאַרגאַנגענע צײַטן. נישט ווייניק געוועזענע מיטגלידער פֿון דער נאַציסטישער פּאַרטיי זײַנען נאָך דער מלחמה געשטאַנען אין שפּיץ פֿון די לאַנד־רעגירונגען, געמאַכט קאַריערעס אין דער זיכערהייט־דינסט, אין פּאָליציי, געלערנט מיט סטודענטן אויף די יורידישע פֿאַקולטעטן אין די אוניווערסיטעטן, געאַרבעט אין די עקאָנאָמישע סטרוקטורן און אין פּרעסע־אַגענטורן. ס׳איז גענוג דאָ צו ברענגען נאָר איין בײַשפּיל: האַנס מאַריאַ גלאָבקע, דער קאָמענטאַטאָר און מיט־אויטאָר פֿון די ראַסע־געזעצן פֿון יאָר 1935, איז געווען אין דער רעגירונג פֿון אַדענאַוער זײַן מלוכה־סעקרעטאַר...
צו טיף זײַנען אײַנגעוואָרצלט אין דער בלוטיקער פֿאַרגאַנגענהייט פֿון זייער געשיכטע די רעגירנדיקע סיסטעמען סײַ אין רוסלאַנד און סײַ אין דײַטשלאַנד, זיי זאָלן קענען אין דער נאָענטער צוקונפֿט זיך באַפֿרײַען פֿון די פֿאַרסמטע פּירות און ברענגען פֿאַר זייערע געזעלשאַפֿטן פֿרישע, עקאָלאָגיש־ריינע פֿרוכטן.
* ראָלאַנד פּרײַסלער (1893—1945), פֿאָרזיצער פֿונעם פֿאָלקס־געריכט בעתן "דריטן רײַך". אָנגעהויבן זײַן קאַריערע ווי אַ קאָמוניסט און פֿאַרענדיקט ווי אַ ריכטער, וועלכער האָט פֿאַרמישפּט מיליאָנען מענטשן צום טויט.