פּובליציסטיק
פֿון גענאַדי עסטרײַך
‫ספּעציעל פֿאַרן "פֿאָרװערטס"

מיט אַ יאָרהונדערט צוריק האָבן זיך אין דער אַמעריקאַנער פּרעסע באַוויזן די ערשטע דערציילונגען פֿון בערל באָטוויניק (1885—1945), אַ יונגער בונדיסט, וואָס איז געקומען קיין אַמעריקע אין 1905, נאָך דערפֿילן דעם טעם פֿון אַ רוסישער תּפֿיסה. אין 1913 איז דער יונגער פּען-מענטש שוין געווען אַ שטענדיקער מיטאַרבעטער פֿון "פֿאָרווערטס". בערל באָטוויניק האָט אויך געשריבן דראַמעס פֿאַרן ייִדישן טעאַטער. מיט זײַן פּראָזע קען מען זיך באַקענען אויך אויף ענגליש; צוואַנציק דערציילונגען זײַנע האָבן געשאַפֿן אַ בוך, וואָס איז אַרויס אין 1984 אונטערן טיטל Lead Pencil.

ניט לאַנג צוריק האָב איך זיך אָנגעשטויסן אויף בערל באָטוויניקס אַרטיקל "חנוכּה איז געוואָרן אַ פּאָפּולערער יום-טובֿ בײַ אַלע קלאַסן ייִדן אין אַמעריקע", פֿאַרעפֿנטלעכט אין "פֿאָרווערטס" דעם 4טן דעצעמבער 1937. באָטוויניק האָט אַנאַליזירט די טראַנספֿאָרמאַציע, וועלכע דער רעלאַטיוו "צווייטראַנגיקער" יום-טובֿ האָט דורכגעמאַכט אין אַמעריקע.

תּחילת, איז אין אַמעריקע געווען ווי אין דער אַלטער היים, דהײַנו: "בלויז די עכט-פֿרומע ייִדן פֿלעגן בענטשן חנוכּה-ליכט שטיל און וואָכעדיק. און דאָ און דאָרט האָט אַ חזן אין אַ שיל געדאַוונט אַ דאַוונען לכּבֿוד חנוכּה פֿאַר אַ קליינעם עולם פֿון רעליגיעזע מענטשן." אָבער דערנאָך איז פֿאָרגעקומען אַזאַ זאַך: "די ראַדיקאַלן האָבן אויפֿגעלעבט דעם חנוכּה יום-טובֿ אין אַמעריקע."

"ווען מען זאָל קומען דערציילן, ווי אַזוי עס איז דערצו געקומען, מוז מען זאָגן, אַז די פּיאָנערן דערצו זײַנען געווען די ציוניסטן, די ׳אַרבעטער-רינג׳-מיטגלידער האָבן עס צעשפּילט אויף אַ גרויסן מאָדערנעם אופֿן, און דאָ און דאָרט מוזן אויך קאָמוניסטן אונטעריום-טובֿען לכּבֿוד מתּתיהו כּהן גדול מיט זײַנע חשמונאָים." אָנגעהויבן האָט עס זיך אַרום יאָר 1900.

דעמאָלט האָבן די ציוניסטן "דעם חנוכּה דערקלערט ווי דעם גרעסטן ייִדישן יום-טובֿ, ווײַל דאָס איז געווען דער ציוניזם פֿון פֿאַר-צוויי-טויזנט יאָר. שפּעטער, ווען די ייִדישיסטישע שלום-עליכם באַוועגונג און דער ׳אַרבעטער-רינג׳ האָבן געגרינדעט ייִדישע שולן — ווײַל די ברייטע ראַדיקאַלע ייִדישע מאַסן האָבן געוואָלט צובינדן זייערע קינדער צו זיך, צו זייער ייִדישער שפּראַך, צו דער ייִדישער קולטור און צו דער ייִדישער אַרבעטער-באַוועגונג — האָבן דאָך די לערער געדאַרפֿט האָבן עפּעס מיט וואָס צוצוציִען די קינדערלעך צו דער ראַדיקאַלער שול. קינדער דאַרפֿן דאָך האָבן יום-טובֿים, געזאַנגען, שפּילערײַען מיט אַן אינהאַלט, וואָס זאָלן זיך קלעפּן צו די פּראָגראַמען פֿון די לימודים. האָט מען זיך צוגעכאַפּט צו חנוכּה. חנוכּה איז אַ יום-טובֿ אָן רעליגיעזע צערעמאָניעס, אַ חוץ די ליכטלעך, וואָס זײַנען אַן און פֿאַר זיך שיין. און חנוכּה איז אַ יום-טובֿ פֿון קאַמף פֿאַר פֿרײַהייט און זעלבסטשטענדיקייט. און דערצו איז חנוכּה ניט קיין אויסגעטראַכטער יום-טובֿ, נאָר אַ פֿײַערונג צום אָנדענקען פֿון אַן אמתער, אַ ריכטיקער פּאַסירונג פֿון אַ ייִדישער רעוואָלוציע קעגן דעם אימפּעריאַליסט אַנטיוכוס, דעם מלך פֿון יוון.

און דערצו איז עס אַן עכט-ייִדישער יום-טובֿ, אַ פֿאַרבנרײַכע דערינערונג פֿון אונדזער אייגענער קינדהייט.

און עס זײַנען אויך צוגעקומען די פּאָגראָמען פֿון נאָך דער [ערשטער] וועלט-מלחמה, די פּוילישע אַנטיסעמיטן, די היטלערס אין דײַטשלאַנד — זײַנען די ראַדיקאַלע ייִדן געוואָרן אַלץ ייִדישער און זייערע ראַדיקאַלע קינדער-שולן האָבן שוין אָן שעמערײַ זיך גענומען צום חנוכּה יום-טובֿ — דעם אָנדענק פֿון ייִדישן זיג קעגן אונדזערע שׂונאים. [...]

און אַז די ׳אַרבעטער-רינג׳-שולן, און ׳שלום-עליכם׳-שולן, און פּועלי-ציון-שולן האָבן אַזוי פּאָפּולער געמאַכט די חנוכּה-פֿײַערונגען, האָבן די תּלמוד-תּורות זיך ערשט אַ נעם געטאָן צו דעם דאָזיקן יום-טובֿ. די רעליגיעזע שולן באַנוגענען זיך שוין ניט מיט בלויז צינדן די אַכט ליכטלעך, נאָר זיי שטאַטן שוין אויך אויס חנוכּה-פֿײַערונגען אין אַ מאָדערנעם נאַציאָנאַל-ייִדישן גײַסט.

אַזוי אַרום, האָט דער ווירקלעך אינהאַלטסרײַכער יום-טובֿ חנוכּה געקראָגן זײַן אויפֿלעבונג אין אַמעריקע דורך די ראַדיקאַלן און דורך דער ייִדישער אַרבעטער-באַוועגונג."

כאַראַקטעריש, אַז בערל באָטוויניק האָט באַשריבן חנוכּה ווי אַן "אינהאַלטסרײַכער יום-טובֿ", וואָס פֿאַלט, דאַכט זיך, גאָר ניט צונויף מיט דער מיינונג פֿון האַוואַרד דזשייקאָבס, דעם באַקאַנטן בריטישן שרײַבער. אין זײַן אַרטיקל אין "ניו-יאָרק טײַמס" (דעם 30סטן נאָוועמבער) שרײַבט ער דווקא וועגן אַ שוואַכן היסטאָרישן אינהאַלט פֿון חנוכּה און, באַזונדערס, וועגן אַ גאָר שוואַכן שײַכות פֿון הײַנטיקע צײַטן מיט די געשעענישן, וועלכע האָבן זיך אָפּגעשפּילט מיט צוויי טויזנט יאָר צוריק. דזשייקאָבס האָט אויך דערמאָנט די פֿאַרבינדונג צווישן חנוכּה און ניטל, דאָס הייסט, אַז חנוכּה ווערט הײַנט אָנגענומען ווי אַן "ענטפֿער" דעם ניטל.

איך זע דעם "ענטפֿער" אין דעם פֿאָיע פֿונעם הויז, וווּ איך וווין אין ברײַטאָן-ביטש — מע דעקאָרירט עס אי פֿאַרן יום-טובֿ אי פֿאַר דער חגא. נאָך מער: אויף אַזאַ אופֿן באַפּוצט מען די גאַנצע געגנט אין דעם עק פֿון ברוקלין. מיט דעם "ענטפֿער" באַשעפֿטיקט זיך אַ פֿאָרש-אַרטיקל, מיט אַ סך קאָמפּליצירטער מאַטעמאַטיק, וואָס איז אַרויס הײַיאָר אינעם יוני-נומער פֿון The Economic Journal. דרײַ געלערנטע האָבן פֿאַר זיך געשטעלט די פֿראַגע, און אַזוי טאַקע האָבן זיי אָנגערופֿן זייער אַרטיקל: Is Hanukkah Responsive to Christmas? — "שטעלט מיט זיך פֿאָר חנוכּה אַן אָפּרוף אויף ניטל?"

זיי, די דרײַ עקאָנאָמיסטן, האָבן אויסגעפֿרעגט סטודענטן אין ישׂראל און אין אַמעריקע, און געפֿונען, בפֿרט, אַז כּמעט צוויי מאָל ווייניקער ישׂראלים האָבן אָנגערופֿן חנוכּה צווישן די דרײַ וויכטיקסטע ייִדישע יום-טובֿים. דער אויספֿיר: אין אַמעריקע איז חנוכּה מער פּאָפּולער, ווײַל עס שפּילט די ראָלע פֿון אַ מין "ייִדישן ניטל". דערפֿאַר טאַקע אינטערעסירט עס עקאָנאָמיסטן, ווײַל חנוכּה איז פֿאַרבונדן מיט מתּנות, און אויף דעם בויט מען סטראַטעגיעס פֿון מיסחר געצילט אויף ייִדישע קונים.

איך בין ניט דער ריכטיקער מענטש, וואָס קען ווי עס דאַרף צו זײַן אָפּשאַצן די דאָזיקע פֿאָרשונג, כאָטש — ניט געקוקט אויף איר טיפֿער מאַטעמאַטיק — זעט זי אויס אַ ביסל אייבערפֿלעכלעך. איך בין גאָר ניט זיכער, אַז חנוכּה איז טאַקע אַן "ענטפֿער", אַ שטייגער, אין ערנסט פֿרומע קרײַזן, וועלכע לעבן אָפּגעזונדערט פֿון דער קריסטלעכער וועלט. אין ענגלאַנד, וווּ דער ניטל ווערט ברייט אָפּגעמערקט ווי אַ קולטור-געשעעניש, האָט די חגא אָפֿט מאָל באַקומען דאָס פּנים, וואָס איז ענלעך אויף דעם סעקולערן "נײַ-יאָר" אין דער סאָוועטישער טראַדיציע. ווי אַ פּועל-יוצא, פֿײַערט מען עס אויך צווישן אַ טייל וועלטלעכע ייִדן. מיר איז באַקאַנט אַ משפּחה אין לאָנדאָן, וווּ די עלטערן רעדן צווישן זיך העברעיִש, אָבער יאָר-אײַן יאָר-אויס שטעלן זיי אַ יאָלקע און מע קלײַבט זיך צונויף אויף אַ סעודה. איך פֿאַרשטיי, אַז אַזוי פֿלעגט מען, ביז די 1930ער יאָרן, טאָן אויך אין אַ סך דײַטש-ייִדישע משפּחות.

כאַראַקטעריש, אַז ניטל ווערט לחלוטין ניט דערמאָנט אין בערל באָטוויניקס אַרטיקל. צי מיינט עס, אַז אָנהייב 20סטן יאָרהונדערט האָט עס ייִדן אַפֿילו ניט אײַנגעפֿאַלן צו פֿאַרוואַנדלען חנוכּה אין אַ סוראָגאַט פֿון ניטל? דאָס ווייס איך ניט. אָבער עס לייגט זיך אויפֿן שׂכל, אַז דער "ייִדישער ניטל" קען זײַן אַ שפּעטערדיקער פּראָדוקט, בפֿרט פֿון דער קאָנסומענט-קולטור.